יובל נח הררי
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
יובל נח הררי
אזאנע מוחות ווי פרפ. יובל נח הררי פארדינען זיך באמת שוין לאנג אן אשכול פאר זיך. זייענדיג אן 'היסטארישע' פערזענליכקייט במלוא המובן - אלס אן היסטאריען אין די היברו אניווערסיטעט אין ירושלים, האבענדיג אן איייגנארטיגע פערסאנאליטעט - לעבנדיג מיט א מאן, זייענדיג פארקויפט פאר מעדיטאציע, און פאררעכנט אלס פסודא-אקעדעמיקער - לויט געוויסע קריטיקירער, אויסשטייגענדיג אלס אן אינטערנאציאנאלע פובליק אינטעלעקטואל ארויסגעבענדיג מאסיווע בעסט-סעללער שרייבווערק, ווי פון באראק אבאמא ביז מארק זוקערבערג פארדינט ער רעקאמענדאציעס, און איז רעספעקטירט ביי אסאך גרויסע גלאבאלע אינסטיטוציעס און יחידים.
זיינע ווערק נעמען אריין תחומים פון טעכענאלאגיע, רעליגיע, עקאנאמיע, פאליטיק, און וואס נישט.. - ער רופט עס ''די גרויסע פראגעס''..
זיין וועלט אויסקוק איז בעיקר געבויט אויף זיינע היסטארישע און עוועלוציאנערע אבזערוואציעס, ווי ער אנאלאזירט מייסטערהאפטיג טויזענטער יאר פון היסטאריע אין איינצעלנע קאפיטלען, באצירענדיג עס מיט די רייכקייט פון סייענס און באצוקערנדיג עס מיט די זאפט פון פילאזאפיע, נישט פארגעסן פון די סאציאלאגישע פעדימער מיט וואס ער שפינט זיי צוזאמען..
מיט די צייט האט ער זיך איינגעהאנדלט היבש אביסל קאנטראווערסיע און קריטיק סיי צווישן מאנכע פון די רעליגיעזע לאגער און סיי אין די סייענטיפישע און אקאדעמישע קאמיוניטי - וועלכע זעען אין זיינע ווערק א געוויסע קרומקייט אדער פאלשקייט, אזוי צו אזוי פאמינערט עס ווייניג זיין ווייטגרייכענדע השפעה...
זיין קאמבינאציע פון פשטות, בקיאות, גאונות, און ענווה, איז ווערד מער ווי אן ארטיקל, און זיינע פראוואקאטירענדע השקפות ווי ער לייגט זיי אראפ מיט אזא מיושב'דיגע געגאסענקייט - שטעלן צו גאר אסאך שפייז איבערצוקייען און זיך אויסצו'טענה'ן...
בינעך אבער אודאי נישט אין די כלים יעצט דאס אראפצולייגן באריכות - ווי עס דארף צו זיין, וועל איך מיר מוזן באגעניגן מיטן מלקק זיין דעם לעצטיגן אינטערוויו מיט אים, ווי אפאר אספעקטן פון זיין ברייטן אויסקוק ווערן צונומען - גאנץ פיין פאר א טעימה קלה:
גארנישט פארפילט אבער נישט די אינפארמאציע פון זיינע ביכער זעלבסט - וואס איז א מוז פאר יעדן דענקער - פארט זענען אסאך פון די שמועסן און ווידעאס מיט אים אויך גאר אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט פאר דער וואס איז נייגעריג..
דריי ביכער האט ער ארויסגעגעבן ביז דערווייל (אביסל ארומגערעדט אין דעם אשכול)
1) SAPIENS - A brief history of human kind: ווי ער צולייגט די היסטאריע פון דאס מענטשהייט - וואס האט אונז געפירט צו ערווארבן די מאכט וואס מיר האבן זיך איינגעהאנדלט ביז אהער - און וואס עס האט אונז למעשה צוגעגעבן... (ער פירט גראדע אויס אז נישט קיין סאך - אויב בכלל...)
2) HOMO DUES - A brief history of tomorrw: וואו אהין מיר צילן בעתיד מיט די אלע ערפינדונגען וואס מיר גרויסן זיך..
3) 21LESSONS for the 21 century: ווי ער רעדט ארום איבער פראקטישע און רעלעוואנטע נושאים וואס זענען הייס אינעם הווה...
ער האט נאך א ביך - געצילט פאר קינדער - ווי ער לייגא אראפ עוואלוציע אויף א נאוועל שטייגער.
ער האט אן X אקאונט ווי ער פאוסט אפט פרישע שמועסן און ארטיקלען, אויך האט ער זיין אייגענע וועבזייטל ווי עס ליגן אסאך פון זיינע פריערדיגע דרשות ומאמרים, ווי אויך זיין Sapienship פראיעקט.
דיסקלעימער: ער איז ווייט פון אן היימישע (-מילד גערעדט..) מ'קען זיך נאר ארומקוקן אין שטיבל ווי די איינצעלנע צוגעברענגטע זאכן זענען נישט דוקא אנגעמומען מיט אפענע ארעמעס, אבער עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן וואס ער אליין זאגט ביים ענדע פון די אויבן-דערמאנטע ווידעא, אז צווישן די מערסטע אומגעראכטענע ליינער פון זיינע ביכער ציילן זיך היימישע ישיבה תלמידים (-פרעגט מיר נישט וועלכע ישיבה..) וועלכע האבן זעט אויס געטראפן נאך א פעט ביינדל איבער וואס זיך צו טענה'ן - אזויווי זיי גלייכן אלס...
ברכה און הצלחה!

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
- האט שוין געלייקט: 218 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
Re: יובל נח הררי
ענווה ווייסעך נישט ווי די האסט עס געזעהן…
לדעתי איז ער מער א שרייבער ווי א דענקער, איך האב נאך קיינמאל נישט געזען אזא קלארער שרייבער

ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: יובל נח הררי
נישט קיין סאך געקוקט אויף זיין זייט. אבער פון דאס ביסל וואס איך האב געזען האב איך פארשטאנען אז ער האלט אז איך בין סתם איבעריג אויף די וועלט און לויט איהם איז מער ריכטיג אז די וועלט זאל באשטיין בלויז פון זיין רינגעל אינטעלעקטועלע און א קליינע פראלעטאריאט צו סערווירן די אינטעלעקטואלע.
זיינע 'סייענסן' זענען געבויגן צו סערווירן זיינע ספאנסערן.
עכ''פ דאס איז מיין בלויזע אפשאצונג אויף איהם. אמאל האב איך געהאט אין פלאן עווענטועל צו ליינען זיינע ווערק אבער ס'ווערט מער ווינציגער און ווינציגער א פריאריטעט.
באראק אבאמא און מארק צוקערבערג רעקאמענדאציעס ביי מיר ארבעט אויף פארקערט.

- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
Re: יובל נח הררי
דערמאנט שטארק דעם רמב"ם און אפילו חז"ל...
ערנסט גערעדט, דר. הררי איז פון די פרעמינאנטע אטעאיסטן בדורינו, אזא איינער וואס איז נישט ערווארטעט פון אים צו ווייכער ווערן אין דעם געביט אין די קומענדיגע מיליאן יאר, ממילא איז ער נישט בלויז "נישט היימיש" נאר א חלק פון די סאמע threat אויף היימישקייט בכלל.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: יובל נח הררי
עס איז שווערע אנצוצייכענען וואו ער איז אן 'עניו', עס איז אבער נישט שווער צו זען (אין די ווידעאס וכדו') אז ער בלאזט בכלל נישט פון זיך, ער איז אלץ זייער האמבל אין זיינע תשובות און אין זיין אנוועזענהייט! (לדעתי..)
איך מיין אז די ערשטע אבזערוואציע איז אומריכטיג, פאקערט ער איז מחשיב יעדע 'קאנשעס ביאינג' אפגעזען זיין לעוועל אין חכמה, זיין מיסיע איז אויך ענדערשע צו סערווירן און אויפצוקלערן די אומאינטעלעקטואלע געמיינדע ווי איידער צו בענעפיטירן די עליטע.קורקלענד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:31 am נישט קיין סאך געקוקט אויף זיין זייט. אבער פון דאס ביסל וואס איך האב געזען האב איך פארשטאנען אז ער האלט אז איך בין סתם איבעריג אויף די וועלט און לויט איהם איז מער ריכטיג אז די וועלט זאל באשטיין בלויז פון זיין רינגעל אינטעלעקטועלע און א קליינע פראלעטאריאט צו סערווירן די אינטעלעקטואלע.
זיינע 'סייענסן' זענען געבויגן צו סערווירן זיינע ספאנסערן.
לגבי זיין סייענס בין איך נישט אויף קיין פאזיציע צו קאמענטירן (נאך וואס קריטיק און רעספעקט ווערט געהערט פון אין די סייענטיפישע געמיינדע ביינזאם..), אבער צו זאגן אז עס איז דא בכונה איינעם צו שטיצן איז אויך מיר א גאנג..
זיין קריטיק אויף רעליגיע -זייענדיג א פיקציע אין זיין מיינונג- איז בדרך אגב פונקט די זעלבע קריטיק ווי אויף די מענטשליכע פיקציע פון געלט... די חילוק איז נאר אז כלפי די נעגאטיווע השלכות פון רעליגיע קומט ער ארויס מער שטארק (פונקט ווי סעם העריס וכדו'), אויב אונזער אידישקייט איז טאקע threatend ביי אזעלכע מיינונגען בין איך שוין נישט זיכער אז די מיינונג זעלבסט איז די שולד דערין... וד"ל.צקון לחש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:52 am
ערנסט גערעדט, דר. הררי איז פון די פרעמינאנטע אטעאיסטן בדורינו, אזא איינער וואס איז נישט ערווארטעט פון אים צו ווייכער ווערן אין דעם געביט אין די קומענדיגע מיליאן יאר, ממילא איז ער נישט בלויז "נישט היימיש" נאר א חלק פון די סאמע threat אויף היימישקייט בכלל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: יובל נח הררי
איך בין נישט קלאר מיט וואס איר זאגט. אבער אויב מיינט איר אז איך האב א פראבלעם מיט דער נוח'ן צוליב זיין אטעאיזם האט איר א ריזן טעות. ווייל איך קען דיר ווייזן פּלענטי פיליזאפיקער און סייענטיסטן וואס איך טרינק מיט דורשט זייער ווערק טראץ וואס זיי זענען געווען אויסגעשפראכענע אטעאיסטן.צקון לחש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:52 am
דערמאנט שטארק דעם רמב"ם און אפילו חז"ל...
ערנסט גערעדט, דר. הררי איז פון די פרעמינאנטע אטעאיסטן בדורינו, אזא איינער וואס איז נישט ערווארטעט פון אים צו ווייכער ווערן אין דעם געביט אין די קומענדיגע מיליאן יאר, ממילא איז ער נישט בלויז "נישט היימיש" נאר א חלק פון די סאמע threat אויף היימישקייט בכלל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
- האט שוין געלייקט: 218 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
Re: יובל נח הררי
נו גייט ער מוטן שיטת הרמב״ם…קורקלענד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:31 am נישט קיין סאך געקוקט אויף זיין זייט. אבער פון דאס ביסל וואס איך האב געזען האב איך פארשטאנען אז ער האלט אז איך בין סתם איבעריג אויף די וועלט און לויט איהם איז מער ריכטיג אז די וועלט זאל באשטיין בלויז פון זיין רינגעל אינטעלעקטועלע און א קליינע פראלעטאריאט צו סערווירן די אינטעלעקטואלע.
ער איז נישט אזוי עקסטרעם ווי די לייגסט עם אראפ, וואס יא אויב קוקסטו אזוי אראפ די יושבי חושך פארוואס ראמאנציסטו די hunter gatherers?
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: יובל נח הררי
איך האב שוין געליינט אלע 3 ביכער, און לדעתי איז זיין ערשטע Saphian די בעסטע.
ער איז אליינס מעיד אז די בוך האט ער געשריבען אלס נאטס פאר זיינע לעקציעס אין יניווערסעטי.
געשריבען אויף זייער א סימפעל שפראך און שוין געווארען איבערגעטייטשט אויף איבער 70 שפראכען!
(איך האס עס שוין געזען אין עברית, ענגליש, אראביש, מינדערין, און corean.)
כהאב נאךנישט געטראפען קיין ערענסטע קריטיק פון די אקאדעמישע וועלט (אפשר צייכענסטו צי?)
פון די רעליגיעזע וועלט שוין געזען אסאך..

The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
Re: יובל נח הררי
גראדע נאכן ליינען זיין ביך Sapiens האביך באקומען עפעס א מורא׳דיגע רואיגקייט און Acceptance לגבי רעליגיע.
איך פארשטיי יעצט די אינטענשען פון רעליגיע בשרשו איז געווען א גוטע איידיע און אז אונז אלע פראבירן אונזער בעסטע צו מאכן סענס פון די וועלט.
איך פארשטיי יעצט די אינטענשען פון רעליגיע בשרשו איז געווען א גוטע איידיע און אז אונז אלע פראבירן אונזער בעסטע צו מאכן סענס פון די וועלט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 55
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
- האט שוין געלייקט: 218 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
Re: יובל נח הררי
אויב געדענק איך גוט איז ער נוטה אז רעליגיע איז געווארן צו ארגעניזירן די געזעלשאפט און נישט אלץ א וועג צו פארשטיין די יצירה
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
Re: יובל נח הררי
גערעכט, אבער די אינטענשען פון ארגעניזירן איז צו האבן א נארמאלע סאסייעטי
שטייצעך אז איז געהיידשעקט געווארען
שטייצעך אז איז געהיידשעקט געווארען
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: יובל נח הררי
https://www.bethinking.org/human-life/sapiens-review
https://cse.google.com/cse?cx=f18e4f052 ... &gsc.sort=
https://www.currentaffairs.org/2022/07/ ... oah-harari
https://theprint.in/science/is-israeli- ... t/1035477/
...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- בר גיורא
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל
Re: יובל נח הררי
במחילת כבוד אלע קריטיקירער האב איך נישט געזען קיין איין זאכליכע טענה.
יעדער הערט נישט אויף איבערצוזאגען "But he sacrifices science for sensationalism, and his work is riddled with errors."
וואס כהאב יא געטראפען איז שטארקע ,specieist' וואס קענען נישט ארויזומען און פעיסען די פאקט אז אונז זעמער סך הכול א ספלינטער און evolution.
(כיודוע ווי לערי פעידזש האט אנגערופען מאסק ווען ער האט פארפירט לטובת AI סעיפטי, און קען בשום אופן נישט משלים זיין אז אונזער קאסיעסנעס וועט פארלוירען ווערען אין די Scheme of things און וועט ווערען ריפלעיסד ביי מאשין consciousness.
מאסק האט אים גענפערט "I F*****G love humanity, dude"..)
@אלפא, אפשר שרייבסטו אן אשכול וועגען Walter Isaacson אין זיינע ביכער וועגען מאסק, דזשאבס, איינשטיין, און De Vinci.
סקען זיין זייער אינטערעסאנט.
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: יובל נח הררי
גאר א וויכטיגע נקודה אריינצונעמען:
נאך א יסודות'דיגע נקודה (וואס לויפט גראדע אלס א theme אין זיין ווערק..)
איך האף נאך צוריקצוקומען באריכות אויף די צוויי נקודות..
נאך א יסודות'דיגע נקודה (וואס לויפט גראדע אלס א theme אין זיין ווערק..)
איך האף נאך צוריקצוקומען באריכות אויף די צוויי נקודות..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: יובל נח הררי
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: יובל נח הררי
יעצט געטראפן דעם ארטיקל אויף אתר רציו וועלכע קריטיקירט הררי'ס בוך.
נאכנישט דורכגעליינט אבער זעט אויס גוטע נקודות.
_______
אויך באגעגנט אן אלטן אשכול איבער אים דא אין שטיבל.
אין נאך א תגובה.
נאכנישט דורכגעליינט אבער זעט אויס גוטע נקודות.
_______
אויך באגעגנט אן אלטן אשכול איבער אים דא אין שטיבל.
אין נאך א תגובה.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: יובל נח הררי
אלס רעכטע און אלס קעגנער צו די געדאנק פון גלאבאליזם און ספעציפיש צו דעם 'וועלט-עקאנאמישע-פארום' קומט ער ארויס (צום סוף) גאנץ בייסיג אנקעגן הררי.
ער מאכט נאר א טעות מיטן זאגן אז הררי זוכט צו רייטן אויף די 'uselessness' פון די צוקונפטיגע useless class און לעומת זה דארפן מיר זיך אנגארטלען אין אנטיסיפעיטן די טוישונגען, בעת וואס אין פאקט טענה'ט הררי כסדר ממש דאס - וויאזוי מיר דארפן אויפקומען מיט וועגן זיך אליין צו קענען איבערמאכן און קענען עדיוקירן און אדאפטירן אסאך שנעלער בעתיד.