יובל נח הררי

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 731
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3167 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2261 מאל

יובל נח הררי

שליחה דורך אלפא »

אזאנע מוחות ווי פרפ. יובל נח הררי פארדינען זיך באמת שוין לאנג אן אשכול פאר זיך. זייענדיג אן 'היסטארישע' פערזענליכקייט במלוא המובן - אלס אן היסטאריען אין די היברו אניווערסיטעט אין ירושלים, האבענדיג אן איייגנארטיגע פערסאנאליטעט - לעבנדיג מיט א מאן, זייענדיג פארקויפט פאר מעדיטאציע, און פאררעכנט אלס פסודא-אקעדעמיקער - לויט געוויסע קריטיקירער, אויסשטייגענדיג אלס אן אינטערנאציאנאלע פובליק אינטעלעקטואל ארויסגעבענדיג מאסיווע בעסט-סעללער שרייבווערק, ווי פון באראק אבאמא ביז מארק זוקערבערג פארדינט ער רעקאמענדאציעס, און איז רעספעקטירט ביי אסאך גרויסע גלאבאלע אינסטיטוציעס און יחידים.

זיינע ווערק נעמען אריין תחומים פון טעכענאלאגיע, רעליגיע, עקאנאמיע, פאליטיק, און וואס נישט.. - ער רופט עס ''די גרויסע פראגעס''..
זיין וועלט אויסקוק איז בעיקר געבויט אויף זיינע היסטארישע און עוועלוציאנערע אבזערוואציעס, ווי ער אנאלאזירט מייסטערהאפטיג טויזענטער יאר פון היסטאריע אין איינצעלנע קאפיטלען, באצירענדיג עס מיט די רייכקייט פון סייענס און באצוקערנדיג עס מיט די זאפט פון פילאזאפיע, נישט פארגעסן פון די סאציאלאגישע פעדימער מיט וואס ער שפינט זיי צוזאמען..
מיט די צייט האט ער זיך איינגעהאנדלט היבש אביסל קאנטראווערסיע און קריטיק סיי צווישן מאנכע פון די רעליגיעזע לאגער און סיי אין די סייענטיפישע און אקאדעמישע קאמיוניטי - וועלכע זעען אין זיינע ווערק א געוויסע קרומקייט אדער פאלשקייט, אזוי צו אזוי פאמינערט עס ווייניג זיין ווייטגרייכענדע השפעה...


זיין קאמבינאציע פון פשטות, בקיאות, גאונות, און ענווה, איז ווערד מער ווי אן ארטיקל, און זיינע פראוואקאטירענדע השקפות ווי ער לייגט זיי אראפ מיט אזא מיושב'דיגע געגאסענקייט - שטעלן צו גאר אסאך שפייז איבערצוקייען און זיך אויסצו'טענה'ן...


בינעך אבער אודאי נישט אין די כלים יעצט דאס אראפצולייגן באריכות - ווי עס דארף צו זיין, וועל איך מיר מוזן באגעניגן מיטן מלקק זיין דעם לעצטיגן אינטערוויו מיט אים, ווי אפאר אספעקטן פון זיין ברייטן אויסקוק ווערן צונומען - גאנץ פיין פאר א טעימה קלה:



גארנישט פארפילט אבער נישט די אינפארמאציע פון זיינע ביכער זעלבסט - וואס איז א מוז פאר יעדן דענקער - פארט זענען אסאך פון די שמועסן און ווידעאס מיט אים אויך גאר אינפארמאטיוו און אינטרעסאנט פאר דער וואס איז נייגעריג..

דריי ביכער האט ער ארויסגעגעבן ביז דערווייל (אביסל ארומגערעדט אין דעם אשכול)
1) SAPIENS - A brief history of human kind: ווי ער צולייגט די היסטאריע פון דאס מענטשהייט - וואס האט אונז געפירט צו ערווארבן די מאכט וואס מיר האבן זיך איינגעהאנדלט ביז אהער - און וואס עס האט אונז למעשה צוגעגעבן... (ער פירט גראדע אויס אז נישט קיין סאך - אויב בכלל...)
2) HOMO DUES - A brief history of tomorrw: וואו אהין מיר צילן בעתיד מיט די אלע ערפינדונגען וואס מיר גרויסן זיך..
3) 21LESSONS for the 21 century: ווי ער רעדט ארום איבער פראקטישע און רעלעוואנטע נושאים וואס זענען הייס אינעם הווה...
ער האט נאך א ביך - געצילט פאר קינדער - ווי ער לייגא אראפ עוואלוציע אויף א נאוועל שטייגער.

ער האט אן X אקאונט ווי ער פאוסט אפט פרישע שמועסן און ארטיקלען, אויך האט ער זיין אייגענע וועבזייטל ווי עס ליגן אסאך פון זיינע פריערדיגע דרשות ומאמרים, ווי אויך זיין Sapienship פראיעקט.


דיסקלעימער: ער איז ווייט פון אן היימישע (-מילד גערעדט..) מ'קען זיך נאר ארומקוקן אין שטיבל ווי די איינצעלנע צוגעברענגטע זאכן זענען נישט דוקא אנגעמומען מיט אפענע ארעמעס, אבער עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן וואס ער אליין זאגט ביים ענדע פון די אויבן-דערמאנטע ווידעא, אז צווישן די מערסטע אומגעראכטענע ליינער פון זיינע ביכער ציילן זיך היימישע ישיבה תלמידים (-פרעגט מיר נישט וועלכע ישיבה..) וועלכע האבן זעט אויס געטראפן נאך א פעט ביינדל איבער וואס זיך צו טענה'ן - אזויווי זיי גלייכן אלס...

ברכה און הצלחה!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר