פרעגסט מיר? איך וואלט געמאכט אז מען דארף האבן א מינימום פון לייקס נאך אפאר חדשים, דאס וואלט עס ווען געמאכט פאר א עכטע קאווע שטיבל
אבער איך בין נישט מנהל!
פרעגסט מיר? איך וואלט געמאכט אז מען דארף האבן א מינימום פון לייקס נאך אפאר חדשים, דאס וואלט עס ווען געמאכט פאר א עכטע קאווע שטיבל
ווי געשריבן דא, א מעמבער וואס וועט געזעהן ווערן שרייבן נאר שטותים כדי צו הייבן זיין סכום תגובות וועט אויסגעשפארט ווערן. סארי, אבער דער פרייז צו קענען זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל און מ'זאל האבן צוטריט צו אלע קאמענטס און דעבאטעס איז אז מ'זאל קענען אמאל אמאל שרייבן א זאכליכע שורה צוויי.
מנהל האט געשריבן: ↑
ווי געשריבן דא, א מעמבער וואס וועט געזעהן ווערן שרייבן נאר שטותים כדי צו הייבן זיין סכום תגובות וועט אויסגעשפארט ווערן. סארי, אבער דער פרייז צו קענען זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל און מ'זאל האבן צוטריט צו אלע קאמענטס און דעבאטעס איז אז מ'זאל קענען אמאל אמאל שרייבן א זאכליכע שורה צוויי.
וואס מיינט א טראלל?
שיק מיר ביטע דעם נאמען אין אישי.אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:09 amוואס מיינט א טראלל?
כ’פרעג ווייל לעצטענס איז דא א פרישער ניק, וואס האט איין ציל דא אין שטיבל, און ער איז בכלל נישט אינטערסירט און פירן נארמאלע געשפרעכן, זאגט אפ זיין ווילדע קלעים, לויפט אוועק, און קומט צירוק צוויי וואכן שפעטער מאכן נאך א ווילדע סטעיטמענט.
מנהל האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 9:50 pmווי געשריבן דא, א מעמבער וואס וועט געזעהן ווערן שרייבן נאר שטותים כדי צו הייבן זיין סכום תגובות וועט אויסגעשפארט ווערן. סארי, אבער דער פרייז צו קענען זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל און מ'זאל האבן צוטריט צו אלע קאמענטס און דעבאטעס איז אז מ'זאל קענען אמאל אמאל שרייבן א זאכליכע שורה צוויי.
אנגעהויבן שרייבן אין א פערפעקטע צייט.מנהל האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:36 pm מיר האבן פּערמאנענט פארמאכט 951 ניקס וואס זענען עלטער פון 6 חדשים און האבן קיינמאל גארנישט געשריבן. ואתכם הסליחה.
די וואס ווילן צוריקקומען מיט די כוונה עווענטועל צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
אפדעיט מאנטאג דעצעמבער 4, 2023
ניקס וואס זענען שוין דא 2 יאר אדער מער, אבער זענען נאך אלץ בלוי, זענען פארמאכט געווארן. ואתכם הסליחה.
די וואס ווילן צוריקקומען מיט די כוונה עווענטועל צו אנטיילנעמען אין די שמועסן, קענען זיך איינשרייבן מיט א נייע ניק.
מנהל האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:20 am דערווייל האבן מיר אפגעשפארט ניקס וואס האבן נישט געשריבן אפילו איין מאל אפילו נאכ'ן זיין איינגעשריבן פאר זעקס חדשים אדער מער, אדער וואס האבן נישט געשריבן 25 מאל אפילו נאכ'ן זיין איינגעשריבן צוויי יאר אדער מער. לדעתינו איז איינער וואס קען זיך נישט אנרופן 25 מאל נאכ'ן זיין איינגעשריבן פאר צוויי יאר (אפילו נישט א יישר כוח פאר עפעס וואס זיי האבן הנאה געהאט צו ליינען) נישט איינער וואס ברויך האבן צוטריט צו אלע קאמענטס. מיר שטעלן צו די ארטיקלען פאר גאנץ כלל ישראל, און די קאמענטס פאר די וואס ווילן האבן עטוואס א מער נענטערע שייכות מיט דעם פלאץ און פילן אז קאווע שטיבל איז וויכטיג אין זייער לעבן.
בכל אופן, ביטע לייען די אנווייזונגען פאר א נייעם מעמבער - לדעתינו איז נישט אין פלאץ פאר א ברענד ניו מעמבער צו קומען זאגן הערות איבער די פאליסיס פון א פלאץ וואו ער האט נארוואס אריינגעטרויטן.
מיין ענטפער:איך ארבעט א גאנצן טאג איך קום אהיים איז מען ברוך השם ביזי מיט דער קינדער און נאכדעם גייט מען און בית מדרש לערנען איינמאל און בערך צוויי וואכן קום איך אריין אויסטשעקן וואס איך האב פארפאסט און דערמיט זיך אביסל אויסלופטערן איך בין בכלל קיין שרייבער און פריוואטע לעבן בין איך מוראדיג א שטילע איך האב נישט וואס צוצולייגן וואלט געמאכט סענס אז איך זאל קענען הנאה האבן אויך פון דער קאמענטס און נישט נאר פון דער ערשטע ארטיקל
צווייטנס איך האבנישט קיין צוטריט צו א קאמפיוטער איך קום קאווע שטיבל פון מיין טעבלעט עס נעמט מוראדיג לאנג צו שרייבן
פונקט ווי מ'דארף נישט זיין קיין "רעדנער" צו קאמפלימענטירן א רעדנער און זאגן א הערה, אזוי דארף מען נישט זיין קיין "שרייבער" צו קאמפלימענטירן א שרייבער און זאגן א הערה. נישט דא קיין שום סיבה און אויסרייד שבעולם אז אנדערע זאלן דיר מהנה זיין, ווען די קענסט נישט פון צייט צו צייט צולייגן א ווארט אדער שרייבן א מינימאלע "יישר כוח, כ'האב זייער הנאה געהאט".
מיין ענטפער:שלום! ווי עס זעט אויס בין איך פון די 951 ניקס וועם מען האט פארמעקט. איך פארשטיי אז ס'איז דא פאליסיס און איך בין גרייט זיך צו צושטעלן אינעם עתיד.
זינט איך שרייב פאר פרנסה, קומט מיר זייער שווער אן דאס שרייבן בחינם... אבער איך נעם זיך פאר צו אנטייל נעמען אין די שמועסן, כאחד החברים.
איך בעט זייער שטארק, אויב מעגליך מען זאל צוריקשטעלן מיין ניק "...", כדי איך זאל זיך קענען ווייטער באנוצן דערמיט.
א גרויסן יישר כח! שכרכם הרבה מאד.
אזוי ווי יענער רעדנער האט געזאגט, אז ער זאגט קיינמאל נישט קיין הערות, הוספות, אדער א ישר כח פאר בעלי דרשנים, ווייל "זינט איך רעד פאר פרנסה, קומט מיר זייער שווער אן דאס רעדן בחינם..."
ביטע שרייב זיך איין מיט א נייע ניק.
@מנהל ביטע זייט מסביר אין צווי דריי ווערטער, ווי מ'זאגט, אן לומדות, פארוואס ניקס וואס שרייבן נישט דארפן אויסגעשפארט ווערן און נאכאמאל דארפן דורך גיין די איינשרייבן פראצעדור.מנהל האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:40 pmזעה אז דיין נייע ניק זאל נישט נאכאמאל אויסגעשפארט ווערןשומרים2 האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16697
לדעתי האב איך שוין גענוג געשריבן עס מסביר צו זיין, און זיך גענצליך מתעלם זיין פון וואס כ'האב געשריבן ביז אהער איז געווענליך א פיטשור פון לקנטר. אויב האלטסטו אז כ'האב זיך נישט גענוג קלאר געמאכט, אדער ביסט חולק אויף געוויסע הנחות וואס כ'האב געשריבן, ציטיר ביטע מיינע ווערטער, און זיי מסביר וואס גענוי עס שטערט דיר און וואס איז נישט קלאר.וואלווי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:15 pm אין שלום עליכם אשכול איז געשטאנען אזוי:
@מנהל ביטע זייט מסביר אין צווי דריי ווערטער, ווי מ'זאגט, אן לומדות, פארוואס ניקס וואס שרייבן נישט דארפן אויסגעשפארט ווערן און נאכאמאל דארפן דורך גיין די איינשרייבן פראצעדור.מנהל האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:40 pmזעה אז דיין נייע ניק זאל נישט נאכאמאל אויסגעשפארט ווערןשומרים2 האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16697
איר האט געשריבן אלע מיני חשבונות אז ניק'ס שרייבן נישט וכו' וכו', אבער דא איז נישט קיין DMV ליין ווי מ'מאכט פורים פון די קאסטימערס. די לייענערס וואס זענען נישט קיין שרייבערס האבן זיך מענטשליך צוגעשטעלט און זיך אפיציעל איינגעשריבן. וואס וויל מען שוין ווייטער פון זיי? איז די פראבלעם אז זייער ספעשילטי איז נישט שרייבן און סאשעל גלעטעריי? ביג דיעל.
Imagine א ראש ישיבה לייגט א גרויסע שלאס אויף א ישיבה און ווארפט ארויס די בחורים וואס הערן אויס די שיעור אבער פרעגען נישט אריין. אז מען מאכט געלט פון א יעדע רעדזשיסטרעישאן מילא, אבער סתם משוגע מאכן?
נאך אלעס, ס'איז א פאבליק פארום, מיט'ן צול אנצוקומען צו מענטשן און שערען אינפאו. לאמיר נישט מאכן קיין גיהנום פון דעם געדאנק אז א יעדער מוז קאנטריביוטן. ס'ארבעט נישט אזוי מיט אפענע פאבליק פארום וואס שטרעבט צו זיין אפען און עקסעפטינג צו שטייגן און לעבן.
היש לך in the box גדול מזה?
___________________
נ.ב. נישט געשריבן חלילה לקנטר, נאר שיועילו חכמים בתקנתם, כבוד @מנהל במקומו עומדת, ותשואות חן חן לו.
כ'האב ציטירט אייערע ווערטער אויף די לעצטע פאל, ווייל ס'איז נישט פראקטיש צו קוואוטען אלעס און שרייבן א גאנצע מגילה, איך זעה נאך נישט אז דאס זאל מעורר זיין "די געווענליכע פיטשור פון לקנטר". אויב יא, קען איך אויסמעקן די התנצלות.מנהל האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:41 pm לדעתי האב איך שוין גענוג געשריבן עס מסביר צו זיין, און זיך גענצליך מתעלם זיין פון וואס כ'האב געשריבן ביז אהער איז געווענליך א פיטשור פון לקנטר. אויב האלטסטו אז כ'האב זיך נישט גענוג קלאר געמאכט, אדער ביסט חולק אויף געוויסע הנחות וואס כ'האב געשריבן, ציטיר ביטע מיינע ווערטער, און זיי מסביר וואס גענוי עס שטערט דיר און וואס איז נישט קלאר.
יישר כח.
צווייטענס, אויב וועט די נייע פאליסי ברענגען אפילו אז 1 מענטש זאל מער פארטיסיפעיטן אדער אפילו איין מאל זאגן א יישר כח פאר איינער וואס האט זיך אנגעשטרענגט צו שרייבן, איז מיר כדאי צו פארלירן 2000 כפויי טובה.יעדער ליינער פארשטייט דאך אז יעדער שרייבט דא אנאנים און קיינער באקומט נישט קיין קרעדיט אינדרויסן פון קאווע שטיבל. דאס איז נישט ווי אויף אייוועלט וכו' ווי ס'איז נישט קיין סוד ווער ס'שרייבט דארט און מ'באקומט צוריק גריסן און קאמפלימענטס פון חברים אין מקוה. פארשטייסט אויך אז די וואס שרייבן דא זענען ברייטע בעלי מחשבה און בעלי כשרון יחידי סגולה וואס די טרעפסט נישט יעדן טאג אין דיין לאקאלע מקוה. פארשטייסט אויך אז ס'איז נישט גרינג צו שרייבן די רייכע און טיפע מאמרים וואס קומען אפט ארויף אין קאווע שטיבל. איז פארוואס מיינסטו אז עס קומט דיר אומזיסט אן דעם וואס די זאלסט אמאל טוהן די מינדעסטע? די ווייניגסטע וואס מ'קען פארלאנגען איז שרייב אמאל א הערה, אדער אפילו בלויז א גוט ווארט. אז נישט, ביסטו סתם אן אויסניצער און נישט ווערד צו באקומען די צוטריט צו די פלאטפארמע.