פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

פרוביר נישט צו זיין קיין כופר ווען דו ווייסט ניטעמאל וואס א כופר איז!

שליחה דורך לייביששרייבער »

געווען אמאל צוויי ישיבה חברים וואס האבן געלערנט ביי ר' מאיר שפירא ז"ל אין ישיבת חכמי לובלין. ביידע פון פיינע פרומע ערליכע שטיבער, כמעט די זעלבע בעקגראונד. ביידע האבן אדורך געשטופט די ישיבה יארן מיט איין איינציג ציהל, אנזאמלען וואס מער אינפארמאציע אין חכמת חיצונים און חקירה. השכלה ביכער איז געוועזן זייער אקטיוויטעט דורכאויס די ישיבה זמנים. ביידע זענען געווען זעלטענע קעפ און שטארק שטודירט די חכמה חיצונית, ביידע האבן איינגעזעהן און געקומען צו די זעלבע החלטה, טאקע אז די גאנצע אידישקייט און די עקזיסטענס פון קוב"ה איז אן אויפגעטראכטע מאניפולירטע געדאנקען גאנג, עס ליגט נישט דערינען קיין איין איינציג ווארט אמת, פול אף קרעפ.

די גאנצע אידישקייט, די גאנצע גאט סטראי איז א סענרארעלע, נישט געשטויגן און נישט געפלויגן.

די יארן זענען אדורכגעשטופט געווארן סוקסעפולי, אלע האבן געוואוסט די צוויי חברים זענען זעלטענע קענער און זייערע ידיעות אין זאכן זענען עבאוו עווערידזש, פיינע בחורים מיט גוטע קעפ. נישט קיין גרויסע מתמידים. נא, מה כל הרעש, נישט יעדער איז ראוי צו זיין א מתמיד.

ביידע האבן בשעה טובה ומוצלחת חתונה געהאט מיט שיינע שידוכים, זייער קשר איז אנגעגאנגען ווייטער אפי' נאך זייער חתונה, כסדר זיך געטוישט בריוון מיט זייער חידושים וואס זיי האבן צווישן זיך געטוישט זייערע לייסטונגען אין די חקירות.

לאמיר רופן די צוויי חברים יענקל און משה.

משה האט חתונה געהאט אין פוילן, א חשוב'ע שידוך געטוהן, מיט א פרומע ערליכע זיווג, ענבי הגפן וענבי הגפן.
און אזוי אויך יענקל האט געטוהן א שיינע רבני'שער שידוך פון אונגארן, צו א טאכטער פון די לאקאלע בית דין. משה האט זיך אריבערגעצויגן קיין אונגארן, און ווייטער ממשיך געווען מיט זיין עבודת הקודש אין די חקירה וועלט, געשריבן גאנצעטע בענדער אונטער אנאנימישער נאמען, און דאס לעבן גייט אן ביי די צוויי אלט-געזעסענע חברים.

ויהי היום, נאך יארן פון זיך שרייבן מיט יענקל, איז משה מחליט צו גיין וויזיטן זיין געוועזענעם חבר קיין אונגארן אויף א בליץ באזוך. שוין גענוג לאנג געשריבן זיך מיט איהם'ען, שוין זייער לאנג נישט געזעהן, א וויזיט וועט אריינברענגען אן געוואלדיגע המשכה צו זייער חברותא'שאפט.

משה הייבט אן פלאנען און טראכטן אויף ווען ער זאל אויסוועלן צו פארן, ווי לאנג ווי ער זאל איינשטיין, און אלע דעטאלן וואס מען דארף מסדר זיין, ווען ער וועט פעהלן פון די ארבעט פאר צוויי טעג.

א מינוט, וואס עפעס פארפעלן צוויי ארבעטס טעג? עס איז דאך ממש א שאד. שבת קודש און זונטאג זעהט אויס די בעסטע אפציע. אין די ארבעט זענען רואיג די צוויי טעג, אזוי פארפאסט ער נישט קיין סאך פון די ארבעט. אומר ועושה, ער באשטעלט א פירסט קלאס בילעט צו פארן אין צוויי וואכן ארום פרייטאג צונאכטס צווישן 6-7 דוקא ווען מזל מאדים איז שטארק גובר אויף די וועלט, אזוי קען ער נאך אריינכאפן די געהעריגע פולע פרייטאג טאג ביי די ארבעט, ממש אן אויפטרעף! ער וועט נישט פארפעהלן פון די ארבעט קיין איין ארבעטס שעה, אפי' ער וועט פארן אויף אונגארן.

משה האט במשך די יארן געגליטשט בגשם וברוח און האט זיך אינגאנצן געטוישט, ער איז ליידער געווארן א גוי כאחד הגוים. זיך אנגעטוהן ווי זיי, זיך אויפגעפירט ווי זיי. די אשת חיל זיינע וואס האט שוין נישט געקענט צולאזן אז אין איר שטוב זאל טריפה'נע מאכלים זיין א לכתחלה, און די קינדער צוזעהן ווי דער טאטע זייערע איז מחלל שבת, רייכערט ווי א קוימען נאך מער ווי א גאנצע וואך, האט באין ברירה זיך אויפגעהויבן און איבערגעלאזט איר מאן, און ב"ה אן קיין גרויסע שהיות אפי' קיין פיפס נישט האט משה אין רגעים געשריבן א גט און איר געלאזט גיין לחיים ולשלום.

דאן האט ער זיך אוועקגעצויגן פון די קליינע שטעטל אושפיצין וואו ער האט חתונה געהאט, און זיך אריבערגעצויגן צום הויפט שטאט ווארשע. אויך האט ער שיין מצליח געווען אין זיינע געשעפטן.

שבת אהער, שבת אהין... דאס מושג שבת איז שוין לאנג ארויס פון פענסטער, עס עקזיסטירט שוין לאנג נישט אין זיין לעקסיקאן. ער האט שוין אינגאנצן פארגעסן פון די פוילישע חסידישע שמאלץ-הערינג שטינק פון שלש-סעודות. מען לאזט זיך ארויס צום באן סטאנציע פרייטאג צונאכטס ל"ע מיט א צופרידנקייט, מיט א טייערער ציגאר אין זיין פיסק, פארענדיג מיט זיין שאפער צום סטאנציע פון די באנען וואס פארן אפ קיין אונגארן איבער נאכט.

ביי יענקל איז די מצב עטוואס אנדערש. ער זיצט זיך אין אונגארן מיט זיין 100% נישט גלויביגע דיעות און פירט קופקעס אויפציווייזן די נאנסענס פון די חז"ל מיט אידישקייט, און ווי אויך די הכחשה פון די עקזיסטענס פון גאט ב"ה א יעדן איינציגן ליבן טאג, פאר ווער עס הערט איהם נאר אויס.

משה זיצט שוין אין זיין ערשטע קלאס קאבינע, באשטעלט זיך עפעס א פיינעם שמאלציגן סענדוויטש, צינדט אן א ציגאר און ליינט די טעגליכע צייטונג. מיט זיינע פינאנציעלע נייעס אינטערעסע ווערט ער פארטיפט און האט הנאה פון די פאנאראמע וואס עס באווייזט זיך, און די פארביילויפנדע פעלדער וועלדער מיט די פונקטליכע שנעלקייט פונעם באן'ס גאלאפ וואס שפילט צו צו זיין אויער ווי א שיינער מוזיקאלישער אונטערשפילעריי.

דער קאנדאקטאר רופט שוין אויס די גרעניץ וועט זיין אין האלבע שעה, מאכט גרייט די פאפירן ביטע. ער גיט זיך אזא כאפ אויף, קוים באמערקט ווי די שעות זענען אזוי שנעל פארלאפן, אזא אנגענעמע רייזע שוין לאנג נישט געהאט, אוי איז דאס געווען א גוטער החלטה.

די גרעניץ דורכגאנג האט נישט גענומען צו לאנג, די באן לויפט ווייטער, די זוהן הייבט אן אויפשיינען אויף מזרח, עס הייבט אן טאגן. משה כאפט א בליק אויף זיין גאלדענע האנט זייגער, פשיהא ברומט ער זיך אונטער, מיר וועלן נאך זיין ביי די סטאנציע בעפאר 9 אזייגער, געוואונען אפאר שעה, די וועג איז געגאנגען שנעל און גרינג, איך האב פארדינט נאך אפאר שעה מיט יענקל.

די זכרונות מיט יענקל אין ישיבה הייבן שפילן אין זיין קאפ ווי א מאווי, ער צושמייכעלט זיך צו זיך אליינס פון א געלונגענע שטיקל וואס זיי האבן צוזאמען געמאכט אנטקעגן די ר"י. פיין געווען יענע צייטן, אבער איצטערט איז בעסער, די איינגעצוימקייט וואס איז דאן געווען איז נישט געווען צום אויסהאלטן. גארנישט געמעגט, נישט עסן, נישט שטיין דא, נישט גיין דארט, פארוואס טוען זיי דאס? די חרדישע חסידים לעבן איז דאך אזוי גוט אין מיין איצטיגע קולטור.

ענדליך די באן פארלאנגזאמט איר גאלאפ, משה הייבט זיך אן גרייטן אראפצוגיין ביי די דעסטינאציע סטאנציע, פון דארט וועט ער דינגען א קוטש וואס וועט איהם אריינפירן אין דעם שטאט ווי יענקל וואוינט.

ער קומט אן צו די סטאנציע, ער קוקט מיט וואונדער ארויס פון די באן פענסטער, עס זעהט נישט אויס אז קיין נברא געפינט זיך דא אין די סטאנציע. ווי וועט ער דא קענען דינגען א קוטש אויב קיינער געפינט זיך דא? אפשר איז דאס א פארמאכטע סטאנציע, טראכט ער זיך. אבער ניין, דאס איז די נאמען וואס יענקל האט מיר געזאגט אפצושטייגן.

נאך צוויי דריי מינוט איז די באן געקומען צו א קאמפלעטער אפשטעל, די טירן האבן זיך ברייט געעפנט צו די זייטן אויסצושפייען די פאסאזשירן וואס דארפן ביי די סטאנציע אראפגיין פון באן. משה גייט מיט אומזיכערע טריט, ער קוקט רעכטס און לינקס צו זעהן אויב נאך איינער גייט דא אראפ, אבער ניין, ער איז דער איינציגסטער. והאיש משתאה, ער כאפט נישט וואס דא גייט פאר. אויסער א קאץ ארומלויפן צווישן די פלאטפארמעס האט ער נאך א לעבעדיג נפש נישט געזעהן.

וואס גייט פאר מיט די אונגארישע פאלק? זיי ארבעטן נישט? עס איז שוין 9 אזייגער אינדערפרי! אבער עס איז נישטא דא קיינער, אין גם אחד. נאך א מזל ער האט גענומען פונקטליכע דירעקציעס פון יענקל בעפאר ער האט פארלאזט פוילן, כאטשיג ווייסט ער דורך די דירעקציעס ווי ער דארף צו גיין.

די דירעקציעס האבן געשטימט אויף די האר ווי אזוי יענקל האט עס אויסגע'משל'ט. דו וועסט אראפגיין פון די פלאטפארמע, אויפן רעכטן זייט וועסטו ארויסקומען צו די גאס וועסטו זעהן אנטקעגן דיר א בלויע קליינע צוויי שטאקיגע געביידע. ביי די געביידע דריי זיך אריין אין די גאס צו רעכטס, ווען דו וועסט דערגרייכן ביי די עק וועסטו זעהן די רויטע בודקע פון די לאטא, דארט מאך א האלבע לינקס און ביי די אפטייקע גלייך א רעכטס כאילו דו גייסט גראד.

דער יענקל האט א כוח אין וויזיע, טראכט ער ביי זיך. ער האט אראפגעלייגט די פונקטליכע אינסטרוקציעס כאילו ער משל'ט איהם אויס וואס ער זעהט איצטערט. נאך א מזל, ווען נישט ווי אזוי וואלט איך אנגעקומען צו די אנגעגעבענע אדרעס.

וואונדער איבער וואונדער, די גאסן זענען אויך לער פון מענטשן. דא און דארט זעהט מען עפעס אן אלטיטשקע, זעהט אויס ווי א רוימערקע ווארפן ברעקלעך צו די פייגלעך. אלע געשעפטן אינעם שטעטל/דארפ'ס סקווער פארמאכט. איך פארשטיי נישט וואס גייט דא פאר. אפשר וואוינען דא נאר אידן וואס היטן דעם אלטמאדישן שב"ק? עס קען נישט זיין די הסבר, ווייל פארוואס זאל יענקל וואוינען צווישן די סארט מענטשן, ער איז דאך ממש אזוי ווי מיר. ווי נאר ער גייט אריין אביסל טיפער אינעם שטעטל, נאכפאלגנדיג די דירעקציעס זעהט ער אז דאס איז גאר א דערפל ווי נאר אידן וואוינען.

לויט די דירעקציעס האלט ער שוין ממש ביים הויז, אבער ער קען עס עפעס נישט געפינען. ער זוכט א נברא זאל אים אנצייגן ווי צו גיין, ביז פון דערווייטענס זעהט ער א חסידישער איד לויפט מיט זיינע נאסע פיאות דזשאסט ארויס פון מקוה, מיט די שטריימל שיף אויף זיין קאפ און דער טלית אזוי אנגעטוהן אויפן אקסל... ער לויפט איהם נאך און פרעגט, אנטשולדיגט, וואו איז דער אנגעגעבענער אדרעס?
דא דריי הייזער אראפ, יאגט ער זיך צו ענטפערן, כדי צו קענען לויפן ווייטער אין שוהל אריין.
נאך איין שאלה ביטע, ווייסטו אפשר צו דארט וואוינט יענקל קלאפהאלץ?
יא, דארט וואוינט ער.
א דאנק.

ווי משה האט זיך אין זיין מח אויסגע'דמיונ'ט האט יענקל אויך געמאכט די זעלבע טויש ווי ער אליינס. דאס האט משה אראפגעווארפן פון די רעלסן נישט צו קענען כאפן וואס די העק דא גייט פאר. יענקל דרייט זיך ארום אין א קליינטשיגע דארף ווי נאר חסידישע אידן האבן זיך משתקע געווען... וואס טוהט דער יענקל דא? ווילדע מחשבות לויפן איהם אין קאפ. יענקל האט מיך מיאוס מסדר געווען... ער האט מיך אין דעם קליינעם נעבעכדיגן שטעטעלע אהערגעשלעפט נאר מיר מחזיר בתשובה צו זיין... יו גייט ער פאר דעם כאפן, שפינען זיך זיינע מחשבות.

והאיש משתאה, פארוואס האט יענקל זיך נישט אריין געריקט אין די גרויסע שטאט בודאפעסט צוזאמען מיט די אלגעמיינע איינוואוינער פון אונגארן?

אבער אז מען איז שוין דא, גייען מיר נאכנישט טאנצן צו קאנקלוזשענס. ער קלאפט אן אין די אנגעוויזענע צוריבענע גרינע האלצערנע נידריגע טיר, אזוי נידעריג ווי דער טיר אזוי איז די נידריגע איבערוואגנדע פרוי מיט א האלב פארדרייטע ווייסע טורבאן אויף קאפ מיט א ווייסע שירצל וואס נעמט ארום איר גוף. זי פרעגט דירעקט, מיט וואס קען איך אייך העלפן? וועמען זוכסטו?

דא וואוינט יענקל קלאפהאלץ? פרעגט ער ווידער אומזיכער מיט זיך. זי ענטפערט "יא, איר האט געטראפן דעם ריכטיגן אדרעס אבער נישט די ריכטיגע צייט, ער איז איצטערט מן הסתם אין שוהל". זיין השערה איז, יא, ער האט מיך פיין אריין גענארט אין זאק, דער יענקל. משה וואונדערט זיך נאכאמאל, יענקל אין ביהמ"ד? עס מאכט נישט קיין סענס. אבער לאמיר פרובירן. ער גייט אין ביהמ"ד מיט ארונטערגעלאזטע נאז. זאכן שמעקן דא נישט גוט!

ער שפאצירט אריין אין ביהמ"ד און דער בעל תפלה האלט זיך אינמיטן גארגלען כתר יתנו לך, דאס ביהמ"ד אנגעפילט מיט אידן מיט טליתים אויף די קעפ מיט געפלאכטענע עטרות כמנהג זידיטשוב. משה סקענט אדורך דעם גאנצן שוהל צו זעהן צו ער דערקענט נישט איינער מער מאדערן, אן אויפגעקלערטער אן א בארד וכדו', וואס אזא איינער וועט מן הסתם זיין דער אזוי געזוכטער יענקל. אבער ניין, א יעדער איינער דא איז עקסטרעם חסידיש, זאקן שווארצע און ווייסע, א יעדער מיט די פילע צופלויגענע בערד און אומ-געמאכטע פיאות פון נאך דעם מקוה. אבער אזוי ווי ער האט איהם שוין נישט געזעהן אזויפיל יאר קוקט דאך יענקל אויס אינגאנצן אנדערשט ווי ער פלעגט אויסקוקן אין די ישיבה, שווער צו דערקענען.

מען האלט שוין ביי קוה. ער טראכט צו זיך, ער האט געמאכט צו א ווילדע שריט, געפארן מיט די באן 4-5 שעה אן זיך נאכפרעגן וואס יענקל'ס סטאטוס איז אין די הייטיגע טעג. אבער עס קען נישט זיין, די געשרייבעכץ איז דאך פעך און שוועבל, עס גייט איהם נישט אריין אין קאפ וואספארא טעות דא קען פארקומען, אויסער אז יענקל האט איהם פשוט פארנארט.

משה שטייט אזוי אין ביהמ"ד און די יתומים זאגן שוין דעם קדיש יתום. ער זעהט ווי דער שמש גרייט צו א טיש ביים עק פון ביהמ"ד מיט הערינג און אייער קוכן פאר די דאווענערס וואס דארפן דעם גלעזל שנאפס צו קענען אנגיין מיטן פרייליכן שבת'דיגן טאג.

א חלק עולם יאגט אהיים צו זייער געזינדל. א קליין חלק עולם זעצט זיך צום עטוואס אנגעגרייטן טיש. "על כן ברך" הערט א געשריי פון יענעם טישל, ער קוקט זיך צו וויאזוי א דארער חסיד'ישער באבערדעלטער אינגערמאן גיט א גיס אריין דעם קידוש בעכערל אין זיין גארגל און קאמאנדעוועט מען זאל איהם שוין צוריקשיקן דעם באטל ווייל ער האט דאך נאר געהאט איין פיצי לעק פון די גוטע סחורה. עס הייבט אן ווערן פרייליך, די טענער פון די טענה'רייען ווערן העכער. "דער רב איז באגאנגען א נארישע שריט", שרייעט דער היציגער רויטער מיט די גרויסע וואנצעס, אין איין האנט האלט ער דעם קליינעם הערינגל וואס ווארט צו ווערן אריין געשיבט אבער מען קען נישט מפסיק זיין אינמיטן בארעדן דעם רב, עס איז פונקט אזוי וויכטיג איצטערט ווי די הערינגל זאל אראפגעשלינגען ווערן.

"דער רב פארשטייט זיך זיין שטעטל, ער האט א פיינע קאנטראל, דא איז נישט קיין הפקר וועלט, נישט כל הישר בעיניו יעשה", שרייט צוריק א באסאווישער הויכער שווארצער געדיכטער אינגערמאן, ווען זיין לאנגער שפיציגער בארד שאקעלט זיך מיט, מיט די התלהבות.


פונקט אינדערמיט זיצט א קליינער באבערדעלטער אינגערמאן, בכלל נישט אזוי אנגעהיצט פון די טעמע וואס די זיצערס דארט שרייען, כאילו ער איז בכלל נישטא איצטערט. זיין צורה באשיינט מיט די באקאנטע חסידישע שווארצע ווייסע פלעסטיק גלעזער ארונטער געלאזט ביז צו זיין שפיץ נאז, הייבט אן רעדן מיט א רואיגער טאן, נישט היציג נאר גאר שמייכעלדיג, משה קען נישט הערן וואס ער זאגט, ער זעהט נאר ווי עס ווערט שטיל, די דעבאטע שטעלט זיך אפ און אלע פריערדיגע שרייער נייגן צו אן אויער צו זיין דברי חכמה, און די געלעכטער ווערט מער און העכער, אלע אויף איינמאל פלאצן אויס נאכאמאל און נאכאמאל פון דעם באבערדעלטער איד מיט ברילן און די טלית אויף די פלייצע.

משה גלייבט נישט וואס ער זעהט. ער קען נישט אזוי גוט הערן וואס ער רעדט, אבער דער איד סאונדט צו זיין א חכם און אן אויפגעקלערטער, און ווי אויך זיינע תנועות און שטימע איז זייער ענליך צו יענקל'ס וועמען ער געדענקט פון ישיבה - טאקע וועמען ער איז דא געקומען באזוכן... איז דאס דער געזוכטער יענקל? טראכט ער צו זיך.

ער ווארט דארט ביז די קידוש'ל וועט פארענדיגט ווערן און דער עולם וועט זיך צוגיין איש על מחנהו כדי צו קענען כאפן א שמועס מיט דעם אינגערמאן. ער מוז מיט איהם רעדן.

טו מעיק עי לאנג סטארי שארט. והנה עס איז דער געזוכטער יענקל.

יענקל! גיט משה א שריי מיט ביטערניש, דו מאכסט פון מיר חוזק? זיי מיר מסביר וואס דא גייט פאר?

וואס גייט דען פאר? ענטפערט יענקל מיט די זעלבע מאס רואיגקייט.

ענטפערט משה, "אני משה, מיט וועמען דו שרייבסט זיך כסדר פון פוילן".

אה, שלום עליכם! איך האב געוואוסט אז דו גייסט קומען איין טאג, איך האב נאר נישט געוואוסט ווען. איך וואלט דיר קיינמאל נישט דערקענט ווען דו אינטרעדוסט זיך נישט צו מיר. וואס מאכסטו? ווי אזוי גייען זאכן? שוין טאקע דיך לאנג נישט געזעהן.

קוק מיך אן, ענטפערט משה צוריק, איך קוק אויס און פיר זיך אויף ווי א גוי כאחד הגוים, דאנקען מיינע 10 פינגער און קלוגע מח, האב איך פרנסה בהרחבה, ווי אויך גאר א שיינע שטעלע אין די גרויסע פוילישע באנק. איך וואוין אין הויפטשטאט ווארשע אין די רייכערע קווארטל. איך פאר אום שבת מיט די באן קיין בודאפעסט. איך בין נישט קיין אחד בפה ואחד בלב, מיין פעדער מיט וואס איך שרייב צו דיר שרייט ארויס פונקט די פארטרעט וואס דו זעהסט. דו, מאידך גיסא, דיין פעדער שרייט איך בין א גוי אבער דא זעה איך אז דו גייסט מיט די גאנצע טראגע, שטריימל בעקיטשע, געפלאכטענע עטרה, גייסט געהעריג אריין אין שוהל שבת צום דאווענען.... איך פארשטיי נישט, קענסטו מיר מסביר זיין דעם קאנטראסט?

יענקל קוקט איהם אן, און פרעגט צוריק: משה, איך פארשטיי נישט דיין קשיא, וואס פונקטליך פארשטייסטו נישט?

דו ביסט נאך פולי א איד? לויט די בריוון זעהט אויס אז דו ביסט א גוי גמור, וואס גייט דא פאר?

וואס מיינט א גוי גמור? פרעגט יענקל צוריק, סארקאסטיש.

בארד, פיאות, הוט און רעקל? - וואונדערט זיך משה - דאס איז זיכער קיין גוי נישט.

אזוי, אה איך האב נישט געוואוסט אז א גוי טאר נישט גיין אזוי... ענטפערט יענקל צוריק מיט די זעלבע לאכעדיגע טאן.

און דו היטסט שבת זעה איך?

זיכער, פארוואס נישט?

דו קענסט נישט די הלכה פון עכו"ם ששבת חייב מיתה? פרעגט משה האלב לאכעדיג...

נא דערפאר בין איך נישט חייב מיתה, איך בין געבוירן געווארן א איד.

אבער פארוואס היטסטו שבת, יענקל?

פארוואס נישט, משה? וואס איז שלעכט מיט היטן שבת? איך פארשטיי דיך נישט.

למשל דו ווילסט פארן אויף ווארשע, וועסטו פארן אין א שבת?

אמ, אמ, מן הסתם נישט. איך גלייך דעם טאג דא אין דארף, איך פארברענג דא מיט מיינע פריינט, זייער אנגענעם דוקא אין שבת. די אטמאספערע איז דא שבת עפעס אויסערגעווענליך. איך קען פארן אויף פרייטאג אדער זונטאג, שבת גלייך איך דא אין די שוהל מיטן עולם. די זינגען ביים דאווענען, און וואס נישט, אלעס ארום שבת איז ממש א מחיה, מעין עולם הבא.

אבער, אבער... פארלירט משה דעם לשון.

קום, לאמיר אריבערגיין צו מיר אין שטוב, וועלן מיר דארט רעדן.


יענקל הייבט אן שפאצירן מיט משה. משה צינדט אן א ציגארעטל, פארנויגט זיך דערינען מיט אנגסט.

זאג נאר יענקל, דו רייכערסט נאך?

יא זיכער, וואס דען זאל איך טוהן מיט מיינע ציגערעטלעך?

טא פארוואס רייכערסטו נישט יעצט?

פאר די זעלבע סיבה וואס איך רייכער נישט ווען איך שלאף, אדער רייכער נישט ווען עס ציהט מיר נישט.

און ווען יא וואלסטו ווען גערייכערט?

איך ווייס נישט, איך קען דאך נאר וויסן ווען איך וועל וועלן רייכערן, צו איך וועל זיך איינהאלטן אדער נישט.

לאמיך דיך אנדערש שטעלן די פראגע.

זייער גערן, פרוביר איך זאל בעסער פארשטיין וואס עס דריקט דיר.

האסט שוין אמאל גערייכערט אין שב"ק?

הממממ... איך געדענק נישט אזא זאך.

פארוואס נישט?

אזוי ווי איך האב דיר פריער געזאגט, אז איך ברויך נישט, און ווען איך ברויך נישט רייכער איך נישט, פשוט.

און א לעקטער צינדסטו יא אן אום שבת?

איך וועל דיר זאגן דעם אמת, משה, עס איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסגעקומען צו דארפן אנצינדן א לעקטער אין שבת. אלעס איז בעצם איינגעשטעלט בעפאר שבת אז איך זאל נישט דארפן קיין לעקטער אנצינדן אום שבת, עס לויפט אין רוטין.

בקיצור, דו ביסט נישט קיין מחלל שבת בעצם.

פארוואס מחלל שבת זיין, וואס האב איך דערפון? פארוואס דארף איך דאס?

וואס הייסט פארוואס, להכעיס!!! די צמצום פון אידישקייט, וכו',

יענקל עפענט גרויסע ריזיגע אויגן און פרעגט צוריק משה: וואס האסטו געזאגט? להכעיס? להכעיס וועם, להכעיס וואס... וועמען ווילסטו אויפרעגן, פארוואס ווילסטו יענעם אויפרעגן, וואס האט ער דיר געטוהן אז דו ווילסט איהם אויפרעגן? וואס און פון וועמען רעדסטו פון? ממש איך פארשטיי נישט, איך בין נישט קלאר...

און בכלל, דעם יעניגן וואס דו ווילסט שוין אויפרעגן פאר סיי וואספארא סיבה, פארוואס רעגט ער זיך ווען דו רייכערסט? זיי מיר ביטע מסביר וואס און ווער איז די מדובר.


איך מיין אז דו ליינער, פארשטייסט שוין די מעשה.

פרוביר נישט אזוי שטארק פארוואסערן דיין אידישע פינטל. ווי מער דו וועסט פרובירן, וועט דיין אידישע פינטעלע פלאקערן אין דיר שטערקער. דו פרובירסט מיט אלע כוחות עס צו פארלעשן. איך זאג דיר צו, די מהלך וואס דו נעמסט פון עס פארלעשן וועט נישט ארבעטן.

אידישקייט איז נישט אזוי ביטער און שלעכט ווען דו האסט די ריכטיגע פערספעקטיוו. ארבעט נישט אזוי שווער עס ארויסצורייסן פון זיך ווייל דעמאלס וועסטו אלץ לעבן מיט די מהלך פון להכעיס און דו וועסט קיין מנוחה קיינמאל נישט האבן.

דער אייבערשטער זאל דיר העלפן!!!
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר