וישלח - חנוכה - שריי נישט "קטונתי"!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

וישלח - חנוכה - שריי נישט "קטונתי"!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

אין אונזער פרשה דערציילט אונז די תורה הקדושה איבער די גרויסע הכנות וואס יעקב אבינו מאכט איידער ער גייט זיך באגעגענען מיט זיין ברודער עשו. עשו קומט איהם אנקעגן מיט די גאנצע שטארקייט ווען פיר הונדערט מענטשן באגלייטן איהם, יעקב אבינו גרייט זיך אָן און טוט פארשידענע פעולות וואס פעלן זיך אויס אין אזא צייט, ער גרייט זיך צו צו דורון, תפלה, און מלחמה.

ווי אויך גייט יעקב און ער צוטיילט זיין משפחה אין צוויי באזונדערע מחנות, מיט'ן חשבון אז אִם יָבוֹא עֵשָׂו אֶל הַמַּחֲנֶה הָאַחַת וְהִכָּהוּ, אויב עשו וועט קומען זיך שלאגן און אויס'הרג'ענען איין מחנה, דעמאלטס זאל כאטש די צווייטע מחנה זיך קענען ראטעווען, וְהָיָה הַמַּחֲנֶה הַנִּשְׁאָר לִפְלֵיטָה. און יעקב אבינו שטעלט זיך טאקע מתפלל זיין צום אייבישטער, און צווישן זיינע ווערטער זאגט ער "קָטֹנְתִּי מִכֹּל הַחֲסָדִים וּמִכָּל הָאֱמֶת אֲשֶׁר עָשִׂיתָ אֶת עַבְדֶּךָ" איך בין צו קליין און איך בין נישט ווערד די אלע חסדים וואס דו השי"ת האסט געטוהן מיט מיר ביז אהער, און ער איז ווייטער ממשיך זיין געבעט, הַצִּילֵנִי נָא מִיַּד אָחִי מִיַּד עֵשָׂו כִּי יָרֵא אָנֹכִי אֹתוֹ, ראטעווע מיך פון עשו ווייל איך
האב מורא פון איהם, און ער דערמאנט די הבטחות וואס השי"ת האט איהם צוגעזאגט אז ער וועט טוהן גוטס מיט איהם.

דערנאך שיקט ער ארויס די מלאכים אז זיי זאלן טראגן א גרויסע געשאנק פון בהמות צו עשו און רעדן צו עשו און איהם בארואיגן פון זיין כעס.
און פון דארט איז יעקב ווייטער ממשיך מיט'ן פלאצירן זיין משפחה, ער פירט זיי אריבער א טייך און ער שטעלט זיי אוועק ביים אנדערן זייט טייך. און ווען ער איז צוריק אריבערגעגאנגען דעם טייך איינער אליינס כדי צו נעמען עטליכע קריגלעך 'פַּכִים קטנים' וואס ער האט דארט איבערגעלאזט, וַיִּוָתֵר יַעֲקֹב לְבַדּוֹ וַיֵּאָבֵק אִישׁ עִמּוֹ, קומט צו גיין דער מלאך דער שר פון עשו און ער הייבט זיך אָן צו ראַנגלען און שלאגן מיט איהם, און זיי האבן זיך געראנגלט ביז צום עלות השחר, וואס דעמאלטס האט יעקב אבינו באזיגט דעם מלאך.

יעקב אבינו'ס גרויסקייט ביים זיך שלאגן מיט'ן מלאך
אגב איז כדאי צו דערמאנען וואס חז"ל דערציילן אין מדרש, ווי מיר האבן עס שוין געברענגט אמאל, וואס עס האט זיך דארט אפגעשפילט בשעת יעקב אבינו האט זיך געשלאגן מיט'ן מלאך. די מדרש דערציילט אונז, "נתן אצבעו בארץ, התחילה הארץ תוססת אש", דער מלאך האט געגעבן א שטעק אריין זיין פינגער אין די ערד, און די ערד האט אנגעהויבן צו שפריצן פייער, "אמר לו יעקב מן דא את מדחיל לי, אנא כוליה מינה, הדא היא דכתיב והיה בית יעקב אש", האט יעקב אבינו געזאגט צום מלאך, מיט דעם ווילסטו מיר דערשרעקן? איך בין דאָך אינגאנצן פייער! איך בין איין שטיק פייער אזויווי ס'שטייט אין פסוק והיה בית יעקב אש.

צום סוף איז איהם דער מלאך מבשר די בשורה "לֹא יַעֲקֹב יֵאָמֵר עוֹד שִׁמְךָ כִּי אִם יִשְׂרָאֵל" אז פון יעצט און ווייטער וועט שוין דיין נאמען נישט זיין יעקב, נאר ישראל, א נאמען וואס ווייזט אויף א העכערע מדריגה, א ענין פון 'שְׂרָרָה' און גרויסקייט, כִּי שָׂרִיתָ עִם אֱלֹקִים וְעִם אֲנָשִׁים וַתּוּכָל, ווייל דו האסט געהערשט איבער א מלאך און איבער מענטשן, דו ביסט בייגעקומען אלע וואס האבן זיך געשטעלט קעגן דיר. און דער מלאך האט איהם אויך מודה געווען אויף די ברכות וואס ער האט ארויסגענאַרט פון יצחק אז זיי באלאנגן אינגאנצן פאר יעקב.

די דיוקים אין די מעשה און אין יעקב אבינו'ס ווערטער
וואס באמת דארפן מיר זיך דא מתבונן זיין אין עטליכע נקודות. חכמינו ז"ל און די מפרשים שטעלן זיך שוין צו פארשטיין פארוואס האט יעקב אזוי מורא געהאט פון עשו, נאכדעם וואס דער אייבישטער האט איהם שוין קלאר צוגעזאגט "וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָךְ וּשְׁמַרְתִּיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ" אז דער אייבישטער וועט זיין מיט איהם און איהם היטן און באשיצן וואו ער גייט. און בפרט אז יעקב אבינו האט דאָך באמת נישט וואס מורא צו האבן, ווי מיר זעהן אז ווען עס קומט למעשה שרייט ער צום שר פון עשו "איך בין איין שטיק פייער!" און ער ווערט בכלל נישט דערשראקן פון זיינע פינקן פייער, און ער ווייסט אז ער איז גאר דער "בית יעקב אש" וואס קען אלעס פארברענען און מבטל זיין.

אזוי אויך באמערקן מיר ווי די תורה הקדושה איז אזוי מאריך און דערציילט אונז די תפלה פון יעקב אבינו און זיין צובראכנקייט מיט'ן זאגן "קָטֹנְתִּי מִכֹּל הַחֲסָדִים וּמִכָּל הָאֱמֶת אֲשֶׁר עָשִׂיתָ אֶת עַבְדֶּךָ" וואס איז אודאי נישט געווען אמת, יעקב איז יא ווערד געווען די ברכות און די חסדים פון השי"ת, ער האט דאס בלויז נישט אנערקענט צוליב זיין עניוות און שפלות, און געוויס לערנט אונז דא די תורה הקדושה א לימוד און מוסר השכל לדורות.

ווי אויך דארף מען פארשטיין די המשך הענין, וואס איז טאקע פשט אז יעקב אבינו בשעת ער האלט אינמיטן אנגרייטן זיינע ווייבער און קינדער צו די גרויסע מלחמה מיט עשו און זיינע סאלדאטן און ער איז פארנומען זיי צו פלאצירן אויף זייערע פאזיציעס אין די צוויי מחנות, אויב אזוי פארוואס גייט ער טאקע צוריק צו די אנדערע זייט טייך און לאזט זיי איבער אליינס.

די גרויסע און הייליגע עניוות פון יעקב אבינו
נאר כדאי צוצוקומען צו אונזער נקודה, לאמיר זיך אביסל מתבונן זיין און אומקוקן וואס עס האט זיך דא אפגעשפילט מיט יעקב אבינו, און דערהערן וואו דאס איז אונז נוגע אין אונזער לעבן.

אין ספה"ק ישמח ישראל ברענגט ער בשם זיין פאטער הרה"ק רבי יחיאל פון אלכסנדר זי"ע, אז די סיבה פארוואס יעקב אבינו האט דא אזוי שטארק מורא פון עשו, הגם דער אייבישטער האט דאָך איהם קלאר צוגעזאגט אז ער וועט איהם אפהיטן און באשיצן איבעראל, וויבאלד יעקב אבינו האט פארשטאנען אז די הבטחה איז נאר גילטיג ווילאנג יעקב וועט זיין באהאפטן און דבוק צום אייבישטער נאר דעמאלטס וועט הקב"ה זיין מיט איהם, אזויווי עס שטייט א פסוק אין דברי הימים (ב' קאפיטל ט"ו) ה' עִמָכֶם בִּהְיוֹתְכֶם עִמוֹ - דער אייבישטער איז מיט אייך ווען איר זענט מיט איהם.

און דא האט יעקב אבינו אנגעפאנגען צו פילן א פחד פון עשו הרשע, און דאס האט איהם וויי געטוהן פארוואס ער האט נאך בכלל מורא פון א בשר ודם, ווייל יעקב האט געזען אין דעם א צייכן אז ער איז נישט גענוג באהאפטן צום אייבישטער, אזוי ווי עס שטייט אין חובת הלבבות (פרק ו' - שער האהבה) אז ווער עס איז באמת דבוּק צו השי"ת דער האט נישט קיין מורא פון קיין שום זאך אין דער וועלט. און דער חובת הלבבות ברענגט א מעשה פון אן ערליכער איד וואס האט זיך אמאל געלייגט שלאפן אין א מדבר וואו עס פלעגן זיך דרייען שרעקעדיגע חיות, און עס זענען דארט אדורכגעגאנגען א גרופע באוואפנטע מענטשן וואס האבן זיך אנגעגארטלט מיט פארשידענע געווער אז זיי זאלן קענען קעמפן קעגן די חיות, און דא זעהן זיי ווי עס ליגט א מענטש און שלאפט מיט א רואיגקייט אָן קיין שום פחד און מורא, האבן זיי איהם געפרעגט וויאזוי קען דאס זיין אז ער האט נישט קיין פחד צו שלאפן דא אין א פלאץ וואו עס הערשט דאס טויט ח"ו?, האט דער צדיק געענטפערט "עס איז מיר א בושה און א שאנדע מורא צו האבן פון עפעס אויסער דעם אייבישטער"...

מיט דעם ערקלערט דער ישמח ישראל דעם דאפלטן לשון וואס שטייט ביי יעקב "וַיִּירָא יַעֲקֹב מְאֹד וַיֵּצֶר לוֹ" ער האט מורא געהאט און עס האט איהם וויי געטוהן, וואס מיינען די צוויי באזונדערע זאכן?, נאר פשט איז, 'וַיִירָא יַעֲקֹב מְאֹד' יעקב האט זייער מורא געהאט ווען ער האט באמערקט אז 'וַיֵצֶר לוֹ' עס טוען איהם וויי אנדערע זאכן אויסער דעם אייבישטער, ער וואלט נישט געדארפט מורא האבן פון קיינעם אויסער דער באשעפער, און אז ער האט יא מורא פון עשו, דאס האט איהם וויי געטוהן אז אפשר איז ער שוין נישט גענוג באהאפטן צום אייבישטער און דעריבער וועט איהם דער אייבישטער שוין נישט היטן ח"ו.

יעקב אבינו האט אין פלאן צו אנטלויפן און מ'האלט איהם אפ פון הימל
הכלל, יעקב אבינו האט זיך געשפירט דערווייטערט פון השי"ת. לויט זיין גרויסע און הייליגע מדריגה פון אמונה און בטחון האט ער מרגיש געווען אז ער האט נאך מורא פון א בשר ודם און דאס טויג נישט, און דעריבער האט ער באמת געגלייבט און געזאגט "קָטֹנְתִּי מִכֹּל הַחֲסָדִים וּמִכָּל הָאֱמֶת" איך בין צו קליין און נישט ראוי צו באקומען די אלע ברכות פון השי"ת.

און צוליב די הייליגע ענוה האט יעקב מורא געהאט צו שטיין פנים אל פנים קעגן עשו, טראצדעם וואס באמת איז ער "בית יעקב אש" ער איז איין שטיק פייער און האט נישט וואס מורא צו האבן. אבער צוליב זיינע חשבונות און מחשבות האלט ער באמת אז ער איז נישט ראוי זיך צו גיין פארמעסטן מיט עשו און ווערן געראטעוועט.
נאך מער איז כדאי צו-צוצייכענען די ווערטער פונעם רשב"ם אויפן פלאץ, אז יעקב אבינו האט גאר געהאט א פלאן צו אנטלויפן פון עשו, און דערפאר האט ער אריבערגעטראגן זיין משפחה דעם ירדן ביי דעם פלאץ וואס ווערט שפעטער אנגערופן אין אונזער פרשה מיט'ן נאמען 'מחניים', וואס גענוי די זעלבע פלעצער געפונען מיר אז דוד המלך האט זיי גענוצט צו אנטלויפן פון זיין זוהן אבשלום ווען ער האט ווידערשפעניגט אין איהם און געוואלט הַרג'ענען. לערנט דער רשב"ם אז יעקב אבינו האט דא געמאכט פלענער צו הייבן פיס און אנטלויפן מיט זיין גאנצע משפחה, אלס כדי נישט צו דארפן זיך טרעפן מיט עשו.

אבער פון הימל האט מען געהאט אנדערע פלענער אנגעגרייט פאר יעקב, דא דארף פאָרקומען די גרויסע באגעגעניש צווישן איהם און עשו, דא דארף ארויסקומען און באקאנט ווערן אז "לֹא יַעֲקֹב יֵאָמֵר עוֹד שִׁמְךָ כִּי אִם יִשְׂרָאֵל", יעקב אבינו גייט דא ארויפגיין א מדריגה און ווערן אנגערופן ישראל, דא גייט ער באקומען א הסכמה אויף די ברכות וואס ער האט באקומען פון יצחק, געוואלדיג גרויסע און הייליגע זאכן דארפן זיך דא אפשפילן, און יעקב וויל אנטלויפן...

זאגט דער רשב"ם אז טאקע דערפאר האט מען געשיקט דעם מלאך פון הימל זיך צו ראנגלען מיט איהם, "ויאבק מלאך עמו שלא יוכל לברוח ויראה קיום הבטחתו של הקב"ה שלא יזיקהו עשו". מען האט פשוט געדארפט אראפהאלטן יעקב אבינו מיט א אייזערענע פויסט אז ער זאל נישט קענען אנטלויפן, און עס זאל איינמאל פאר אלעמאל נתגלה ווערן ווי שטארק ער איז יא ווערד צו די ברכות און הבטחות פון השי"ת, און עס זאל טאקע ארויסקומען קלאר זיינע הימלישע כוחות פון "והיה בית יעקב אש" אז ער איז באמת דער גרויסער יעקב אבינו דער 'בחיר שבאבות' וואס האט נישט פון וועמען מורא צו האבן און ער קען זיך שטארקן אפילו קעגן דעם שר פון עשו און זיין פייער וואס שפריצט.

היוצא לנו, מיר געפונען דא א פרשה אין די תורה וואו צום ערשט האט יעקב אבינו מורא געהאט און געוואלט אנטלויפן, ער האט באמת געהאלטן אז ער איז נישט ווערד און נישט בכוח זיך צו שלאגן מיט עשו, זיין ענוה און יראת חטא און זיינע הייליגע חשבונות האבן איהם פאַרמיטן פון וועלן צוטרעטן צום גרויסן באגעגעניש מיט עשו וואו השי"ת וועט דארפן מקיים זיין די הבטחה און אפהיטן יעקב. אבער פון הימל האט מען יא געוואלט אז דא זאל יעקב אבינו זוכה זיין צו די גרויסע מדריגות און השגות און ווערן געהעכערט פון יעקב צו ישראל, און דערפאר שיקט מען איהם אנקעגן א מלאך פון הימל, טאקע דארט אויף זיין וועג צום אנטלויפן, און מען האלט איהם דארט אפ אז ער זאל נישט קענען גיין ווייטער, ווי שלמה המלך זאגט אין משלי (כ"א ל') אֵין חָכְמָה וְאֵין תְּבוּנָה וְאֵין עֵצָה לְנֶגֶד ה', ווען מען וויל עפעס פון הימל וועט דאס פאסירן בכל אופן, און עס וועט נישט העלפן קיין שום עצה און קיין שום חכמה מצד דעם מענטש זיך צו קענען ארויסדרייען דערפון.

די מסירות נפש פאר די פכים קטנים
אבער לאמיר גיין א טריט ווייטער, רש"י ברענגט פון חז"ל אז יעקב אבינו איז צוריק געגאנגען צום אנדערן זייט טייך צוליב די פכים קטנים, די קליינע קריגלעך וואס ער האט דארט איבערגעלאזט, און ער האט זיי געוואלט גיין נעמען, און דעמאלטס איז דער מלאך געקומען צו איהם.

הכלל זעהן מיר פון דעם אז דער מלאך האט ספעציעל געווארט ביז יעקב אבינו וועט צוריק קומען, און ער האט איהם נישט אפגעשטעלט פריער איידער ער איז אריבערגעגאנגען דעם טייך מיט זיינע קינדער, כאטש ער וואלט איהם דאָך געקענט דארט צוריקהאלטן גלייך ביים ערשטן מאל און נישט לאזן גיין ווייטער, [און בפרט ווי דער רשב"ם זעלבסט זאגט קלאר אז יעקב האט קודם אריבערגעפירט יעדן איינעם, און ער האט זיך געשטעלט צום לעצט כדי אריבערצוגיין נאך זיי אלע, אויב אזוי וואלט איהם דער מלאך דעמאלטס געקענט דארט אפהאלטן] פארוואס האט ער טאקע געווארט ביז יעקב קומט נאָכאַמאָל צוריק אליינס?.

נאר באמת ווען מיר הערן די ווערטער פון חז"ל אז יעקב אבינו איז צוריק געגאנגען נאר כדי צו ברענגן די קליינע קריגלעך וואס זענען דארט געבליבן, פארשטייט מען דאָך באלד אז מ'קען דאס נישט אפלערנען כפשוטו, אז אינמיטן אזא הייסע שעת מלחמה זאל יעקב צוריק גיין איינער אליינס בלויז אפצונעמען די קליינע קריגלעך. נאר אודאי ליגט אין דעם גאר הויכע ענינים פארוואס יעקב האט טאקע געמוזט נעמען מיט זיך די קליינע קריגלעך, און ווי עס איז באמת אזוי מבואר אין ספרים הקדושים (ש"ך על התורה, מגלה עמוקות, און נאך) אז אין די פכים קטנים איז געלעגן די שמן זית מיט וואס עס האט יארן שפעטער פאסירט די נס חנוכה אין בית המקדש, קומט אויס איז יעקב אבינו איז דא געגאנגען אויסטרעטן דעם וועג פאר כלל ישראל אין די שווערע צייטן וויאזוי צו קענען האבן א קיום און א חיזוק אין גלות.

און דערפאר איז זיך יעקב אבינו מוסר נפש צו גיין ברענגן די קריגלעך, און בפרט ווי דער רשב"ם לערנט אונז אז בעצם האט שוין יעקב געהאלטן טיף אינמיטן אנטלויפן, ער האט שוין געענדיגט אריבערפירן זיין גאנצע משפחה צו די אנדערע זייט טייך און זיי געפונען זיך שוין אלע מער פארזיכערט אויפן וועג זיך צו קענען דערווייטערן פון עשו, אבער וויבאלד ער האט זיך דערמאנט אין די הייליגע פכים קטנים איז ער געווען גרייט מיט מסירות נפש צוריק צו גיין צום מסוכנ'דיגע פלאץ נאך איין מאל צו ברענגן די קריגלעך.

דאס הייסט אז הגם יעקב אבינו האלט זיך נישט ראוי פאר גארנישט, ער איז אין א מצב פון וַיִּירָא יַעֲקֹב מְאֹד וַיֵּצֶר לוֹ, ער האט מורא שמא יגרום החטא, ער שרייט קָטֹנְתִּי מִכֹּל הַחֲסָדִים וּמִכָּל הָאֱמֶת, און ער שפירט ביי זיך מיט א זיכערקייט אז ער מוז אנטלויפן פון עשו ווייל ער האט נישט קיין זכותים געראטעוועט צו ווערן, דאָך שטעלט ער זיך אבער איין און ער גייט צוריק צו ברענגן די פכים קטנים, ער ווייסט אז ער האט א שליחות פאר זיינע קומענדיגע דורות, ער דארף דא באלייכטן די אויגן פון כלל ישראל מיט איבער טויזנט יאר שפעטער ווען זיי וועלן זיין אין א עת צרה אין די צייטן פון גלות יון, און ער גייט אנגרייטן פאר זיי דעם וועג און עפענען דעם טויער פארן נס חנוכה.

און טאקע דערפאר פירט ער קודם אריבער זיין משפחה אויף א פארזיכערטן אָרט, און נאכדעם לויפט ער צוריק איינער אליינס, ער איז גרייט איינצושטעלן זיין לעבן נאר כדי אויסצופירן זיין הייליגע שליחות פאר כלל ישראל, און דעמאלטס מאכט ער נישט קיין שום חשבונות פון וַיִּירָא, וַיֵּצֶר, אדער קָטֹנְתִּי... אפילו אינעם סאמע ברען פון אנטלויפן פון זיין מצב, איז ער נישט מוותר אויף אויסצופירן זיין תפקיד צו העלפן זיינע קומענדיגע דורות, ער האט א שליחות צו ערפילן און ער וועט דאס טוהן פאר יעדן פרייז!.

און דייקא דעמאלטס, ווען יעקב אבינו טוט אזא שריט, ער קערט זיך צוריק איינער אליינס און איז זיך מוסר נפש צו גיין ראטעווען די פכים קטנים, טאקע דארט קומט איהם דער מלאך אנקעגן כדי איהם אפצוהאלטן, און דארט קומט ער אָן צו זיינע גרויסע מדריגות פון "לֹא יַעֲקֹב יֵאָמֵר עוֹד שִׁמְךָ כִּי אִם יִשְׂרָאֵל!" נאר דעמאלטס איז ער זוכה צו די גרויסקייט פון שררה און העכערקייט און באקומט אלע ברכות.

ווען מיר הייבן אָן צו שרייען קטונתי
אצינד לאמיר זיך מתבונן זיין אין אט די גאנצע השתלשלות און ארויסנעמען דערפון די הוראה למעשה פאר אונז קליינע מענטשן אין אונזער טאג טעגליכע לעבן. פארשטייט זיך אז מיר זענען גאר גאר ווייט פון יעקב אבינו און מיר האבן נישט קיין השגה אין זיינע מעשים, אבער אז די תורה הקדושה לערנט אונז דאס אלעס, און ווי חז"ל זאגן אונז אז מעשי אבות סימן לבנים, דארפן מיר זיך אפלערנען און ארויסנעמען דערפון וואס איז נוגע פאר אונז אין אונזערע מצבים.

יעדער פון אונז האט א תפקיד און א שליחות אויסצופירן, און נישט נאר איין אויפגאבע נאר מערערע, און נישט נאר אין איין תחום נאר אין מערערע!. יעדע אידישע טאטע און מאמע האבן א שליחות צו ערפילן אין זייער שטוב, זיי מוזן אויפהייבן די אטמעספארע און די גאנצע 'רוּח' אין שטוב און דינען אלס א לייכט טורעם פאר זייערע קינדער, די חינוך און די עתיד פון זייערע דורות ליגט אויף זיי, זיי דארפן אריינברענגן א העכערקייט אין א שבת'דיגע סעודה אדער א טעם אין א יום טוב, זיי מוזן אריינשיינען א מתיקות אין אידישקייט, ווי אויך אלע עניני מידות טובות און יראת שמים וואס די קינדער זאַפּן זיך אָן דערמיט פון קינדווייז אָן ביי זייערע עלטערן. ווי אויך האט א מענטש א שליחות וואו אימער ער גייט, צו איז דאס אין זיין ארבעטס פלאץ, אין בית המדרש, צווישן די חברים, דער רבוש"ע ערווארט פון איהם געוויסע הנהגות טובות און מעשים טובים וואס וועלן האבן א השפעה אויף אנדערע, אדער אז ער זאל זאגן א גוט ווארט פאר א צווייטן, מחזק זיין, וכדומה.

אבער מיר לעבן אין א וועלט וואו זייער אסאך פון אונז 'אנטלויפן' פון אונזער שליחות. אסאך מענטשן האבן נישט קיין זעלבסט-ווערד אין אונזערע אייגענע אויגן, מיר שפירן נישט ראוי אדער נישט גענוג געאייגנט צו טוהן געוויסע זאכן, אדער מיר שעצן נישט גענוג די וויכטיגקייט פון אונזער אויפגאבע... מיר ווייסן אליינס נישט וואס מיר וואלטן באמת געקענט אויפטוהן אין אונזער אייגענע שטוב מיט די אייגענע בני בית ווען מיר וואלטן זיך אנגעגארטלט מיט אביסל מער מוּט און שטארקייט און אנערקענט אונזערע אמת'ע כוחות וואס ליגט באהאלטן אין אונז.

אמאל איז טאקע פארהאן א געוויסע 'ענוה' אינעם מענטש, וואס ענוה איז אויך נישט אלעמאל די אויסגעהאלטנסטע זאך במקום וואו מען דארף אויפטוהן, ווי עס ווערט אנגערופן אין ספרים א 'ענוה פסולה' דאס איז א פסול'ע ענוה און ברענגט נישט קיין תועלת. און אמאל איז עס צוליב ווייל איינער האט אונז אמאל געזאגט א שלעכט ווארט אז מיר טויגן נישט, אדער ווייל מיר האבן אמאל געהאט א דורכפאל און דאס באגלייט אונז פאר לאנגע יארן.

בקיצור דער מענטש וויל אנטלויפן און זיך ארויסדרייען פון זיינע תפקידים, עס איז אסאך גרינגער נישט צו טוהן ווי יא צו טוהן, און עס איז נאך גרינגער צו קענען ווייזן מיט'ן פינגער אויף דעם און יענעם אז דאס איז שולדיג און יענץ איז שולדיג פארוואס מיר זענען נישט מצליח. [און דאס איז נישט נאר ביי רוחניות'דיגע תפקידים ווי חינוך אדער בין אדם לחבירו וואס מיר האבן פריער דערמאנט, נאר דאס איז נוגע ביי יעדע פרט אין לעבן, לגבי הצלחה אין די ארבעט, לגבי הצלחה מיט חברים און א סביבה, לגבי קענען אויספירן גוטע רעיונות און פלענער וואס מיר האבן; אלעמאל איז די ערשטע און גרינגסטע אפציע צו אנטלויפן דערפון און אנווייזן אויף פארשידענע סיבות פארוואס מיר טויגן נישט דערצו].

בדרך צחות אויב מען מעג זאגן, מיר ווייסן דער מנהג העולם איז אז ווען דער בעל קורא ליינט "קָטֹנְתִּי" שרייט דער עולם מיט מיט'ן ניגון מיט די גאנצע ברען, ווייל אין דעם זענען מיר זייער גוט, שרייען קטונתי דאס קען יעדער איינער... ס'איז טאקע א ווערטל, אבער די מציאות דערפון איז זייער אמת.

ווען דו שפרינגסט אריין וועסטו שוין זעהן דיין כוח
עס קען גאר זיין אז די תורה הקדושה לערנט אונז דא א מוסר השכל דורך די מעשה פון יעקב אבינו, יעקב אבינו האט מורא און ער זוכט צו אנטלויפן ווי דער רשב"ם זאגט, און פארשטייט זיך אז זיין אנטלויפן איז געווען גאר א הייליגע זאך און האט געשטאמט פון א ריינע ענוה לויט זיינע גרויסע מדריגות. אבער מיט דעם אלעמען לויפט ער מיט מסירות נפש ראטעווען זיינע פכים קטנים וואס איז וויכטיג אוועקצולייגן לדורות. אונז צו לערנען, אז להבדיל ביי אונז, אויך ווען מיר ווילן 'אנטלויפן' פון אונזער תפקיד, אפילו ווען מיר אנערקענען נישט אונזערע מעלות און אונזער יכולת, דאָך זענען מיר מחוייב צו טוהן אלעס און זיך 'מוסר נפש' זיין, דאס הייסט אריינשפרינגען מיט א שטארקייט און טוהן מער ווי מיר קענען, אדער בעסער געזאגט 'מער ווי מיר מיינען אז מיר קענען' ביז עס וועט נתגלה ווערן אז מיר פארמאגן אין זיך גאר גרויסע און שטארקע כוחות, יעדער איד פארמאגט אין זיך דעם "והיה בית יעקב אש"! עס פלאקערט אין איהם א הייליגע פייער וואס עס קען זיין אז ער ווייסט גארנישט דערפון.

מען מוז אבער קודם איינשטעלן, מ'מוז זיך שטארקן און אריינשפרינגן אפילו ווען מ'פילט אז עכט קען איך נישט. נאר ווען מ'שטארקט זיך און מ'גייט צו כמעט מיט מסירות נפש, דעמאלטס קומט ארויס די באהאלטענע 'ישראל' און די שררה וואס ליגט אין אונז.

אפשר האלט מען דיר דא אפ פאר א סיבה
און נאך מער, מיר לערנען פון דא אז ווען א מענטש האט א אויפגאבע אויף א געוויסע פלאץ אויסצופירן און ער טוט דאס נישט, וועט מען פון הימל שיקן אפילו א מלאך זאל איהם קומען אפהאלטן און ער זאל נישט קענען אנטלויפן פון דארט. צומאל שפירט א מענטש אז ער קען זיך עפעס נישט רוקן פאָראויס, וויפיל ער פראבירט צו מאכן פאָרשריט אין זיין לעבן און גיין ווייטער בלייבט ער נאך אלס 'שטעקן' אינעם זעלבן פלאץ, ער איז נישט מצליח אנצוקומען דארט וואו ער וויל. דארף מען זיך גוט מתבונן זיין און איבערקלערן "ווער ווייסט אויב איך האב נישט עפעס א שליחות דא וואס איך האב נאכנישט ערפילט?!" אפשר וויל מען פון הימל אז איך זאל נישט קענען אנטלויפן פון דא ווייל דא דארף איך נאך עפעס אויפטוהן, און נאך מער, אפשר ליגט דא גאר מיין גאנצע הצלחה. פונקט ווי יעקב אבינו איז געווען איין טריט אוועק פון נתעלה ווערן צו די גרויסע מדריגה פון "לֹא יַעֲקֹב יֵאָמֵר עוֹד שִׁמְךָ כִּי אִם יִשְׂרָאֵל", אבער ער האט נישט געוואוסט דערפון און ער האט נאך געוואלט אנטלויפן, און מ'האט איהם געמוזט אנהאלטן מיט אייזערנע קייטן פון הימל אז ער זאל דארט בלייבן שטיין, דאס איז אונז מחייב צו טראכטן אלעמאל ווען מיר האבן די הרגשה אז מיר ווערן אפגעהאלטן פון הימל, מיר רוקן זיך נישט, מיר שפירן דעם אינערליכן געראנגל וואס לאזט נישט מצליח זיין, ווער ווייסט אויב איך האב נישט דא נאך א תפקיד.

ועל כולם, טאקע פון יענע מסירות נפש וואס יעקב אבינו האט זיך אנגעשטרענגט און צוריק געגאנגען ברענגן די פכים קטנים, דאס איז געווען די הכנה צום גרויסן נס חנוכה וואס האט באלאכטן פאר זיינע קינדער און קינד'ס קינדער אינעם גרעסטן חושך פון גלות. אשר על כן לאמיר אויך זיין 'מוסיף והולך' ווי שיטת בית הלל ביי די חנוכה-ליכט און זיך אנשטרענגן צו פארמערן און פארשפרייטן די באהאלטענע ליכטיגקייט וואס מיר פארמאגן אין זיך. לאמיר זיך שטארקן אויף די נאטורליכע שוועריגקייטן און דעם 'קָטֹנְתִּי' וואס בוזשעוועט אין אונז, און פראבירן מיט אלע כוחות אויסצופירן אונזער שליחות אינדערהיים, אין בית המדרש, אין די ארבעט, אין גאס, אפילו ווען מיר רעדן זיך איין אז מיר זענען נישט גרייט און מיר קענען נישט. און האפנטליך וועט פון דעם ארויסקומען אונזער אייגענע ישועה און אונזער אייגענע נס חנוכה און אור גדול, און מיר וועלן זוכה זיין צו זעהן און שפירן "אנא כוליה מינה! הדא היא דכתיב והיה בית יעקב אש" אז מיר זענען באמת איין שטיק פייער און איין שטיק הצלחה און ליכטיגקייט.

לסיכום געדענק:
• הער אויף צו שרייען קטונתי, שטרענג זיך אָן און שפרינג אריין יא צו ערפילן דיין תפקיד בשלימות אפילו ווען דו שפירסט אז דו ביסט נישט געמאכט פאר דעם.
• צומאל ביסטו בלויז א טריט אוועק פון דיין גרעסטע הצלחה, דו דארפסט פשוט אויפהערן צו 'אנטלויפן' דערפון.
• ווען דו שפירסט אז דו קענסט זיך נישט רוקן פאָראויס אין לעבן, אפשר איז דאס א רוף פון הימל אויסצופירן דיין שליחות אויף דיין יעצטיגע פלאץ, זיי דיך מתבונן און זוך וואס דו קענסט נאך אויפטוהן דא.

א לעכטיגע שבת קודש און א פרייליכע חנוכה!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל

Re: וישלח - חנוכה - שריי נישט "קטונתי"!

שליחה דורך א שעפעלע »

וישלח - חנוכה
שריי נישט "קטונתי"
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=268354

פרינט ארויס לכבוד שבת
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 02&gil=172
א לעכטיגע שבת קודש!
פארשפארט