בלאט 1 פון 1
חבורת יראים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:44 pm
דורך עמרם
בעזרהשי"ת
אין די לעצטע טעג זעהט מען ארום גיין עטוועטייזמינטס פאר "חבורת יראים"
א חבורה פון אידן וואס זענען אפגעשיידט פון אינטערנעט און אימעיל
Re: חבורת יראים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:45 pm
דורך עמרם
Re: חבורת יראים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:54 pm
דורך עמרם
CP20_20231116_120400~2.jpg
Re: חבורת יראים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:24 pm
דורך שמעקעדיג
נעקסט קומט חבורת הפרושים.
זיי זענען אפגעשיידט אפילו פון א קאמפיוטער.
נישטא מער קיין גראפיקס. אלעס גייט זיין געשריבן מיט א פשוט'ע פענע.
Re: חבורת יראים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:18 pm
דורך בר גיורא
עמרם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:44 pm
בעזרהשי"ת
אין די לעצטע טעג זעהט מען ארום גיין עטוועטייזמינטס פאר "חבורת יראים"
א חבורה פון אידן וואס זענען אפגעשיידט פון אינטערנעט און אימעיל
אין ארץ ישראל איז שוין דא אזא חבורה פאר אפאר יאר,
סאיז שוין אויך דא א ביזנעסס אז ווען זיי דארפען יא "ליידער ציקומען צי די טריפענע אימייל" איז דא אנדערע יונגעלייט וואס זענען זיעער שבת גוי.
סקען זיי א גוטע ביזנעס איידיע פאר איינעם, דא אויב די משוגעת וועט זיך טאקע אנקלעבן דאהי...
Re: חבורת יראים
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:32 pm
דורך כרם זית
אין פענסילוועניע איז שוין דא אזא חבורה א שיינע שטיק צייט.
א געס זייער חשבון איז אויך צו לעבן פון טוריסט איינקופטן. אז אימעיל איז נישט קיין אפציע פאר פרנסה, וועט מען מוזן מאכן געלט דורך טורס.