2024 פרעזידענט וואלן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 661
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

2024 פרעזידענט וואלן

שליחה דורך עמרם »

שטייענדיג א יאר צי די גרויסע וואלן אין אמעריקע ווי די אמעריקאנע בירגער וועלן קענען אויסוועלן ווער ס'זאל זיין די אמעריקאנע פרעזידענט איז צייט אויסצושמועסן ווי מ'האלט און הערן די מיינונגען פון די חשובע חברי הק''ש

ווי ס'זעהט יעצט אויס וועט די יעצטיגע פרעזידענט ביידען לויפן פאר נאך א טערמין אויף די דעמאקראטישע טיקעט אקעגען די פאריגע פרעזידענט טראמפּ וואס וועט לויפן אויף די רעפאבליקאנע טיקעט

לעצטענס האבען זיך די אנקעטעס צווישען די צוויי געטוישט און געבען מער שטימען פאר די רעפאבליקאנער קאנדידאט טראמפּ טראץ דעם וואס ער איז געווארן אנגעקלאגט עטליכע מאל די לעצטע תקופה

טייל האלטן אז די סיבה פארוואס ביידען פארלירט שטיצע איז אדאנק זיין שטארקע שטיצע פאר מדינת ישראל (טראץ דעם וואס זיין קעגנער טראמפּ וואלט לכאורה געשטיצט פי כמה) און לפי זה אויב זאל די מלחמה קומען צו א ענדע און די נאנטע טעג קען ער זיך נאך צירוק כאפען

בכל אופן איז נאך יעצט געניג פרי אז זאכען זאלן זיך קענען טוישען

דער אשכול פארמאגט 159 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר