בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
די תורה הקדושה שילדערט אין אונזער פרשה די סדר און השתלשלות וואס האט פאסירט מיט יוסף הצדיק ווען יעקב אבינו ווייזט איהם ארויס ספעציעלע ליבשאפט און ער מאכט איהם א כתונת פסים, א זיידענע העמד, וואס רופט אויס קנאה און שנאה ביי זיינע הייליגע ברידער, און צום סוף פירט דאס צו די טרויעריגע מכירת יוסף וואו זיי פארקויפן איהם קיין מצרים.
דאסמאל לאמיר זיך שטעלן אויף א נייע און אינטערסאנטע נקודה וואס מיר טרעפן מערערע מאל דורכאויס די פרשה, און דאס איז דער ענין פון 'בגדים' מיט וואס א מענטש באקליידט זיך און באצירט זיין גוף, וואס דאס שטעלט בעצם אהער רוב פונעם חיצוניות'דיגן אויסזעהן פון א מענטש, און ברענגט ארויס זיין מהות און זיין מציאות אין די אויגן פון אנדערע. און מיר באקומען טאקע דא א שטיקל בליק ווי ווייט דאס איז א טייל פונעם מענטש'נס לעבן ווי אויך גאר א גרויסע חלק פון די הייליגע געשיכטע פון יוסף הצדיק וואס האט זיך דא אפגעשפילט.
דער ענין פון קליידונג אין אונזער פרשה
צום ערשט געפונען מיר טאקע ווי די תורה הקדושה דערציילט אויף יוסף הצדיק "וְהוּא נַעַר אֶת בְּנֵי בִלְהָה וְאֶת בְּנֵי זִלְפָּה" און רש"י ברענגט פון חז"ל אויף די ווערטער והוא נער - שהיה עושה מעשה נערות, מתקן בשערו ממשמש בעיניו כדי שיהיה נראה יפה, אז דאס גייט ארויף אויף די אויסערליכע אויסזעהן פון יוסף הצדיק וואס האט געטוהן 'מעשה נערות' און זיך געמאכט שיין.
דערנאך געפונען מיר טאקע די כתונת פסים, די שיינע העמד וואס יעקב אבינו מאכט כדי אויסצודרוקן דערמיט זיין ליבשאפט צו יוסף, און די שבטים זענען דאס מקנא.
און ווי מיר באמערקן שפעטער ווען יוסף הצדיק קומט אָן צו זיינע ברידער אין פעלד, איז די ערשטע זאך "וַיַּפְשִׁיטוּ אֶת יוֹסֵף אֶת כֻּתָּנְתּוֹ אֶת כְּתֹנֶת הַפַּסִּים אֲשֶׁר עָלָיו" זיי טוען איהם אויס דעם כתונת פסים, און דערנאך נעמען זיי עס און זיי טונקן דאס איין אין בלוט פון א ציג ווייל זיי ווילן מאכן דעם רושם פאר זייער טאטע יעקב אז יוסף הצדיק איז פארציקט געווארן דורך א חיה, און זיי שיקן אפ דעם בלוטיגן העמד צו יעקב, וַיֹּאמְרוּ זֹאת מָצָאנוּ הַכֶּר נָא הַכְּתֹנֶת בִּנְךָ הִוא אִם לֹא, זיי זאגן "דאס האבן מיר געטראפן, דערקען אויב עס איז דיין זוהנ'ס העמד אדער נישט".
יעקב אבינו נעמט אָן זייערע ווערטער, און אגב 'ער צורייסט זיינע קליידער' וַיִּקְרַע יַעֲקֹב שִׂמְלֹתָיו, וואס דאס איז די סימן פון אבילות און טרויער, ווי אויך טוט ער זיך אָן א זאַק אויף זיינע לענדן ווי די שטייגער פון אבלים, און ער האט געקלאגט און געטרויערט נאך זיין זוהן יוסף א לענגערע צייט, און ער וויל זיך נישט טרייסטן, ער קען זיך נישט בארואיגן פון זיין צער.
אזוי אויך שפעטער ביי די מעשה פון יהודה מיט תמר, א מעשה אין וועלכע מיר האבן נישט קיין שום השגה און פארשטאנד, זאגט אונז די תורה הקדושה אז ווען תמר האט געוואלט אז מען זאל איר נישט דערקענען "וַתָּסַר בִּגְדֵי אַלְמְנוּתָהּ מֵעָלֶיהָ וַתְּכַס בַּצָּעִיף וַתִּתְעַלָּף" זי האט אויסגעטוהן אירע געווענליכע קליידער וואס די אלמנות פלעגן טראגן, און זי האט צוגעדעקט איר געזיכט מיט א גרויסע שאַל, און ווי רש"י טייטשט די ווארט ותתעלף - כסתה פניה שלא יכיר בה, זי האט פארשטעלט איר פנים כדי יהודה זאל נישט דערקענען און זעהן ווער זי איז.
און צום לעצט געפונען מיר ביי די מעשה פון יוסף הצדיק מיט אשת פוטיפר, וואס זי האט געזוכט מכשיל צו זיין יוסף הצדיק מיט אַן עבירה און זי האט געוואלט חתונה האבן מיט איהם, יוסף הצדיק שטייט פאר א שרעקליכע נסיון און ער שטארקט זיך מיט זיין געוואלדיגע קדושה און צדקות, וַיְמָאֵן, ער זאגט אפ מיט א גבורת הנפש. ביז איין טאג ווען קיינער איז נישט געווען אינדערהיים דערנענטערט זי זיך צו יוסף און זי כאפט איהם אָן און וויל איהם צווינגן צו זינדיגן, זאגט די תורה הקדושה "וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ" לֵאמֹר שִׁכְבָה עִמִּי, זי האט איהם אנגעכאפט ביי זיין מלבוש, זי האלט אָן זיין קלייד און זי רעדט איהם צו אז ער זאל חתונה האבן מיט איר, אבער יוסף הצדיק לאזט זיך נישט, "וַיַּעֲזֹב בִּגְדוֹ בְּיָדָהּ" ער לאזט איבער זיין בגד ביי איר אין די הענט, וַיָּנָס וַיֵּצֵא הַחוּצָה, און אזוי אנטלויפט ער און ער גייט ארויס אָן זיין מלבוש. און ווי די תורה איז ממשיך צו דערציילן די המשך הדברים, אז זי האט גענוצט אט דעם בגד איינצורעדן פאר איר מאן פוטיפר אז יוסף איז גאר דער וואס האט איר געוואלט איבעררעדן, און ער האט אויסגעטוהן זיין בגד פון זיין גוטן ווילן און דאס איבערגעלאזט ביי איר, און זי האט פשוט געשריגן הויעך און דערפאר איז ער אנטלאפן, וואס דורכדעם איז יוסף הצדיק געווארן אריינגעלייגט אין תפיסה.
די כוח פון בגדים און וואס זיי ברענגן ארויס
איז לאמיר זיך טאקע אביסל אריינטוהן און ארויסהאבן די כוח און די מהות פון א בגד און וואס דאס באדייט פארן מענטש.
עס איז אינטערסאנט צו ברענגן וואס די גמרא זאגט אין מסכת בבא קמא (צ"א:) "רבי יוחנן קרי למאניה מכבדותא" רבי יוחנן האט אנגערופן זיינע קליידער מיט'ן נאמען 'מכבדותא' זאגענדיג דערמיט אז די קליידער זיי זענען מכבד דעם מענטש, און מ'דארף דאס שעצן ווייל דאס גיבט אונז כבוד און מאכט אונזער איינדרוק אויף אנדערע.
און אגב, אויך דערציילט דארט די גמרא אז רב חסדא פלעגט שטארק היטן זיינע קליידער, און ווען ער פלעגט גיין צווישן דערנער און שטעכעדיגע געוויקסן האט ער אויפגעהויבן זיינע קליידער אז זיי זאלן נישט ווערן פארכאפט און צוריסן דורך די דערנער, און ער פלעגט זאגן "זה מעלה ארוכה וזה אינו מעלה ארוכה" כאטש זיין גוף ווערט דאָך צוקראצט און צושטאָכן אנשטאט די קליידער, דאָך לוינט זיך עס נאך אלס, ווייל די גוף היילט זיך אויס אבער קליידער קענען זיך נישט אויסהיילן און אז עס ווערט צוריסן בלייבט עס צוריסן...
הכלל, די קליידער פון א מענטש זיי שטעלן אהער זיין צורה און זיי פאָרמירן די חיצוניות פון א מענטש. וואס פארשטייט זיך אז דאס קען זיין א מעלה און עס קען זיין א חסרון.
ווי מיר ווייסן אז די מלבושים האבן א השפעה אויף א מענטש און זיי קענען דינען אלס א גדר און א שמירה אז ער זאל נישט נכשל ווערן אין עבירות. ווי אויך קענען די קליידער גענוצט ווערן צו באצייכענען א אדם גדול, ווי בגדי כהונה, אדער ארויסצוברענגן כבוד התורה, וכדומה. און אפילו אין הלכה געפונען מיר אז קליידער פארמאגן א ספעציעלע ארט, ווי חז"ל (שבת קי"ג.) דרש'ענען פונעם פסוק וכבדתו מעשות דרכיך, שלא יהא מלבושך של שבת כמלבושך של חול, אז מען איז מחוייב צו טוישן קליידער לכבוד שבת און מכבד זיין דערמיט דעם שבת.
און מיר ווייסן די חשיבות פון די אידישע לבוש וואס איז פון די יסודות און קיום פון כלל ישראל, ווי מיר געפונען ביי יציאת מצרים אז די אידן זענען געווארן אויסגעלייזט בזכות די שם לשון און
מלבוש וואס מ'האט נישט משנה געווען.
און מיר געפונען נאך מער, אז עס איז דא א חיוב זיך מוסר נפש צו זיין אויף לבוש, ווי די גמרא זאגט (סנהדרין ע"ד:) אז ווען עס איז א שעת השמד און די גויים ווילן חלילה אויסרייסן אידישקייט, דאן טארן מיר נישט משנה זיין אונזער לבוש, און מען איז מחוייב זיך מוסר נפש צו זיין אפילו בלויז אויף די קאליר פונעם שיך בענדל!.
עס איז בלויז חיצוניות
אבער פארשטייט זיך אז פון די אנדערע זייט קען דאס פונקט אזוי זיין א חסרון, ווען א מענטש שטעלט זיך אהער מיט א פאלשע שלייער, ער טוט אָן מלבושים וואס זענען ווייט פון זיין אמת'ע מהות.
אדער צומאל פארקערט, עס קען זיין א מענטש וואס איז בפנימיות פיל מיט מעלות און שלימות, ער קען אפילו זיין הייליג און דערהויבן, אבער די ארומיגע מענטשן מעסטן איהם בלויז לויט זיין חיצוניות, אויב טראגט ער נישט די ריכטיגע 'מנא מכבדותא' קען מען לעבן אין א טעות און אפטייטשן דעם מענטש אינגאנצן נישט ריכטיג.
ווי עס איז באקאנט דער סיפור וואס ווערט דערציילט אויף הרה"ק דער רבי רבי זושא פון האניפאלי זי"ע וועלכער איז אמאל אנגעקומען צו א געוויסע שטאט, און די מענטשן פון די שטאט האבן איהם אויפגענומען מיט גרויס כבוד און געמאכט א שיינע סעודה לכבודו. אזוי זיצענדיג ביי די סעודה, האט דער ר"ר זושא גענומען א לעפל זופ און עס אויסגעגאסן אויף זיין בעקיטשע, ערקלערנדיג דערביי פאר די פארוואונדערטע אידן פארוואס ער טוט דאס: וויסן זאלט איר אז מיט עטליכע יאר צוריק בין איך געווען דא אין שטאט, נאר דעמאלטס בין איך נאכנישט געווען מפורסם, מענטשן האבן מיך נישט געקענט, און דער עולם דא האט זיך טאקע נישט וויסענדיג געמאכט פון מיר, כ'בין געווען נישט מער ווי א פשוט'ער ארחי פרחי וואס קיינער קוקט נישט אין זיין זייט. אבער יעצט ווען איך בין שוין געקומען מיט'ן שיינעם קאַפטן, פלוצלינג איז געווארן א גאנצע הָא-הַא און א טומל ארום מיר און יעדער קומט צו לויפן מיך מכבד זיין, קומט דאָך אויס אז נישט מיר מיינט מען דא, ווייל 'איך' בין דאָך דער זעלבער מענטש ווי פריער, נאר מ'מיינט אודאי דעם קאַפטן, ווייל דאס איז די איינציגסטע חילוק צווישן דעמאלטס און יעצט, נו אויב אזוי דארף מען 'איהם' געבן דאס עסן און 'איהם' מכבד זיין ווי עס פּאַסט.
וואס אין אנדערע ווערטער, האט דער ר"ר זושא זי"ע זיי געוואלט מוסר זאגן אויף דעם וואס זיי זענען נאכגעשלעפט געווארן בלויז נאך די 'חיצוניות' און די אויסערליכע אויסקוק, פארוואס נאר א שיינע בעקיטשע רעדט צו זייערע הערצער, אבער ווען ס'קומט צו גיין א שטילע וואוילע אידל פון דעם כאפט קיינער נישט קיין התפעלות.
די בילד וואס מען זעהט פון אינדרויסן
און דער אמת איז, מיר דארפן נישט קריכן ביז צום הייליגער ר"ר זושא פאר דעם, עס איז מעשים בכל יום אז מיר ווערן נאכגעשלעפט אין א סעקונדע נאך די חיצוניות'דיגע אויסזעהן פון א צווייטן. מיר זענען אזוי צוגעוואוינט אפצושאצן מענטשן לויט וויאזוי זיי זעהן אויס פון אינדרויסן. מיר קוקן אויף יענעמ'ס הוט און רעקל, אויף זיין פנים, און מיר האבן תיכף א גאנצע מיינונג און א סך הכל איבער איהם, כאטש מיר האבן נישט קיין אהנונג וואס טוט זיך אין זיין הארץ, אין זיין שטוב, אין זיין לעבן. [נו, וויאזוי דען זאלן מיר איהם אפשאצן?, מיר האבן דאָך נישט קיין רוח הקודש].
און הגם מיר אלע ווייסן אליינס זייער גוט ווי גרינג עס איז זיך אהערצושטעלן פאר יענעם און מאכן יענעם טראכטן וואס מיר ווילן. בפרט היינט ווען מיר לעבן אין א וועלט וואו אלעס איז נאר חיצוניות, אלעס איז נאר די בילד פון אינדרויסן, און מענטשן זוכן טאקע טאג און נאכט וויאזוי מען קען זיך אהערשטעלן פאר יענעם, אז דער זאל מיינען אזוי און יענער זאל טראכטן אזוי, כאטש עס איז גאר ווייט פונעם מציאות.
מיר האבן שוין ביי א געלעגנהייט דערמאנט די מילתא דבדיחותא אַן אלטע אידישע ווערטל וואס מ'פלעגט זאגן נאך אינדערהיים: אמאל איז א איד געגאנגען האנדלן אין די ווייטע שטעט, ער איז געפארן צום מארק אין לייפציג און דאנציג. ווען ער האט געענדיגט און געהאלטן ביים זיך אומקערן אהיים, איז אויב האט ער געמאכט געלט און שיין פארדינט דארט, האט איהם נישט געשטערט אהיימצוקומען מיט א הונקעדיגן פערדל און א אלטע וואָגן, ווייל וועמען אינטערסירט דען וויאזוי ס'זעהט אויס פון אינדרויסן, דער עיקר איז ער איז רייך, ער האט שיין פארדינט, און ס'אינטערסירט איהם בכלל נישט וואס אנדערע וועלן טראכטן, אדרבה, זאלן זיי מיינען אז ער האט נישט קיין געלט!. אויב אבער האט ער נישט פארדינט קיין געלט און דאס מזל האט נישט געשיינט, האט ער זיך געדינגען א שיינעם וואגן איינגעשפאנט צו עטליכע שטארקע און גרויסע פערד, און ער האט געמאכט זיכער אהיימצוקומען בקול רעש גדול און אויסשטעכן יעדעמ'ס אויגן, "ווייל אז ס'גייט נישט גוט פאר מיר, זאל כאטש יענעם אויך וויי טוהן, זאל ער פלאצן און מיך מקנא זיין טראכטנדיג אז איך בין רייך".
און פארשטייט זיך אז היינטיגע צייטן איז גארנישט אנדערש, א מענטש איז ביכולת זיך צו פרעזענטירן פאר אנדערע וויאזוי עס פאלט איהם נאר איין, און דאס וואס מען זעהט פון אינדרויסן שפיגלט בכלל נישט אפ וואס עס טוט זיך באמת אפ אינעווייניג.
ווען די חיצוניות פארנאַרט אונז אליינס
אבער דער ענין גייט נאך אסאך טיפער פון דעם. עס איז נישט נאר געזאגט געווארן לגבי די קליידונג, התנהגות, אדער פארמעגן, וואס דער מענטש שטעלט ארויס אז אנדערע זאלן מיינען. די וועלט פון 'חיצוניות' איז זייער גרויס און שטעלט זיך נישט אפ נאר ביי דעם, נאר עס לויפט אונז נאך אין אונז אליינס אויך, און עס ווערט ממש א חלק פון אונז! ווי מיר וועלן שוין ערקלערן בסייעתא דשמיא.
במציאות איז א מענטש ארומגענומען מיט פילע שיכטן וואס דעקן איהם איבער און פארשלייערן איהם פון אלע זייטן, פונקט ווי א 'צוויבל' וואס וואקסט אין אסאך שיכטן איינס אויף די אנדערע און מ'קען האלטן אין איין שיילן און אראפנעמען נאך איינס און נאך איינס, ממש אזוי איז א מענטש ארומגענומען מיט מויערן און ווענט וואס נעמען איהם אריין און דעקן צו זיין אמת'ע פנימיות. זייער אסאך מאל דאס וואס מען זעהט אינדרויסן שפיגלט בכלל נישט אפ זיין אמת'ע מהות און מציאות! אינעווייניג אין איהם באהאלט זיין גאנץ עפעס אנדערש, ער קען האבן א איידעלע און טייערע נפש, ער קען האבן א ריינע נשמה פיל מיט מעלות און גרויסקייט, אבער עס איז פארוויקלט. ווען מיר קוקן אויף איהם זעהן מיר אַן אנדערן בילד, אבער דאס איז נישט מער ווי די דרויסנדיגע שיכטן, דאס זענען מלבושים און צודעקן וואס פארשטעלן דעם פנימיות.
און נישט נאר ווען מיר קוקן אָן יענעם, נאר אפילו ווען מיר קוקן זיך אליינס אָן באגעגענען מיר צומאל נאר די דרויסנדיגע שיכטן, מיר שטויסן זיך אָן אין געוויסע שטריכן און זאכן וואס איז 'בכלל נישט מיך'... און זייער אסאך מאל קען טאקע דער מענטש ווערן צובראכן פון זיין מצב, ער וואלט געוואלט זיין אנדערש, ער וואלט געוואלט זיין בעסער, ער שפירט אז ער איז נישט אויף א גוטע פלאץ, און עס כאפט איהם אָן א געפיל פון ייאוש אז 'דאס בין איך' און ער הייבט זיך אָן באמת צו באטראכטן און זיך משפט'ן אזוי. ער ווייסט אבער נישט אז טיף אינעווייניג אין איהם ליגט באהאלטן עפעס אסאך מער און אסאך העכער, און אז ער וועט נאר אביסל ארבעטן אויף זיך אפצושיילן די שיכטן וואס האבן זיך אנגעקלעבט קען ער אנקומען צו גאר א שיינע און ריינע פנימיות וואס געפונט זיך אינעווייניג אין איהם.
אבער וואס זאל מען טוהן אז די טבע פון מענטשן איז צו ווערן נאכגעשלעפט נאך חיצוניות, מיר האבן נישט די ריכטיגע שכל און די לעכטיגע אויגן צו קוקן מיט א ווייטערע און טיפערע בליק, און דערפאר ווערן מיר זייער שנעל און גרינג 'איבערצייגט' בלויז דורך די דרויסנדיגע שיכטן סיי אין אנדערע און סיי אין זיך אליינס.
אונזערע שיכטן זענען פונקט ווי דרויסנדיגע קליידער
אט דאס אלעס איז מרומז אין "בגדים" פון א מענטש, פונקט ווי גשמיות'דיגע קליידער קענען אהערשטעלן א בילד פון א געוויסע סארט מענטש, קליידער קענען זיין 'מכבדותא' און מכבד זיין דעם מענטש, קליידער קענען געבן א שבת'דיגע אויסזעהן פאר א איד, און אויב זענען זיי צוריסן און נאכגעלאזן וועלן זיי טוהן דאס פארקערטע און ברענגן בזיונות פארן מענטש; טראצדעם וואס עס האט גארנישט מיט זיין אינעווייניגסטע מציאות, גענוי ווי דער ר"ר זושא זי"ע איז געווען די זעלבע הייליג אָן די בעקיטשע ווי מיט די בעקיטשע.
דאס זעלבע איז מיט די דרויסנדיגע געוואוינהייטן און התנהגות פונעם מענטש וואס דעקן איבער זיין פנימיות, וואס אין ספרים הקדושים ווערט דאס אנגערופן 'לבושים' דאס זענען ווי
קליידער וואס דעקן איהם צו און שטעלן אהער א רושם כאילו דאס איז ער בעצם.
די שבטים האבן בלויז געזען דאס חיצוניות
יעצט צוריק צו אונזער פרשה: יוסף הצדיק האט פארמאגט גאר אסאך חיצוניות'דיגע סיבות וואס האבן צוגעפירט צו דעם אז זיינע ברידער זאלן איהם מקנא זיין און איהם פיינט האבן. זיי האבן געזעהן אין איהם איינער וואס פירט זיך מיט מעשה נערות, ער איז א מסלסל בשערו און פארברענגט מיט די קינדער פון בלהה און זלפה, און ווען זיי האבן געזעהן זיין כתונת פסים און געהערט זיינע חלומות האט דאס אלעס נאך מער צוגעגעבן צו די שנאה און קנאה, וויבאלד זיי האבן איהם אָפּגעסטעמפלט און דַן געווען מיט א חיצוניות'דיגע בליק.
אנדערש ווי יעקב אבינו וואס האט טאקע אנגעשריגן יוסף בחיצוניות, וַיִּגְעַר בּוֹ אָבִיו וַיֹּאמֶר לוֹ מָה הַחֲלוֹם הַזֶּה אֲשֶׁר חָלָמְתָּ, ער מאכט אוועק זיינע חלומות און ער זאגט אז עס האט נישט קיין פשט, אבער אין הארץ איז געווען גאנץ אנדערש, "וְאָבִיו שָׁמַר אֶת הַדָּבָר" יעקב אבינו קוקט מיט א פנימיות'דיגע בליק, ער ווייסט אז דא ליגט עפעס באהאלטן אסאך טיפער און אסאך גרעסער.
דער צדיק יסוד עולם ווערט נישט נתפעל פון קיין לבושים
ווען יוסף הצדיק וואלגערט זיך ארום איינער אליינס אין מצרים אינעם ערות הארץ, די גרעסטע מקום טומאה און זוהמא, די נסיונות זענען גרויס ביז צום הימל, ער איז איינער אליינס עלנד און פארלוירן און האט לכאורה נישט קיין גרויסע שאנסן זיך ארויסצוזעהן פון דארט און בלייבן הייליג און ערליך, זיין מצב זעהט אויס ווי ער איז שוין 'דערנאך' און אינגאנצן פארפאלן. און ווי מיר געפונען אין חז"ל אז יוסף הצדיק האט באמת כמעט נישט געהאט די אייגענע כוחות זיך צו קענען האלטן שטארק בדרך הטבע. דא קומט טאקע די אשת פוטיפר צו לויפן, "וַתִּתְפְּשֵׂהוּ בְּבִגְדוֹ" לֵאמֹר שִׁכְבָה עִמִּי, זי האט איהם אנגעכאפט ביי זיין שוואכקייט, זי ווייזט אָן אויף זיין שְׁפַל-המצב אין וועלכע ער געפונט זיך, זי טייטלט מיט די פינגער אז ער זאל זיך גוט אנקוקן און פארשטיין אז ער האט סייווי נישט קיין שאנסן, ער איז פארפאלן. דאס איז די 'בגד' וואס זי כאפט אָן, זי האט אן אחיזה אין זיין דרויסנדיגע שיכט, און דורכדעם וויל זי איהם געוואונען איינמאל פאר אלעמאל אז ער זאל זיך ברעכן און אנערקענען אז ער איז שוין ח"ו באמת פארפאלן.
אבער דא קומט אריין די כוח פון יוסף הצדיק, דער צדיק יסוד עולם, די מידה פון 'יסוד' וואס איז די מדה פון קדושה, "וַיַּעֲזֹב בִּגְדוֹ בְּיָדָהּ" וַיָּנָס וַיֵּצֵא הַחוּצָה, די מדת הקדושה שרייט צום יצר הרע "האלט דיך מיט מיינע קליידער, די אלע לבושים און שיכטן וואס דו ווייזט מיר, דאס אלעס איז דיינס, עס האט גארנישט מיט מיר! איך קען דאס אין איין רגע אויסטוהן און איבערלאזן ביי דיר אין די הענט און אנטלויפן פון דארט".
די מידת הקדושה קוקט נישט אויף קיין חיצוניות, די מידת הקדושה ווערט נישט פארבלענדט וויאזוי עס זעהט אויס פון אינדרויסן, די מידת הקדושה זעהט אדורך און אדורך און אנערקענט די אינערליכע הייליגקייט און שטארקייט וואס ליגט אריינגעקריצט טיף אין יעדער איד. ווי צדיקים האבן געזאגט אז דערפאר הייסט די מידה 'יסוד' ווייל דאס איז פונקט ווי א יסוד פון א בנין, די פונדאמענט וואס ליגט באגראבן אין די ערד, קיינער זעהט עס נישט, אבער אויף דעם שטייט אלעס.
[און דערפאר טאקע באמערקן מיר אז ערליכע אידן האבן אלעמאל אדורכגעזעהן ביז טיף אריין אין די נשמה פון א איד, זיי האבן געהאט א לויטערע אהבת ישראל צו יעדן איד אין יעדע מצב, ווייל ווי געזאגט איז די מידת הקדושה איין שטיק פנימיות און דאס פארקערטע פון חיצוניות].
און דאס לערנט אונז יוסף הצדיק לדורות עולם, ווען דער יצר הרע קומט דיר כאפן מיט דיינע חיצוניות'דיגע לבושים, ער רייט אויף דיינע שוואכקייטן און דורכפעלער וואס דו האסט שוין געהאט ביז אהער און ער וויל דיך מאכן טראכטן אז דו ביסט בעצם אזוי, און דעריבער ביסטו שוין פארפאלן ח"ו, איז די עצה "וַיַּעֲזֹב בִּגְדוֹ בְּיָדָהּ" וַיָּנָס וַיֵּצֵא הַחוּצָה, לאז דיך אפ פון אלע חשבונות און מחשבות, זאג צו דיר אליינס "דאס איז נישט מיר!" דאס אלעס איז לבושים וואס איך קען איבערלאזן ביים יצר הרע אין די הענט און איך גיי אוועק פון דאנעט, איך האב די כוח צו אנטלויפן, איך האב אין זיך א פנימיות און א קדושה וואס ליגט אין א אידישע נשמה.
פונקט ווי רב חסדא אין די גמרא האט אונז געלערנט לגבי היטן די קליידער אז "זה מעלה ארוכה וזה אינו מעלה ארוכה", די דרויסנדיגע לבושים קענען טאקע ווערן צוריסן און פאר'מיאוס'ט,
אבער די פנימיות די לויטערע אינערליכקייט פון א איד דאס קען מען אלעמאל היילן און ס'איז מעלה ארוכה...
די לימוד לדורות פונעם נס חנוכה
ווי פאסיג איז אט דער יסוד ווען מיר שטייען ביים שוועל פונעם הייליגן יום טוב חנוכה. כלל ישראל איז געווען אין א מצב פון צרה יגון ואנחה, די יוונים האבן אלעס חרוב געמאכט און צובראכן, זיי האבן מטמא געווען די בית המקדש און די אידישע הערצער, און די חשמונאים זענען געווען א קליינע הייפעלע מענטשן וואס וואלטן זיך געקענט מייאש זיין און קלערן אז ס'איז שוין נישט דא קיין סאך האפענונג; אדער על כל פנים ווארטן ביז מ'וועט זיך צוזאמקלויבן און איבערמאכן די בית המקדש, בויען א נייע מנורה, ברענגן טהור'ע שמן, און אפשר דעמאלטס וועט מען קענען אנהייבן פון דאסניי.
אבער אנשטאט דעם האבן זיי באשלאסן נישט אויפצוגעבן, זיי האבן נישט געקוקט אויף די אלע דרויסנדיגע שיכטן און מניעות וואס איז זיי געשטאנען אין וועג, זיי לאזן זיך ארויס זוכן אביסל ריינע אויל ווייל אפשר קען מען עפעס אויפטוהן שוין יעצט, אפילו א ברעקל.
און נאכדעם ווען מ'האט געטראפן די קליינע קריגל, וואלט מען דאָך ווייטער געקענט קרעכצן און זאגן אז ס'איז סייווי כמעט גארנישט ווערד, עס האט דאָך נאר גענוג אויף איין נאכט, און וואס וועט זיין מארגן?. אבער די מידת הקדושה זאגט נישט אזוי, די מידת הקדושה גייט פאָראויס און טוט אפילו ווען מ'זעהט נישט און מ'פארשטייט נישט. און טאקע פון דארט איז ארויסגעקומען די גרויסע און לעכטיגע נס וואס האט באלאכטן פאר כלל ישראל לדורות עולם.
און דאס איז די מוסר השכל וואס מיר דארפן זיך לערנען פון דא, נישט קוקן אויף די חיצוניות, נישט מאכן קיין חשבונות, בלויז אריינקוקן אין די נשמה אריין און געדענקן וואס יוסף הצדיק לערנט אונז, אוועקצוּוואַרפן פון זיך די אלע לבושים און סיבות וואס מאכן אונז טראכטן פארקערט, און אריינשפרינגן און פראבירן באלייכטן אפילו ווען מ'געפונט זיך אינעם גרעסטן חושך ח"ו. ובשם ה' נעשה ונצליח!.
לסיכום געדענק:
• א מענטש איז ארומגענומען מיט דרויסנדיגע שיכטן און לבושים וואס זענען אינגאנצן נישט זיין אמת'ע מהות און פנימיות.
• דער יצר הרע האט אן אחיזה אין די דרויסנדיגע לבושים, און וויל דורכדעם איבעררעדן דעם מענטש אז ער זאל זיך ברעכן און אנערקענען אז ער איז שוין ח"ו פארפאלן.
• מיר טארן נישט דַן זיין קיינעם, סיי יענעם און סיי זיך אליינס, לויט די דרויסנדיגע אויסזעהן און מציאות.
א לעכטיגע שבת קודש און א פרייליכן חנוכה!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com