בלאט 1 פון 1

פריידיגע נייעס - מפעל חבר לכל אחד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:12 pm
דורך טמיר
איך ווייס נישט וויפיל מענטשן האבן א פראבלעם מיט טרעפן א חברותא/חבר. אבער אפילו אויב איינער וועט ווערן געהאלפן מיט דעם האט זיך שוין אויך געלוינט צי אויפשטעלן די מפעל. חז"ל זאגן דאך שוין "או חברותא או מיתותא", אלזא וואס איז די שאלה בכלל אז ס'האט זיך געלוינט די חדשים ארבעט, די צענדליגע טויזענטער דולארן פאר די פראגראמונג פון די וועבסייט, די אומצאליגע אסיפות פון די געטרייע עסקנים וכו' וכו'. נעה, אביסל איבערגעטריבן.

איז דא האט איר די פלאטפארמע דיזיינט צי לעזן די פראבלעם.
https://sites.google.com/view/mifalchuv ... 7%99%D7%9D

און אנשטאט צי מרחיב בדיבור זיין וויאזוי דאס ארבעט, געט א קליק און כאפט א בליק.

ביטע שעירן די לינק, דאס וועט אונז ערמעגליכן צי העלפן מער יודן. אויב איינער קען עס לייגן אויף אייוועלט אויף א קלוגע וועג, שכרו הרבה. (איך קען נישט ווייל געוויסע קענען מיך דארט פערזענליך). למשל, אריינריקן אין דעי טרענדי אשכול ווי צי ווייזן ווי ווייט געוויסע זענען געפאלן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=65906

Re: פריידיגע נייעס - מפעל חבר לכל אחד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:20 pm
דורך טמיר
איך פערזענליך, ווי באקאנט, האב איך געזיכט דא א חברותא פאר א לאנגע צייט. צום סוף האב איך געטראפן א באמבע חברותא (ווי מ'פלעגט עס ריפן אין ישיבה), א גאר חשובע און תוכן'פילע ניק דא אויף ק"ש. למעשה, רוב נעכט איז ער נישט עוועילעבל און ווען יא קומט ער שפעט, ממילא קען איך ניצן נאך איינעם פאר בעקאפ...

ס'איז פאני ווי די וועלט איז א גלגל החוזר. אמאליגע יארן האט מען פשוט געדארפט שטיין אין די רייע צי האבן די זכי' צי לערנען מיט מיך בחברותא... און דא מיטשע איך זיך שוין אזוי לאנג

Re: פריידיגע נייעס - מפעל חבר לכל אחד

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 10:04 pm
דורך צקון לחש
מהיכ"ת אז די סייט איז אפן פאר ערליכע אייוועלט אידן? (איך בין נייגעריג)

Re: פריידיגע נייעס - מפעל חבר לכל אחד

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 12:18 am
דורך טמיר
צקון לחש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 10:04 pm מהיכ"ת אז די סייט איז אפן פאר ערליכע אייוועלט אידן? (איך בין נייגעריג)
איך גלייב אז אלע פילטערס לאזן עס דורך. אפילו "מדינת" ישראל ווערט נישט דערמאנט דארט.

בד"וו, 4 יודן האבן שוין אריינגעשיקט אפליקאציעס, נישט קיין גוטע מעטשעס. מ'האף מיר צי קענען אויספירן די ערשטע שידוך בקרוב.

Re: פריידיגע נייעס - מפעל חבר לכל אחד

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 7:01 pm
דורך תורה ודעת
טמיר האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:12 pm איך ווייס נישט וויפיל מענטשן האבן א פראבלעם מיט טרעפן א חברותא/חבר. אבער אפילו אויב איינער וועט ווערן געהאלפן מיט דעם האט זיך שוין אויך געלוינט צי אויפשטעלן די מפעל. חז"ל זאגן דאך שוין "או חברותא או מיתותא", אלזא וואס איז די שאלה בכלל אז ס'האט זיך געלוינט די חדשים ארבעט, די צענדליגע טויזענטער דולארן פאר די פראגראמונג פון די וועבסייט, די אומצאליגע אסיפות פון די געטרייע עסקנים וכו' וכו'. נעה, אביסל איבערגעטריבן.

איז דא האט איר די פלאטפארמע דיזיינט צי לעזן די פראבלעם.
https://sites.google.com/view/mifalchuv ... 7%99%D7%9D

און אנשטאט צי מרחיב בדיבור זיין וויאזוי דאס ארבעט, געט א קליק און כאפט א בליק.

ביטע שעירן די לינק, דאס וועט אונז ערמעגליכן צי העלפן מער יודן. אויב איינער קען עס לייגן אויף אייוועלט אויף א קלוגע וועג, שכרו הרבה. (איך קען נישט ווייל געוויסע קענען מיך דארט פערזענליך). למשל, אריינריקן אין דעי טרענדי אשכול ווי צי ווייזן ווי ווייט געוויסע זענען געפאלן https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=65906
א געוואלדיגע געדאנק.
שכח פאר די ארבעט.
איז עס נאר פאר אידען אין אמעריקע, אדער אין די גאנצע וועלט?

Re: פריידיגע נייעס - מפעל חבר לכל אחד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 11:01 am
דורך טמיר
די גאנצע וועלט.
דערווייל האבן מיר אפיסעס נאר אין צפון און דרום אמעריקע, אייראפע, מדנ"י און דרום אפריקה, אבער מיר האפן צו אויסברייטערן בקרוב לאור די גרויסע פארלאנג :lol:

Re: פריידיגע נייעס - מפעל חבר לכל אחד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:43 pm
דורך Salford
ענגלאנד?