951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

שפילער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:12 pm אבער פון די אנדערע זייט טייערע מנהל איז דא דא אן עטיטוד אנטקעיגן זיך באדאנקן מען זאגט דאך אז וועגן דעם איז דא דעם לייק קנעפל נישט אזוי?
וואס עפעס? ס'איז אייביג שיין געהעריג צו זאגן א יישר כח. א לייק איז א הוספה און א souvenir וואס בלייבט פונעם יישר כח.

(דאס איז חוץ מזה אז אין אלגעמיין די וואס שרייבן נישט לייקן אויך נישט.)
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5602
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7550 מאל

שליחה דורך מי אני »

איי געס ס׳איז אביסל אזוי ווי די מחלוקת צווישן רבן גמליאל און ראב״ע בברכות כח. צי כל מי שאין תוכו כברו לא יכנס ע״ש. לויט @מנהל טאמער קען נישט ארויסקומען עפעס פונעם תוכו אינעם מענטש לברו, דאן לא יכנס כלל… :)

(הגם אז פון די גמרא גופא איז משמע אז ראב״ע איז גערעכט, איז אבער משמע ביו״ד סימן רמו סעיף ז אז למעשה פסק׳נט מען ווי רבן גמליאל, אדער עכ״פ א השוואה פון זיי ביידע ע״ש. ועיין בב״י שם וברע״ב באבות א א אז בסתם איז מען יא מכנס דלא כר״ג.)

אז מ׳נעמט די צאל אותיות פון ״גמליאל מנהל״ און מ׳לייגט דאס צו צום גימטריא פון ״גמליאל״ מיט׳ן כולל, איז עס עולה ״מנהל״…
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 520
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1062 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך חדשים »

באמת קען זיין אז ראב”ע האלט אויך אז עס דארף זיין תוכו כברו, נאר ער האלט אז מען קען עס נאכנישט וויסן ווען די תלמיד איז נאכנישט אין ביהמ”ד. מען דארף אים געבן א שאנס אנצוקומען צו די מדריגה פון תוכו כברו. אבער איינמאל ער איז שוין דארט פאר א המשך זמן און ער איז נישט אנגעקומען צו תוכו כברו, קען זיין אז ער האלט אויך אז זיין פלאץ איז נישט אין ביהמ”ד.

והנמשל לענינו מובן מאליו. והמנהל א”ש לכו”ע.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5602
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13264 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7550 מאל

שליחה דורך מי אני »

ריכטיג. ווי צוגעצייכענט איז די לשון המחבר ביו״ד סימן רמו סעיף ז:
אין מלמדין תורה לתלמיד שאינו הגון אלא מחזירין אותו למוטב ומנהיגין אותו בדרך ישרה ובודקין אותו ואח"כ מכניסין אותו לבית המדרש ומלמדין אותו.
דאס איז באזירט אויף וואס דער טור דארט ברענגט אראפ פונעם רמב״ם בהל׳ תלמוד תורה (פ״ד ה״א):
אין מלמדין דברי תורה אלא לתלמיד הגון נאה במעשיו או לתם. אבל היה הולך בדרך לא טובה, מחזירין אותו למוטב ומנהיגין אותו בדרך ישרה ובודקין אותו, ואחר כך מכניסים אותו לבית המדרש ומלמדים אותו. אמרו חכמים (חולין קלג.) (אמר רב יהודה אמר רב כל השונה לתלמיד שאינו הגון נופל בגיהנם שנאמר (איוב כ כו) כל חושך טמון לצפוניו תאכלהו אש לא נופח ירע שריד באהלו ואין שריד אלא ת"ח שנאמר (יואל ג ה) ובשרידים אשר ה' קורא אמר רבי זירא אמר רב) כל השונה לתלמיד שאינו הגון כאילו זורק אבן למרקוליס, שנאמר (משלי כו ה) כצרור אבן במרגמה כן נותן לכסיל כבוד, ואין כבוד אלא תורה שנאמר (שם ג לה) כבוד חכמים ינחלו.
אין אנדערע ווערטער, מ׳דארף משווה זיין די מימרות בחולין, וועלכע זאגן אז מ׳זאל נישט שונה זיין לתלמיד שאינו הגון, מיט שיטת ראב״ע בברכות פון וועלכע ס׳איז לכאורה משמע אז ס׳איז נישטא די חשש. און דערפאר זאגט דארט דער ב״י אויפ׳ן טור איך האב צוגעברענגט:
ומ"ש אין מלמדין וכו' או לתם פירוש שאין ברור לנו אם הוא טוב, ולמד כן מדאמרינן בפרק תפלת השחר שהיה ר"ג מכריז כל ת"ת שאין תוכו כברו אל יכנס לבית המדרש ואסיקנא התם שלא הסכימו על ידו.
מיינענדיג, אז מחלוקת ר״ג וראב״ע איז ב(ס)תם - דעמאלטס זאל מען אריינלאזן כשיטת ראב״ע. אבער אז מ׳זעהט שוין אז ס׳טויג בהדיא נישט מיט אים, דעמאלטס זענען נוגע די מימרות פון רב צו וועלכע ראב״ע איז אויך מסכים.

איי געס אין די קאנטעקסט נעמט מען אָן אז ״(ס)תם״ מיינט אין אָנהויב ווען מ׳שרייבט זיך איין. אבער טאמער איז נישטא שפעטער קיין דוקא ״עשה טוב״, ווערט ער שוין גערעכענט ווי ״אינו הגון״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 787
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך שאלתיאל »

וואס ס'איז מיך אינטערסאנט איז אזעלכע ניקס וואס דרייען זיך דא שוין יארן אבער זענען מקפיד נישט לייקן. מחניים קען שרייבן א מעשה-ביכל איבער ''די געליימטע ניקס'' א מיסטעריעזע ערשיינונג פון ניקס וואס דרייען זיך צווישן מענטשן נישט נאר 'שטום' זיי רעדן נישט קיין ווארט און לאזן נישט קיין פיפס נאר קענען אויך נישט רוקן זייערע הענט צו שענקן א לייק אפי' בטעות מיט די עלנבויגן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2412 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך שעפטאל »

מנהל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:29 pm אבער אויב קאווע שטיבל וועט נישט האבן גענוג ליינערס צוליב די נייע פאליסי, און אלס רעזולטאט וועט די פארום מער נישט האבן קיין זכות קיום, וועל איך זיין זייער צופרידן צו פארמאכן קאווע שטיבל.
ס'דערשרעקט מיך. כ'האב אינוועסטעט אזוי פיהל כוחות דא און אלע מיינע ווערק קען פארשווינדען ווערן? דעם פלאץ האט מיך געפענט די אויגן אין אזוי פיהל הינזיכטן!!!

אשר ע"כ. אויב משום איזה סיבה וועט קאווע שטיבל זיין צו א גרויסע לאסט,
ממון. בינעך מוכן ומזומן צו שאפן די פאנד'ס בעז"ה.
כוחות. די עולם קען אריין וואוטן א טראסטבארע ניק אויף צו העלפן די מנהל.
(כמובא בתקנות השטיבל:
א) מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור. עכ"ל)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 730
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2256 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך אלפא »

לענ"ד, איך פארשטיי דער @מנהל אין זיין פרוסטרירונג איבער די שטילשווייגעניש וכו'.
נאר איין הערה'לע: ליינענדיג אסאך אייוועלט - מער פאר די 'פאפולער נושאים' - איז דא די איין זאך וואס שטערט מיר דארט, דאס איז די פאקט אז יעדע שמויגער ווארפט אריין זיינע צוויי צענט, און גאנצעטע בלעטער ווערן אנגעמויזעכסט מיט יישר כח'ס, סתם נארישע הערות, און ווער רעדט נאך פון די 'ציטירן על גבי ציטירן' וואס קען זיין ענדלאז ביז מ'דערזעט זיך מיט עפעס א שטיקל תוכן'דל, אליבא דאמת איז דאס אליין דאס וואס דרייווט די גרויסע עולם דארט - טאקע ווייל מ'קען שרייבן וואס מ'וויל (כל זמן עס גרעניצט נישט...) אן ווערן פאשריגן אלס פאלנער טיפש אין בעסטן פאל.
דא אין שטיבל פיל איך איז די אטמאספערע אסאך זויבערע און מער מסודר, טאקע ווייל כמעט יעדע תגובה האט א באזינדערע קנייטש צו זיך און קומט נישט סתם ווארפן שכוח'ס אדער בעטן אטענטשאן, וד"ל.
שרייבענדיג ארטיקלען - קען איך ענדערש באשטיין די איינצעלנע זאכליכע תגובות ווי אנגעפירקעלטע בלעטער מיט הכרת הטוב'ס...

איך פארשטיי אויך די טענה אז זיי מוזן נישט זיין איינגעשריבן, אבער מיט מיין קליינע שכל זע איך נישט פונקטליך וואס עס קאסט אז מער מענטשן זאלן הנאה האבן פון די גאנצע חומר - ואדרבה נאר די טאלאנטפולע אדער זאכליכע זאלן שרייבן (- ווער עס וויל זיך האלטן פאר איינס איז מכובד..)

איך האף אז דער @מנהל שלעפט זיך נישט פיזיש ארום מיט די אלע ניקס אויפן פלייצע און זוכט פשוט אפצולאדענען די אומוויכטיגע פון צווישן זיי...
אויב איך פארזע עפעס ביטע פארשטיין געבן.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2412 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך שעפטאל »

מנהל האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 9:50 pm
ווי געשריבן דא, א מעמבער וואס וועט געזעהן ווערן שרייבן נאר שטותים כדי צו הייבן זיין סכום תגובות וועט אויסגעשפארט ווערן. סארי, אבער דער פרייז צו קענען זיין א מעמבער אין קאווע שטיבל און מ'זאל האבן צוטריט צו אלע קאמענטס און דעבאטעס איז אז מ'זאל קענען אמאל אמאל שרייבן א זאכליכע שורה צוויי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19955
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15207 מאל
קאנטאקט:

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:25 pm
מנהל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:29 pm אבער אויב קאווע שטיבל וועט נישט האבן גענוג ליינערס צוליב די נייע פאליסי, און אלס רעזולטאט וועט די פארום מער נישט האבן קיין זכות קיום, וועל איך זיין זייער צופרידן צו פארמאכן קאווע שטיבל.
ס'דערשרעקט מיך. כ'האב אינוועסטעט אזוי פיהל כוחות דא און אלע מיינע ווערק קען פארשווינדען ווערן? דעם פלאץ האט מיך געפענט די אויגן אין אזוי פיהל הינזיכטן!!!

אשר ע"כ. אויב משום איזה סיבה וועט קאווע שטיבל זיין צו א גרויסע לאסט,
ממון. בינעך מוכן ומזומן צו שאפן די פאנד'ס בעז"ה.
כוחות. די עולם קען אריין וואוטן א טראסטבארע ניק אויף צו העלפן די מנהל.
(כמובא בתקנות השטיבל:
א) מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור. עכ"ל)
שעפטאל: איך בין זיכער אז ס'עקזיסטירט (עפעס) א (פעדעראלע) רעגירונגס פראגראם וועלכע טוט ערמעגליכן פאר "אונטערדריקטע" מינאריטעטן אויסצודריקן זייער מיינונג אויף אן אומבאשטרייטבארן וועג.

מ'דארף נאר האבן די ריכטיגע קאנעקשנס. און געלט וועט (בעז"ה) נישט זיין קיין פראבלעים...!
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך די קעפעלע »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:25 pm
שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:25 pm
מנהל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:29 pm אבער אויב קאווע שטיבל וועט נישט האבן גענוג ליינערס צוליב די נייע פאליסי, און אלס רעזולטאט וועט די פארום מער נישט האבן קיין זכות קיום, וועל איך זיין זייער צופרידן צו פארמאכן קאווע שטיבל.
ס'דערשרעקט מיך. כ'האב אינוועסטעט אזוי פיהל כוחות דא און אלע מיינע ווערק קען פארשווינדען ווערן? דעם פלאץ האט מיך געפענט די אויגן אין אזוי פיהל הינזיכטן!!!

אשר ע"כ. אויב משום איזה סיבה וועט קאווע שטיבל זיין צו א גרויסע לאסט,
ממון. בינעך מוכן ומזומן צו שאפן די פאנד'ס בעז"ה.
כוחות. די עולם קען אריין וואוטן א טראסטבארע ניק אויף צו העלפן די מנהל.
(כמובא בתקנות השטיבל:
א) מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור. עכ"ל)
שעפטאל: איך בין זיכער אז ס'עקזיסטירט (עפעס) א (פעדעראלע) רעגירונגס פראגראם וועלכע טוט ערמעגליכן פאר "אונטערדריקטע" מינאריטעטן אויסצודריקן זייער מיינונג אויף אן אומבאשטרייטבארן וועג.

מ'דארף נאר האבן די ריכטיגע קאנעקשנס. און געלט וועט (בעז"ה) נישט זיין קיין פראבלעים...!
ווי למשל NPR ובדומה לו

איך מיין דאס פארקערטע הייבט אן צו געשען דא. מיך זעהט אויס אז די נייע פאליסיס האבן אריין געברענגט אן איינפלוס פון נייע שרייבערס און די ווינט הייבט אן צו פארן אויף רעכטס און עס הייבט אן ווערן מקוים דא די "ככל הגוים (אייוועלט) בית ק"ש", דארף מען נאר זעהן אז די וותיקים זאלן אביסעל מער ציען קאווע שטיבעל צוריק אויף לינקס. דאס פלאטפארמע זאל נישט פארלירן איהר אלטע צורה.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 869 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1644 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך מנהל »

פארמאכט 218 ניקס וואס זענען שוין 3 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן.
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
LIVE112233
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך LIVE112233 »

איך פאלג
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 667
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

מנהל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:18 am פארמאכט 218 ניקס וואס זענען שוין 3 חדשים און עלטער און האבן נאך קיינמאל גארנישט געשריבן.
איך בין נישט זיכער אז דאס איז אזא גוטע איידיע.
אויב נאר איינגעשריבענע קענען ליינען, קומט אויס אז דער שטיבל ווערט פארשפארט פאר נאך 218 ניקס.
מדרך העולם, אז צווישן יעדע X ליינערס ווילן X פראצענט שרייבן עפעס.
אויב די ליינערס ווערן ווייניגער וועט בהכרח די שרייבערס אויך ווייניגער ווערן.
דער פלאץ וועט זיין אן עקסלוסיוו פלאץ פון ווייניג שרייבערס, ממילא ווייניג אינפארמאציע, ממילא ווייניג אינטערעסע, ממילא ווייניגער איינגעשריבענע ניקים.
אדרבה, לאז נישט שרייבעדיגע ניקים אויך, וועט די פלאץ וואקסן.
אייוועלטס הצלחה איז זייער סייז.
אבער, איך בין נישט קיין מנהל...
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3139
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2539 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך קורקלענד »

איך ווייס נישט אויב ס'איז נוגע. אבער מיט אזעלכע הלכות וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אפי' צו פרובירן צו שרייבן. מיין ניק איז געווען אפען פאר אפאר יאר (ווען מ'האט נאכנישט געדארפט בכלל קיין ניק צו זיין דא) פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן. לעניית דעתי הקצרה זענען אלע די פרישע שריט קאנטער פראדוקטיוו און ס'טוהט אסאך שאדן.

מיר האבן געליינט און פארשטאנען אלע הסברים און תירוצים, נאכ'ן גוט פארשטיין זענען מיר זיך שטארק חולק. און מיר קומען נישט מיט קיין נייע סיבות, אנדערע האבן שוין אויך שיין מסביר געווען די אנדערע צד.

אויך זענען דא אסאך ניקס דא וואס האבן מערערע נעמען מיט אידענטיטעטן געוואנדן לויט די אומשטענדן. און מיט פארמאכן און אוועקנעמען די מעגליכקייטן שאדט עס שטארק פאר די פלאץ.
באניצער אוואטאר
ששון ושמחה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 336
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 776 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך ששון ושמחה »

קורקלענד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:29 am איך ווייס נישט אויב ס'איז נוגע. אבער מיט אזעלכע הלכות וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אפי' צו פרובירן צו שרייבן. מיין ניק איז געווען אפען פאר אפאר יאר (ווען מ'האט נאכנישט געדארפט בכלל קיין ניק צו זיין דא) פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן.
וואס מיינסטו צו זאגן?
איך זעה אז די האסט זיך רעגיסטרירט מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
און די ערשטע מאל געשריבן מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:52 pm

ווייניגער ווי דריי וואכן שפעטער
שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה יִמָּצֵא בָהּ תּוֹדָה וְקוֹל זִמְרָה
גאר נייגעריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך גאר נייגעריג »

סאו איך זע אז מ'מוז שרייבן, אקעי סאו איך שרייב.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3139
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2539 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך קורקלענד »

ששון ושמחה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:37 am
קורקלענד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:29 am איך ווייס נישט אויב ס'איז נוגע. אבער מיט אזעלכע הלכות וואלט איך קיינמאל נישט אנגעקומען אפי' צו פרובירן צו שרייבן. מיין ניק איז געווען אפען פאר אפאר יאר (ווען מ'האט נאכנישט געדארפט בכלל קיין ניק צו זיין דא) פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן.
וואס מיינסטו צו זאגן?
איך זעה אז די האסט זיך רעגיסטרירט מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
און די ערשטע מאל געשריבן מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:52 pm

ווייניגער ווי דריי וואכן שפעטער
איך האב געשריבן געציילטע הודעות די ערשטע חודש. און דערנאך איינגענומען א שטיל שווייגעניש פאר אפאר יאר.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7348 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2412 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך שעפטאל »

טייערע ברידער'ס וואס מאכן דעם ווערטל "אקעי, כ'פאלג, כ'שרייב"
פליז טוהט'ס עס נישט.

ס'נישט ישיבה קטנה מיט א שלעכטע מנהל וואס מ'דארף זיך צוזאם נעמען אין די האלוועי און שרייען.

ס'נישט א פייט מיט טיעם'ס, ווי איינער געווינט דעם צווייטען.

אדרבה. די ניקים וואס שרייבן זייער חות דעת (און דעי וואס שרייבן עס נישט) האבן אזוי ליב דעם שטיבל, זיי ווילן נישט שרייבן קריטיק. קיינער זיכט נישט אויס צו שעפן די מנהל'ס כוחות. זיי ווילן זיין זיכער אז דעם שריט פון אויסשפארן וועט האבן דעם פאזיטיוו'ן אפעקט און נישט פארקערט.

אדער עכ"פ וויסן וואס איז פּלען בּי אויב מ'וועט זעהן אז ס'מאכט שאדן.

דעט'ס אלל.

ווייל א ניק וואס שרייבט אסאך פיהלט קאננעקטעד מיטן שטיבל, ס'איז אונזער שטיבל, ער איז משליך דעם עגא אין א זייט צו שרייבן קריטיק ווען ס'גייט בנפשו, ווייל זיין איינציגסטע סיבה איז "די הצלחה און עתיד פונעם שטיבל".

בקיצור: די פאן, פאליטיק, מחלוקת, איז אין בחצרות און נטורי קרתא אשכולות. ביטע ווארפט'ס דארטן אריין הייסע חסידישע ווארע להחיות בהם נפש כל חי.

א דאנק!
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 667
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

שעפטי,

אלל און קאננעקטעד קומט פון בערעל-בעל-עגלה'ס ווערטער-בוך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19955
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15207 מאל
קאנטאקט:

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאר נייגעריג האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:44 am סאו איך זע אז מ'מוז שרייבן, אקעי סאו איך שרייב.
נו. וואס שרייבסטו? לאמיר הערן...!. מיט אזעלכע וועלט אויפשאקלענדע מאמרים וועט זיך דיין קאליר און סטאטוס (ח"ו) נישט טוישן.
פארהער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:39 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך פארהער »

איך וויל שרייבען איך האב נישט וואס
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 996 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך עמרם »

פארהער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 12:02 am איך וויל שרייבען איך האב נישט וואס
לויט ווי איך פארשטיי האסטו באמת הנאה דא, עכ''פ פון געוויסע זאכן וואס די קענסט דא ליינען און נישט ערגעץ אנדערש,
ווען די ליינסט אט די זאכן און עפעס איז נאך נישט קלאר , שעם דיך נישט און געבן א פרעג, און אויב אלעס איז קריסטאל קלאר דערמאלטס איז דאך פשט אז איינער האט באמת געמאכט א שלימות'דיגע ענין, וואס דו האסט שטארק הנאה געהאט, געב אים א קאמפלימענט
(געווענליך זאכן וואס מ'איז אינטערעסירט און איינער שרייבט פון דעם, איז דא עפעס וואס מ'קען מוסיף זיין)
חובב קאווע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 21, 2023 12:08 am
האט שוין געלייקט: 218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: 951 ניקס זענען פארמעקט געווארן

שליחה דורך חובב קאווע »

שעפטאל האט געשריבן: כ'מיין אז נקודה צוויי פונעם @מנהל דערקענט זיך שוין, ס'טוהט זיך מער אין שטיבל ב"ה.
כ'געדענק ווי פריילעך כ'בין געוועהן מיט די מנהל'ס ערשטע מעלדונג איבער די 951 ניק'ס.

מיין האפענונג איז, ס'זאל נישט בלייבען ביי צוויי תגובות א יאהר, נאר די אייז זאל זיך ברעכן. כ'געדענק ווי שטארק מיינע הענט האבן געציטערט ביי מיינע ערשטע פאר תגובות. און עד היום הזה ליין איך אמאל איבער א לענגערע תגובה אסאך מאל. אונז קענען טאקע פאוקעסן אויף נייע ניקים וואס שרייבן מענטשליך און צום זאך זיי צו מקרב זיין.

שכח וואלווי און מנהל פארן געבן א ברייטערע פערספעקטיוו אויף ביידע זייטן פון די מטבע.

אלס איינער וואס איז מלא 'קאמפלעקס', האב איך גאר שטארק הנאה פון די תגובה..

יישר כח שעפטאל!
רעאגיר