בלאט 1 פון 1
דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 3:49 pm
דורך צקון לחש
איך האב א גאנצע פּאַק מיט ביכער וואס איך זיכער פטור צו ווערן דערפון, איך האב עס נישט פאר וועם עס אוועקצוגעבן, וואס איז די גראדעסטע לעגאלע מהלך צו טוהן?
מיט דאנק פון פאראויס פאר ארויסהעלפער
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 3:58 pm
דורך בר גיורא
לייג ארויף דא.
אפשר וויל עס איינער?
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 4:06 pm
דורך אלע צוזאמען
בר גיורא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 3:58 pm
לייג ארויף דא.
אפשר וויל עס איינער?
עקזעקטלי ,איך זיך ביכער.
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 4:37 pm
דורך צקון לחש
איך וואוין נישט אין אמעריקא...
וואס איך זוך איז אויב איינער האט עקספיריענס מיט מעסס ריסייקלינג וכדו' כדי צו באקומען אן איידיע וואס איך האב צו טוהן
א דאנק!
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:10 pm
דורך היימלינד
why don't you try selling them on eBay or on a similar platform
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:13 pm
דורך ברוך שפינוזה
קענסט עס פארקויפן אדער אוועקגעבן פאר א used book store, אויב ווילסטו פארדינען גילט פוינטס קענסטו עס אוועקגעבן פאר א ביבליאטעק (לייברער״י בלעז).
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:53 pm
דורך צקון לחש
שוין אקעי איך וועל מוזן אויסזאגן, איך רעד פון ספרי קודש... און איך וויל אויסארבעטן עפעס א מהלך פטור צו ווערן פון זיי
פינטער'ס איז נישט אן אפציע פאר מיר
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:08 pm
דורך טמיר
אפשר וועסטו נאך אמאל וועלן שטודירן די יודישע רעליגיע.
טראכט איבער די שריט נאכאמאל
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:11 pm
דורך תשפג
ספרי קודש קען מען מנדב זיין צו א לאקאל בית מדרש.
אויב רעדט מען פון אנטיק׳ס דאן קומט אין אישי, אפשר קען מען מאכן א דיעל.
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:52 pm
דורך ברוך שפינוזה
צקון לחש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 5:53 pm
שוין אקעי איך וועל מוזן אויסזאגן, איך רעד פון ספרי קודש... און איך וויל אויסארבעטן עפעס א מהלך פטור צו ווערן פון זיי
פינטער'ס איז נישט אן אפציע פאר מיר
אויב מ'האט קיינמאל נישט געלערנט דערין איז די אנגענומענע מיינוג ביי ארטאדאקסישע/חסידישע רבנים אז ס'האט נישט קיין קדושה און מ'מעג עס לייגן אין מיסט. אויב האסטו ספרים אין וואס דו האסט שוין געלערנט אדער דו ווילסט זיך סתם אזוי האלטן פרומער קויף זיך א פעקל poly mailers און ליסט די ספרים אויף ebay פאר א דאללער א שטיק + שיפפינג, זוך אויף ענליכע ליסטינגס וואס האבן זיך שוין פארקויפט און נוץ די זעלבע ווערטער אינעם טייטל און באשרייבנוג.
Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:01 pm
דורך צקון לחש
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 6:52 pmמ'מעג עס לייגן אין מיסט
נישט לויט די מיסט באאמטע

Re: דיספּאוזעל פון אלטע ביכער
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:30 am
דורך קהל'ס נער
דינג א סטארעדזש רום פאר $30 דאלער פאר איין חודש, לייג אריין אלע ספרים דארט, און נאכדעים צאל מער נישט די רענט, און ס׳מער נישט דיין דאגה….