פאר די פון אונז וואס פילן אז זיי האבן פארפאסט לימודי חול, נעווער טו לעיט. אז רבי עקיבה האט געקענט אנהייבן לערנען ביי די פערציג מיט א ליידיגע קאפ, קענען מיר - גמרא קעפ - אודאי. ספעציעל אין די אינטערנעט עפאכע וואס ימים פון אינפארמאציע זענען ציגעשטעלט אויף א גאלדענע טאץ.
אבער דא עקא, אז טאקע ווייל ס'איז דא אזויפיל אינפארמאציע ארום, איז שווער צי טרעפן די ריכטיגע תוכן אויף די ריכטיגע לעוועל פאר בעגינערס. ס'דארף זיין א באלאנס פון קורץ אבער היקפ'דיג, פאר בעגינער אבער נישט קינדעריש, און וויכטיגע נושאים און נישט פארפאטשקעט צייט.
אלזא, האב איך געקלערט צי עפענען דא אן עלעמענטרי סקול פאר היימישע יונגעלייט, ח"ו נישט קיין קאלעדזש, און ווער עס האט גוטע סחורה זאל ביטע ברענגען להרוות נפשות הצמאות.
ביטע נאר ברענגען זאכן וואס פיטן די אויבנדערמאנטע קרייטעריע. נישט סתם אינטערעסאנטע לינקס אהער טשענעלס וכו'. בקיצור, חומר וואס די וואס גענוצט ווען דו וואלסט געווען אונזער טיטשער.
א דאנק
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:52 pm
דורך טמיר
גיימער פתיחה.
א קלארע קורצע קורס אויף עוואלושן און נאטורליכע סעלעקציע. ס'זיכער דא טויזענטער אויף די ענין, אבער דאס איז זייער קלאר און קורץ, ממש פאר בעגינערס.
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:23 am
דורך טמיר
לאור המצב, זיך איך א קרעש קורס אויף איסלאם. די געבורט דערפון און די דיוועלעפמענט סיי גיאלאג'יקעל - די איווענטס וויאזוי ס'האט זיך פארברייטערט און געטוישט פארעמען - און סיי די רעליגיעזע חלק דערפון - זייערע ספרים, מהלכים, שיטות , גדולים וכו. פארשטייט זיך אויפן שפיץ גאפל די וויכטיגסטע חלקים, אז נישט קען עס נעמען יארן
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:12 am
דורך אלפא
קהאן אקאדעמי דארף צו זיין זייער גוט און קלאר - אויך איז עס בחנם!
זיי האבן בעיקר אויף מאטעמאטיק און סייענס..
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:31 am
דורך בר גיורא
אלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:12 amקהאן אקאדעמי דארף צו זיין זייער גוט און קלאר - אויך איז עס בחנם!
זיי האבן בעיקר אויף מאטעמאטיק און סייענס..
סאיז אבער דא זייער אסאך קורסען דארט.
קענסט ביטע לינקען אזאלכע וואס דו האסט שוין געזען און זיך אויסגעלערענט איינע פון די אויבענדעמאנטע נושאים?
קענסט אפי' אריינשמעקן אין איינס (אדער מער) און זען צו עס איז אינפארמאטיוו אין ציענד, דאן ווייטער גיין אדער גיין צו א צווייטע.. (דאס מאכט עס נאר אביסל לויז ווייל עס קומט אן קיין קאמיטמענט..)
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:46 pm
דורך Nanach
טמיר האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:23 am
לאור המצב, זיך איך א קרעש קורס אויף איסלאם. די געבורט דערפון און די דיוועלעפמענט סיי גיאלאג'יקעל - די איווענטס וויאזוי ס'האט זיך פארברייטערט און געטוישט פארעמען - און סיי די רעליגיעזע חלק דערפון - זייערע ספרים, מהלכים, שיטות , גדולים וכו. פארשטייט זיך אויפן שפיץ גאפל די וויכטיגסטע חלקים, אז נישט קען עס נעמען יארן
טמיר האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:23 am
לאור המצב, זיך איך א קרעש קורס אויף איסלאם. די געבורט דערפון און די דיוועלעפמענט סיי גיאלאג'יקעל - די איווענטס וויאזוי ס'האט זיך פארברייטערט און געטוישט פארעמען - און סיי די רעליגיעזע חלק דערפון - זייערע ספרים, מהלכים, שיטות , גדולים וכו. פארשטייט זיך אויפן שפיץ גאפל די וויכטיגסטע חלקים, אז נישט קען עס נעמען יארן
די איידיע איז אז איינער וואס האט שוין אויסגעפיגערט א פונקטלעכע מראה מקום צי א פערטיקיולער נושא זאל מזכה זיין אנדערע אויך.
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 6:49 pm
דורך אלפא
כ'מיין אז יוטוב האט נאך אזוי פיל ווי קהאן אקאדעמי... מילד גערעדט. חוץ פון דעם וואס קהאן איז זייער מסודר און סטרוקטירט, עס האט בחינות, און מ'קען מאניטערן די פראגרעס.
אבער אז דו ווילסט יוטוב. נאדיר פראפעסאר דעיוו זייער קריאז אבער אינפארמאטיוו בעיקר בעסיק סייענס.
דאן איז דא 3בלוי-1ברוין היבש סאפיסטיקירט אין מאטעמאטיקס.
(איך קען שטיין אין לינקן ספעציפישע ווידעאס, אבער אטו כי רוכלא?..)
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 7:31 pm
דורך ברוך שפינוזה
פאר קאלקולוס 1 האב איך געהאט אן אנזעץ פון א פראפעסאר וואס אויסער איבערזאגן די זעלבע זאך נאכאמאל האט ער צו גארנישט געטויגט, פלעג איך נאכ'ן שיעור גיין אויסהערן פראפעסאר לענארד'ס שיעור אויף יוטיוב, זייער געשמאק און קלאר, קוק נאר די קאממענטארן וואו מענטשן באדאנקען זיך אז זיינע קאלקולוס שיעורים האט זיי געראטעוועט פון דורכפאלן. (אויב ביזטו א פרוי אדער געי/ביי קען עס סתם אזוי זיין געשמאק צו קוקן )
וואס איז די מעשה מיט ביל געיטס און מיט וואס איז עס אנדערש געווארן זייט ער איז דערין פארמישט געווארן? איך האב עס בעיקר גענוצט פאר אלעגברע/טריגענאמעטרי און אביסל javascript און ס'געוועהן פונקט וואס איך האב געדארפט, ווייס איך אבער נישט צו ס'געוועהן בעפאר ביל געיטס' צייטן צו נאך...
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 9:16 pm
דורך טמיר
אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 6:49 pm
כ'מיין אז יוטוב האט נאך אזוי פיל ווי קהאן אקאדעמי... מילד גערעדט. חוץ פון דעם וואס קהאן איז זייער מסודר און סטרוקטירט, עס האט בחינות, און מ'קען מאניטערן די פראגרעס.
אבער אז דו ווילסט יוטוב. נאדיר פראפעסאר דעיוו זייער קריאז אבער אינפארמאטיוו בעיקר בעסיק סייענס.
דאן איז דא 3בלוי-1ברוין היבש סאפיסטיקירט אין מאטעמאטיקס.
(איך קען שטיין אין לינקן ספעציפישע ווידעאס, אבער אטו כי רוכלא?..)
כ'האב געמיינט צי זאגן, אז פונקט ווי לינקען צי יוטוב האט נישט קיין פשט ווייל מ'ווייסט נישט ווי אנצופאנגען, מעין זה איז אזא פלאטפארם ווי קהאן.
דעי טשענעל זעהט נישט אויס צי זיין פאר בעגינערס, עכ"פ אין מערסטנסטייל
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 10:30 pm
דורך טמיר
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑
פאר קאלקולוס 1 האב איך געהאט אן אנזעץ פון א פראפעסאר וואס אויסער איבערזאגן די זעלבע זאך נאכאמאל האט ער צו גארנישט געטויגט, פלעג איך נאכ'ן שיעור גיין אויסהערן פראפעסאר לענארד'ס שיעור אויף יוטיוב, זייער געשמאק און קלאר, קוק נאר די קאממענטארן וואו מענטשן באדאנקען זיך אז זיינע קאלקולוס שיעורים האט זיי געראטעוועט פון דורכפאלן.
קומען אריין דא לייבן און פארן אראפ די רעלסן... דעי זאכן באלאנגן אין היי סקול. כ'האב געדארפט גוגלען וואס מיינט קולקולס 1, ביז כ'האב געטראפן אז ס'געמאכט פאר 10טע גרעיד..
טמיר האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:23 am
לאור המצב, זיך איך א קרעש קורס אויף איסלאם. די געבורט דערפון און די דיוועלעפמענט סיי גיאלאג'יקעל - די איווענטס וויאזוי ס'האט זיך פארברייטערט און געטוישט פארעמען - און סיי די רעליגיעזע חלק דערפון - זייערע ספרים, מהלכים, שיטות , גדולים וכו. פארשטייט זיך אויפן שפיץ גאפל די וויכטיגסטע חלקים, אז נישט קען עס נעמען יארן
אבער כ'בין גראדע געוואר געווארן אן אינטערעסאנטע חידוש אין די ערשטע וואס כ'האב אויסגעוועלט. די ווארט "כאליפא" וואס כמדומה מיינט "א ריליגיעזע הערשאפט (איבער די וועלט?) " שטאמט פון די ווארף חליפה/חילוף= אנשטאט/ממלא מקום. באציענדיג זיך צי די ממלא מקום פון מוכאמאד
ער האט לענגערע אויך. א חלק זענען אנאליזן (בדרך כלל די קורצערע) און א חלק דעקן א געוויסע נושא אין איסלאם.
למעשה איך האב אויסגעהערט אסאך אויף איסלאם און דאס איז פון די שטערקעסטע.
טמיר האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:23 am
לאור המצב, זיך איך א קרעש קורס אויף איסלאם. די געבורט דערפון און די דיוועלעפמענט סיי גיאלאג'יקעל - די איווענטס וויאזוי ס'האט זיך פארברייטערט און געטוישט פארעמען - און סיי די רעליגיעזע חלק דערפון - זייערע ספרים, מהלכים, שיטות , גדולים וכו. פארשטייט זיך אויפן שפיץ גאפל די וויכטיגסטע חלקים, אז נישט קען עס נעמען יארן
אבער כ'בין גראדע געוואר געווארן אן אינטערעסאנטע חידוש אין די ערשטע וואס כ'האב אויסגעוועלט. די ווארט "כאליפא" וואס כמדומה מיינט "א ריליגיעזע הערשאפט (איבער די וועלט?) " שטאמט פון די ווארף חליפה/חילוף= אנשטאט/ממלא מקום. באציענדיג זיך צי די ממלא מקום פון מוכאמאד
טמיר: ס'איז נישט דא דאכצעך נאך אזא עקספערט אין די שפראך און קולטור פון די מוסלימס און אראבערס בכלל ווי ד"ר מרדכי קידר. א רעליגיעזער איד. אבער "ליידער . א ציוני". (דער גאנצער פראגראם איז נישט געמאכט פאר סאטמער'ער אידן וועלכע קלאמערן זיך אין די שיטה הקדושה פון רבינו הק, זי"ע.).
לאמיר לערנען מאטעמאטיקס
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 10:11 am
דורך אלפא
איך האב נארוואס באגעגנט די זייטל School Yourself וועלכע לערנט אויס מאטעמאטיקס אויף זייער א קלארע און אינטעראקטיווע אופן, ועל כולם איז עס בחנם.
עס איז געאייגנט פאר יעדער וואס וויל זיך לערנען מאטעמאטיק אויף א געשמאקן אופן - פון אנפאנג.
עס באשטייט פון גאר קורצע ווידעא'ס וואו מ'הערט איינעם רעדן און מ'זעט (כאילו) דעם באורד, מיט כסדר'דיגע שאלות דורכאויס די לעקציעס צוצוהעלפן און זיכער צו מאכן אז מ'פאלט נישט ארויס.
זיי האבן באזונדערע קורסעס פאר אלג'עברא (בעסיק Addition/Subtraction וכו' איז נכלל), ג'עאמעטרי, טריגאנאמעטרי, אלג'עברא II, קאלקולוס, און סטאטיסטיקס. די ערשטע צוויי קורסעס האבן זיי אויך ארויפגעלייגט אויף די edX אנליין קורס-פלאטפארמע, וואו מ'קען פאר עקסטער געלט אויך צונעמען טעסטס און באקומען א סערטיפיקאט.
די גרונדער פון דעם פלאטפארמע זענען געקומען מיט א ציל צו פארבעסערן מיט יעדע מעגליכע וועג די אינטעראקציע און הצלחה פון סטודענטן, זיי האבן שטודירט די ספען ווילאנג אן עוורידזש לערנער לייגט צו קאפ צו א לעקציע/ווידעא, זיי שטודירן כסדר וואו די לעכער זענען און וואו געוויסע פאלן ארויס, זיי האבן דעסיינט ספעציעלע אלגאריטם'ס צו אפלערנען וואס און וואו מ'קען פארבעסערן די תוצאות און אינטעראקציע.
און א פאסט שרייבן זיי אז אין אן אויספרעג האבן ארום 80% סטודענטן געזאגט אז זיי פרעפערן דעם פלאטפארמע איבער סיי וועלכע אנדערע אנליין פלאטפארמע אדער אפי' קהאן-אקאדעמי, וואס ווי זיי זאגן איז עס ווייל די אנדערע האבן צו לאנגע און באורינג ווידעאס, און אנדערע ווערטער עס איז נישט אינטעראקטיוו.
נאך אן אינטרעסאנטע קרישקעלע וואס זיי זאגן איז, אז נאכן אנאלאזירן די דאטא פון בערך 40,000 סטודענטן וועלכע האבן גענומען די קורס, האט זיך ארויסגעשטעלט אז די עוורידזש סטודענט מאכט אדורך די גאנצע (אלג'עברא) קורס אין א צייט אפשניט פון בערך 24 שעה!
פארשטייט זיך נישט אויף איינמאל - נאר אויסגעשפרייט דורכאויס אפאר וואכן, אבער דאס איז די סך הכל פון צייט וואס מ'ספענד אן-עוורידזש אויף די לעקציעס זעלבסט.
זעצט ענק לערנען!
נ.ב. דא קען מען זען אן אינטערוויו מיטן CEO ווי ער לייגט אויס זיין וויזיע און מהלך.
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 10:15 am
דורך האי פרושא
וועלכע קורס גייט מיר ברענגט די מערסטע אין ביזנעס וועלט
מענטשן מאכן געלט פון גראפאלאגיע, סייענס?
Re: לאמיר גיין אין עלעמענטרי סקול
נשלח: מיטוואך יוני 19, 2024 10:25 am
דורך אלפא
האי פרושא האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 19, 2024 10:15 am
וועלכע קורס גייט מיר ברענגט די מערסטע אין ביזנעס וועלט
מענטשן מאכן געלט פון גראפאלאגיע, סייענס?
מה לגראפאלאגיע ולסייענס? וואס האבן די צוויי בכלל אין קאמאן?
גראפאלאגיע איז נישט מער ווי א פסעודאסייענס, וואס גראדע אין אונזער געמיינדע קען מען לכאו' מאכן מער געלט פון דעם ווי פון עכטע סייענס.