לשון הרע וועבסייט "פעילד מעסייע" איז צוריק!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:16 pm
פאר עלף יאהר אין א צוה האט שמריה ראזענבערג אויף זיין וועבסייט https://failedmessiah.typepad.com/ געדעקט יעדע מין לשון הרע אויף כלל ישראל, און האט ליידער געהאט די אויערן פון די מידיא וואס האבן געליינט זיינע באריכטען מיט דארשט. ווי באקאנט איז ער געוועהן וואס האט געבראכן די נייעס וועגן די הילערי קלינטאן בילד וואס "די צייטונג" האט ארומגעפאטשקעט, און די נייעס איז אנגעקומען ביז הילערי קלינטאן אליין און צו אלע צייטונגען איבער די גאנצע וועלט.
אזוי אויך האט ער געבראכען אומצאליגע נעגעטיווע נייעס אויף אידן איבער די עלף יאהר וואס ער איז אנגעגאנגען פון 2004 ביז 2015. אין 2016 האט געהייסן אז שלמה יודא רעכניץ האט אים געגעבן אסאך געלט אז ער זאל אפשטעלן זיין בלאג, און זייט דעמאלטס איז ער אינגאנצען שטיל געווארן. אויף די בלאג איז געווען א מודעה אז די בלאג איז אפגעקויפט געווארן דורך Diversified Holdings.
אין די לעצטע פאר טעג האט זיך די בלאג אויפגעוועקט מיט לעצטיגע נעגעטיווע נייעס אויף פרומע אידן, אבער ס'איז נישט קלאר אויב דאס איז טאקע שמריה ראזענבערג, און אויב יא, ווי אזוי ער האט צוטריט צו די וועבסייט נאכדעם וואס ס'איז פארקויפט געווארן. און אויב ס'איז נישט ער, ווער האט אנגעהויבן שרייבן ווייטער?