בלאט 1 פון 1

ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פון לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:00 am
דורך לייביששרייבער
בדרך אגב מען דארף טאקע ווידמען אן ארטיקל וואו מע"כ(בודי) איז געווען זינט דעם זומער, אבער די איצטיגע ארטיקל איז נישט דערוועגן, אפשר אולי וועלן מיר צו דעם אנקומען איין טאג.

ב''ה, מיר לעבן אין אן אכשר דרא'דיגע וועלט. די אידישע טעלעגראם טשענעלס מערן זיך ווי די פיש אין די וואסערן כ''י בס''ד. טאלאנטפולע מחותנים ווי שוועמל נאך א רעגן.

איך טראכט צו זיך, במה זכינו אז מיר האבן זוכה געווען צו אזא אינטעלעקטואלע ציבור וואס קענען אונז באיינשפרייכן מיט אזאנע לענעגארדע ארטיקלען?

נאר וואדזשע דען, די טאלאנטן וואס מיר פרומע אידן האבן און האבן אייביג געהאט איז אייביג געווען באהאלטן אין די בעיסמענט פון אונזערע אייגענע אויגן, מיר האבן נישט געוואוסט וואס מיר פארמאגן ביז מיר האבן באקומען א שופר. צו זאל דאס זיין טעלעגראם, וואטסאפפ, יו טוב, אדער סיי וואס אנדערע פלאטפארמע. מיר קענען אינאנעמעסלי פארשפרייטן אונזער חכמה ותבונה אין סיי וואסערע נושא מיר האבן א געשמאק אין.

די חיזוק וואס מיר שרייבער באקומען ווען מיר געבן ארויס ווערק פון אונטער אונזערע הענט גיט אונז די קאנפידענץ, יא מיר פארקויפן עפעס וואס אנדערע ווילן פון אונז קויפן.

ווי זענען מיר געווען ביז איצטערט?

די אינגערע דור וועט נישט אנהייבן פארשטיין. עס איז למעלה פון זייערע השגה ווי אזוי מיר די 40 יעריגע אינגעלייט (גרויסע צולייגער. איך בין נאך ניטאמאל קיין צוואנציג) זענען אויפגעוואקסן. איך וועל פרובירן אייך פארשטיין געבן טייערע ליינער וואס עס איז געווען און וואס עס איז.

און ווי אויך שטעלט זיך נאך א שטארק פראגע, ווי זענען די אלע טאלאנטפולע מוזיקאנטן, זינגערס, שפילערס, און שריפטשטעלערס געווען ביז די לעצטע דעקעיד (10 יאר).

עס איז נאר געווען די גאר באקאנטע, און דווקא פון די אזוי-גערופענע נישט היימישע קרייז זינגערס, ווי למשל עמ. בי. די., אברהם פריעד, און דאן די עטוואס נישט אזאנע באקאנטע דעדי, ישראל וויליגער, מענדי וואלד, אביש בראד וכו'.

וואס איז יא געווען, ווער, און, ווי האבן די גאר היימישע מיט אביסל טאלאנט יא מהנה געוועזן, ווען זיי האבן דאס שוין יא געטוהן?

אויף די טישן פון די רשכבה"ג אום פורים (באבוב און מונקאטש פלעי אין ב"פ פורים, אור ליום שושן), אדער די נארישע סקיט וואס פלעגט צו זיין אין ראדני שושן פורים אונטערצוהאלטן די וויליאמסבורגע געמיינדע (וואס געווענליך איז עס באשטאנען פון אפ'חוזק'ן פון די אויסגעדראשענע נארישע ציונים) אדער ביום שמחתם מיט אביסל גראמען לפני הוד כ"ק מרן רבינו שליט"א לשמח ולשמוח בשמחת רבינו, אה, די אינערליכע שמחה וואס מיר האבן געהאט ווען די רבי שליט"א'ס אייניקל איז געגאנגען אונטער די חופה האבן מיר זיך די אלע משתתפים אזוי מיטגעפרייט, די רבי'ס אייניקל גייט שוין האבן א לעבנ'ס באגלייטער... נישט קיין געהויבענע שמחה פאר אונז חסידים? וואס הייסט, דער רבי'ס אייניקל גייט שוין האבן וועמען צו פייניגן אדער מיט איינעם הנאה האבן, יוי איז דאס פאר מיר א פערזענליכע פרייד. (ווער געדענקט די שטויבער ברידער אין סאטמאר).

אדער גאר א סאפיסטיקירטן פורים שפיל פון א לאקאלער ישיבה (נייטרא מיט הרה"ח יקיר ברוין זייענדיג א אינגער טאלאנטפולער בחור האט עס אליינס צוזאם געשטעלט מיט זיינע זיבן חברים), עס איז געווען אזוי סאפיסטיקירט אז זייער פלעי איז געווארן קאפירט אויף א טעיפ און זיך אפי' פארקויפט פאר $1.50 דריי טעיפס אין א ראבער בענד איינגעבינדן אין די ספרים געשעפטן. האט מען עס געקויפט אין א שפילצייג געשעפט האבן די 3 טעיפס געהאט א קאסטום פלעסטיק קאווער און מען האט באצאלט דערפאר דאפעלט $3.00 (פאר ווער עס ווייסט בכלל וואס א טעיפ מיינט). אבער אין אלגעמיין צושטעלן אידישע כשרע אינטערטעינמענט איז נישט געקומען פון סאטמאר, פאפא, קראסנא, באבוב'ע טאלאנטען, וכדו'.

עטוואס שפעטער האט מחנה שלוה מיט הרה"ח משה גאלדמאן ז"ל געזען איז מיר חסידישע קינדער גלייכן מוזיק פונקט ווי די מאדערנע וואס הערן יא עם. בי. די., האבן זיי צוזאמגענומען אפאר קינדער פון די שלוה קעמפ אין די זומער און געזינגען אין א כאר נגונים מיט עפעס א שפילער דארט, און והנה מחנה שלוה כאר, אינגע הערליכע טאלאנטן אויפגעשפילט פון מחנה שלוה באבאוו מיט ניגוני ר' משה גאלדמאן (דוקא שיינע זאכן, א געוואלדיגער טאלאנטפולער קאמפאזיטער, איז ער ווען נאך היינט דא וואלט עס ווען געהאט גאר אן אנדער צורה) אבער ווייטער ער האט זיך געמוזט באהאלטן אונטער א קעמפ מיט די געדאנק אז אין קעמפ מעג מען זיך עטוואס מער אויסגעבן.

איך קען גיין אן ענד אן ווי אזוי די חסידישע טאלאנטן זענען דערשטיקט געווארן במלוא מובן המלה.

ווי איז אמאל געווען א מושג אז די פארנט דעקל זאל זיין א שיין הערליכער פארטרעט פון א היימישער חסידישער אינגערמאן, מיט בארד און פיאות, זאל זיך לאזן אינטערוויוען אין א מעגעזין און דאן עס פארשפרייטן אין אלע אידישע גאסן?

פלוצלינג א קארגע 10 יאר שפעטער זעהן מיר מסלתה ומשמנה בדחנים, שפילער, זינגער אלע מיט פלאטשיגע, הויכע און שטאפן היטן.
דווקא בין איך אביסל איבערגעטריבן, וואס רעד איך שטותים, אונז האבן געהאט די מעגא שפילער און זינגער וואס האבן נאר פערפארמט ביי די נגידים, ה''ה ר' אהרן לעוו און הרה"ח מיכאל שניצלער ז"ל (טאקע אן אפענע רעקל, אבער פארט א אינגערמאן פון קרית יואל הבירה א בנש"ק מיט א פלאטשיגער הוט, און ווי נאר ער האט באמת געוויזן וואס ער קען איז ער ל"ע געווארן גע'פסל'ט. לאמיר נישט דארט אריין קריכן) מיט די פארמאכטע רעקל מיטן הוט אן קיין שום תנועה פון מיט לעבן מיטן מצב הסביבה וואס ער האט זיך געפונען, נאר אזוי איז אפשר געווען מעגליך צו פערפארמען, פארשטייט זיך נאר ביי היימישע בעל בתישע עהרליכע באשיידענע אויפרייסערישע שמחות. ווייל זייער תמימות און באשיידענהייט האט דאס צוגעלאזט.

זענט איר מיט מיר ליינער, האט איר אן אנונג פון וואס איך רעד בכלל?
וואס האט זיך געטוישט אין די לעצטע 10-15 יאר ?
המשך יבוא אי"ה

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:30 pm
דורך קהל'ס נער
וועלקאם בעק לייבוש, מען האט געפילט דא אין שטיבל אז די פעילסט. די ביסט דער לייבוש הידוע פון טעלעגרעם?

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:37 pm
דורך שפילער
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:30 pm וועלקאם בעק לייבוש, מען האט געפילט דא אין שטיבל אז די פעילסט. די ביסט דער לייבוש הידוע פון טעלעגרעם?
האט מיר גענימען א רגע צו כאפן lol

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:58 pm
דורך וואלווי
ס'דא בכלל אן אויפוואכונג ביי היימישע אין די פראפעסיאנאל וועלט בנוגע פרנסה, דורך קריעטיוויטי און קנאלעדזש. די "ווי בין איך געווען" שטעקט לכאורה און די טויש אין צוגאנג און פרנסה.

די אויפוואכונג פון טאלאנט איז א תוצאה פון אויפוואכונג פאר ארויס צו גיין פון באקס בכלל ופרנסה בפרט. צווישען אלעס וואס מיר האבן זיך צוגעשארפט און די לעצטע יארן, קען נישט גענוג ארויסגעברענגט ווערען די שטארקע סוקסעס פון חרדישע ענטערטעינמענט אינדוסטרי אין די ברייט און לענג. פון מעסטער שעפ'ס, קעיטערערס, טאפ רעסטאוראנטס, איווענט פלענערס, מיוזיק, זינגערס, אלע אינסטרומענטן שפילער, וועקעשאנס, שבתונ'ס, פינף שטערענדיגע טרעוועל, די לימאנאווערס מיט די יואלי לעבאוויטשעס, וכו' וכו', זייער אסאך דערפון זענען טאפ קלעס און היי קוואליטי. די נעקסטע זאך איז מידיע, וואס איז אויך פאראויס געלאפן זייער שטארק. דאס מיינט אלעס פון פאדקעסט און מארקעטינג, ביזנעס שאוס, וכל מיני מאגאזינס, וועבסייטס, סאשעל מידיא וכו' וכו', וואס איז באמת נתפעל צו ווערן ווי א "חסיד'ישע יוד" איז געווארן ווייניגער אונטערשטעליג און די אלע פעלדער, ווי די נישט חסידישע המון. דאס איז חוץ פון חסידישע פראפעשינאלס און געלערנטע וואס האבן זיך מתרבה געווען מיט נאך עטליכע יאר פריער, און אודאי חוץ פון בלוי קאלאר ארבעט.

זעהט אויס, חסידישע יודען האבן באקומען קאנפידענס זיבעציג יאר נאך אראפקומען פון שיף, און געטראפן נאך בעסערע וועגען פון ברענגן ברויט אין שטוב, דורך שטאלצירן מיט איר טאלאנט.

(שטילע קרעדיט: אינטערנעט עקסעס וואס האט ערמעגליכט יונגעלייט צו זעהן וואס מ'קען אלס פרובירן, און נאך דערצו די פונקטליכע אינפארמאציע ווי אזוי מ'קומט אן צו דעם. ייש'כ אל גאור...)

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:24 pm
דורך לייביששרייבער
שפילער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:37 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:30 pm וועלקאם בעק לייבוש, מען האט געפילט דא אין שטיבל אז די פעילסט. די ביסט דער לייבוש הידוע פון טעלעגרעם?
האט מיר גענימען א רגע צו כאפן lol
איך בין נישט לייביש הכהן אויב דאס איז וואס איז די פרעגסט.

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:43 pm
דורך לייביששרייבער
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:30 pm וועלקאם בעק לייבוש, מען האט געפילט דא אין שטיבל אז די פעילסט. די ביסט דער לייבוש הידוע פון טעלעגרעם?
טענק יו טענק יו. ווייסט דאך ווי זאוי עס גייט מיט די לופט פון די רעדער. עפעס האט זיך עס לעצטענס איבער געפיהלט. לאמיר מתפלל זין אז די לופט זאל זיך לאנג האלטן.

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:50 pm
דורך קליינע צדיק
לייביששרייבער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:43 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:30 pm וועלקאם בעק לייבוש, מען האט געפילט דא אין שטיבל אז די פעילסט. די ביסט דער לייבוש הידוע פון טעלעגרעם?
טענק יו טענק יו. ווייסט דאך ווי זאוי עס גייט מיט די לופט פון די רעדער. עפעס האט זיך עס לעצטענס איבער געפיהלט. לאמיר מתפלל זין אז די לופט זאל זיך לאנג האלטן.
די כלל איז אפי' ווען ס'איז דא א לאך אין די רעדער אויב מ'פארט שנעל נאנסטאפ גייט עס נישט אזוי שנעל ארויס,
והנמשל מובן
דו גיי מיט די פילע פארע...

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פון לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 1:52 pm
דורך לייביששרייבער
עס קען חלילה געשעהן א בלאוו אוט אזוי ווי עס האט ל"ע פאסירט דאס איז שוין ממש סכנת מוות

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:17 pm
דורך ערנסטגערעדט
ר׳ לייבוש דו רעדסט אסאך פון זינגערס און אנדערע טאלאנטן
מיכאל שניצלער ע״ה איז טאקע געווען פאר׳פסל׳ט פאר א שטיק צייט, ווייל אמאל איז א זינגער געווען א סתירה צום צוקוועטשטן סיסטעם
ווייל זיין א זינגער האט געמיינט זיין קיל זיך אינגאנצן באפוצן און ארומלאצעווען שמוציגע דזשאוקס, זינט די אויפוואכונג אין די ספיריטואלע מהלך פון עכטע געשמאקע צוגעלאזענע יודישקייט (וואס האט נישט עקזיסטירט ביז בערך 2010) און די זינגערס האבן לאו דווקא געדארפט זיין יענע סארט קיל, האט די סיסטעם נישט געקענט האבן קיין טענות מער… היינט איז שוין קיל די אנדערע וועג מיט גרויסע טלית קטנ׳ס און לאנגע פאות
די זעלבע פאר די מאגאזינען וכו׳ יודישקייט באדייט עפעס אנדערש היינט, עס איז א סיסטעם אבער א געטוישטע סיסטעם
ווער האט עס למעשה ערלעדיגט? דאס איז א גוטע פראגע
אלזא איז גוט אז איר האט געשריבן דעם ארטיקל, ווייל דא אין שטיבל האקט מען נאך אויפן סיסטעם אז עס זענען דא זאכן וואס דארפן זיך טוישן
איז כדאי צו זען ווי ווייט מיר זענען שוין אנגעקומען, זאכן טוישן זיך ב״ה מדארף עס געבן צייט.
שוין געזען דא געברענגט אז וואס איז געשטאנען אויף ק״ש צען יאר צוריק ווערט היינט רעאליטעט אין א געוויסע זין

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:32 pm
דורך לייביששרייבער
מי ומה ולמה הוא זה ואיזה הוא, וואס איז דאס סיסטעם, ווער איז דאס די סיסטעם, פארוואס איז כלל דא דער סיסטעם וואס העלפט עס וואס שטערט עס. דאס איז א לענגערע באשרייבונג וואס מיר האבן זיך נאך דערצו נישט דערגרינטעוועט אבער יא עס פארלאנגט זיך א פילער אשכול צו באטאנען די סיסטעם פון וואס מיר אזוי מורא און אזוי פיינט.

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 3:22 pm
דורך שעפטאל
וואו לייביש! פיינעלי דער מארגן שטערן האט צוריק אויפגעשיינט! די שטילע זין באלייכט און ווארעם'ט אהן אלע גלידער. אה!!!

יהי רצון דער טאג זאל ווייטער טאגן, ס'זאל בלייבן לעכטיג אין שטיבל!

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:17 pm
דורך פינקע בלומען
ענק האלטן אז אין 10 יאר פון יצט וועט מען קענען אנווייזן אויף א revelation פאר פרויען?
Equal salary, פרויען זינגער, פרויען אינטערטעמענט, successful business ladies interviews
ביז דערווייל איז אלעס שוואך אדער גארנישט

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: איין קליינע הערה. מרדכי בן דויד און אברהם פריעד זענען אייביג געווען פאררעכנט אלס "היימישע" זינגערס און פערפארמערס. די אנדערע, היינטיגע זינגערס און פערפארמערס ווי אייזיק האניג און מאטי שטיינמעטץ און מאטי אילאוויטש זענען דאן נאך געווען יונגלעך (אין חדר).

ליפא איז בראשית דרכו געווען פאררעכנט אלס היימישער זינגער און עקטאר. איך געדענק ווען ער האט אין אנפאנג פון זיין קאריערע פרובירט צו טון אין בדחנות ביי א היימישע חתונה. נאר במחילת כבודו הרמה זענען זיינע דזשאוקס געווען אזוי שטארק נישט געלונגען און "פלאפפי" אז דער עולם האט אינגאנצן נישט געלאכט.

ביי איינס פון די "היימישע" חתונות וואו ער האט געזאגט בדחנות האט ער געזאגט א "דזשאוק" וואס נאר די מענער האבן פארשטאנען. און נישט די פרויען. די גאנצע ווייבער שול איז געבליבן שטול. ווייל זיי האבן נישט פארשטאנען וואס ער האט געזאגט.

היינט ב"ה איז ער שוין א "סופערסטאר" און (צוריק) א היימישער.

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פן לייביש שרייבער

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:08 am
דורך דער גאלדענער אדלער
Wow! ברוך מתייך לשלם! לייביש איז צוריק אין שטיבל. איי האמיר זיך געבענקט נאך דיר.

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פון לייביש שרייבער

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 12:56 am
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן: לייביששרייבער: איין קליינע הערה. מרדכי בן דויד און אברהם פריעד זענען אייביג געווען פאררעכנט אלס "היימישע" זינגערס און פערפארמערס. די אנדערע, היינטיגע זינגערס און פערפארמערס ווי אייזיק האניג און מאטי שטיינמעטץ און מאטי אילאוויטש זענען דאן נאך געווען יונגלעך (אין חדר).

היימיש מיינט אהרן לעוו סטייל.
און א זינגער אויף רבי'שע טישן זענען עטוואס געוועזן.

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פון לייביש שרייבער

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:05 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: לייביששרייבער: איין קליינע הערה. מרדכי בן דויד און אברהם פריעד זענען אייביג געווען פאררעכנט אלס "היימישע" זינגערס.

נישט אין אונזערע סאטמארע חדרים.... נאו וועי!

Re: ווי זענען מיר געווען און ווי זענען מיר היינט - ניין איך רעד נישט פון לייביש שרייבער

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:11 am
דורך לייביששרייבער
שמעקעדיג האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:05 am
berlbalaguleh האט געשריבן: לייביששרייבער: איין קליינע הערה. מרדכי בן דויד און אברהם פריעד זענען אייביג געווען פאררעכנט אלס "היימישע" זינגערס.

נישט אין אונזערע סאטמארע חדרים.... נאו וועי!

איך בין געווען די באם וואס האט געקענט נאכזינגען די דאגה מנין פון דובעל אלבוים (ווער געדענקט בכלל אזא טעיפ)
טעיפ, וואס איז דאס? יו געט דע דזשיסט