בלאט 1 פון 5

ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:16 pm
דורך עמרם
פארגאנגענעם כ''א כסליו ביים צענטראלן מעמד סעודת הודאה פון ק''ק סאטמאר מהרי''י, האט די דארטיגע רבי ביי זיין דרשה געזאגט בתוה''ד בערך בזה הלשון
"ליידער אין די לעצטע זמנים איז אריינגעקומען אין מוסדות דאהי א נייע מהלך אין סדר הלימודים און חדר אז מ'זאל קודם דורך לערנען חמשה חומשי תורה און נאכדעם נ"ך און מהייבט הערשט אן לערנען גמרא אויף די שפעטערע יארן. כ'ווייס נישט פונקטליך וואס די סדר איז און וואס די מקור איז, אבער איין זאך איז זיכער, אז ס'איז א נייע מהלך וואס מ'האט קיינמאל נישט געטון, און ס'איז א שינוי אין די מסורה מדור דור. די עצם משנה זיין איז א געוואלדיגע פירצה, און כל שכן אין אזא זאך וואס די פריערדיגע האבן נישט געהאלטן פון דעם".

ווי נאר איך האב עס געזעהן איז מיר געווארן אינטערסאנט ווי ס'איז דא אזא ת''ת, אפשר איז כדאי דארט צו שיקן,
ביז איך בין אנגעקומען אז לכאורה האט ער דא געמיינט זיי גרויסע פאליטישע שונא און ברידער, דער א.ג. סאטמארע רבי און מרא דאתרא פון קרית יואל.

יא, אין די שטאט וואס רביה''ק מ'סאטמאר ז''ל האט מייסד געווען, און אין די מוסדות וואס ער האט מייסד געווען דארט פאר פופציג יאר צוריק, האט מען ענדליך געמאכט א שטיקל טויש, מ'האט אין איין געוויסע אפטיילונג פון די ת''ת אנגעהויבן לערנען אויף א נייע מהלך.

בעצם דארף מען מברר זיין פונקטליך די סדר דארט, און איך האף נאך בס''ד צוריקצוקומען צי דעם,
אבער בקיצור, איז דאס א מהלך פון קודם לערנען גאנץ תנ''ך און נאכדעם משניות און ערשט נאכדעם גמ',

פארשטייט זיך אז אין קרית יואל גייט מען נישט לערנען נ''ך, נאר חמשה חומשי תורה, און ערשט נאכדעם משניות - אבער אויך נישט די גאנצע, און נאכדעם גמ', וואס גייט מאכן אז מ'זאל אנהייבן לערנען גמ' מיט די קינדער שפעטער.

די סדר גייט אז מ'לערנט חמשה חומשי תורה אויפן סדר, און נישט יעדע וואך א נייע פרשה, נאר ווי מ'האט געענדיקט פאריגע מאל.
אבער כדי נישט צי טוישן אינגאנצן, האט סאטמארע רבי מהר"א פארלאנגט אז מ'זאל אויך לערנען יעדע וואך פון יענע פרשה, צי מ'טוט עס למעשה איז א מחלוקת.

אין די מוסדות איז נישט יעדער איינשטימיג מיט דעם, און פאר א מנהל האבן זיי אויפגענומען איינער פון א''י וואס פירט עס פון דארט, די מהלך קומט פון א''י ווי מ'וועט אי''ה שפעטער מער מרחיב זיין...

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:54 pm
דורך לייביששרייבער
די סדר גייט אז מ'לערנט חמשה חומשי תורה אויפן סדר און נישט יעדע וואך א נייע פרשה, נאר ווי מ'האט געענדיקט פאריגע מאל,
אבער כדאי נישט צי טוישן אינגאנצן, האט די סאטמארע רבי פארלאנגט אז מ'זאל אויך לערנען יעדע וואך פון יענע פרשה, צי מ'טוט עס למעשה איז א מחלוקת
דאס איז זיכער אז די רבי שליט"א מרא דארת(ט)א מאכט זיכער אז א יעדע וואך זאל זיין א נייע פרשה

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:01 pm
דורך שמן למאור
דאס איז דאך די מהלך פון די גר"א. די זילבערמאן חברה פון אלט שטאט ירושלים גייען שוין יארן מיט דעם מהלך.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:08 pm
דורך עמרם
שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:01 pm דאס איז דאך די מהלך פון די גר"א. די זילבערמאן חברה פון אלט שטאט ירושלים גייען שוין יארן מיט דעם מהלך.
לויט ווי איך געדענק קומט עס טאקע פון די זילבערמאן'ס

די זילבערמאן'ס גייען שוין אהן מיט דעם א שיינע פאר יאר,
און עטליכע האבן שוין נאכגעמאכט דארט אין א''י, אבער קיינער גייט נישט אינגאנצן מיט זיי פונקטליך, (אזוי האט מיך זילבערמאן אליין אמאל געזאגט)

ס'איז אינטערסאנט אז מהר''א זאל נעמען א געדאנק וואס קומט פון די זילבערמאן'ס, וואס זענען ווייט פון די שיטה...

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:10 pm
דורך עמרם
אביסעל מער איבער די עצם מהלך פון דעם ווי איינער שרייבט אויף די אידטיש סייט
וזה ברור האט געשריבן:
מהלך שיטת זכרו אין קורצן:
אין כיתה ב': לערנט מען גאנץ סדר בראשית אן קיין רש"י נאר עפ"י פי' רש"י, בנוסף וואס עס ווערט פארציילט פון די פ' השבוע.
כיתה ג': לערנט מען סדר שמות און ויקרא און מען חזר'ט סדר בראשית.
כיתה ד: לערנט מען סדרי במדבר דברים, און דאן הייבט מען הערשט אן רש"י, און מען חזר'ט בראשית ביז ויקרא.
כיתה ה': מען הייבט אן משניות לערנענדיג גאנץ סדר מועד, מען לערנט יעדע וואך די גאנצע סדרה מיט א גרויס טייל רשי"ס.
כיתה ו': מען לערנט גאנץ סדר קדשים -חזרה מועד- גאנצע סדרה יעדע וואך.
כיתה ז': ב' פרקים גמ' - משניות חצי סדר זרעים-חזרה משניות-חו"ר.
כיתה ח': ב' פרקים גמ' בב"ק -חצי סדר זרעים-חזרה משניות- חו"ר.
כיתה ט': גמ' האיש מקדש- מס' סוכה- חזרה משניות- חו"ר.

די חומש ווערט געלערנט מיט די טראפן וואס העלפט צו געדענקן די לשונות המקרא בע"פ, און ווערט געטייטשט אויף א ספעציעלן וועג וואס מען לייגט אריין אין די טייטש אסאך ידיעות פון חז"ל, און ווערט געלערנט אויף אייגנארטיגע וועג פון ארויסהאבן דעם חומר הפסוק און פארשטיין דעם צוזאמשטעל און קשר פון איין פסוק מיט די צווייטע, און די קינדער לערנען זיך אויס אפצולערנען חומש מיט זייער אייגענעם הבנה, אזוי אויך די משניות ווערט געלערנט מיט א ניגון אזוי ווי טראפן.
כדי קינדער זאלן נישט ווערן איבערגעשטרענגט פון לערנען אזוי פיל, מאכט מען הפסקות יעדע 50 מינוט.
און נאך א עיקר איז דאס וואס מען לערנט און מען הייבט נישט אן קיין גמ' פארן ענדיגן חמשה חומשי תורה, רוב נ"ך, און עטליכע סדרים משניות.
ע"כ בערך.
און יעדע ת"ת וואס מאכט דאס נאך טוישט קלייניקייטן אהער און אהין.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:12 pm
דורך עמרם
אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי

( פאראכטן ע''פ בקשת @אלע צוזאמען דא)

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:23 pm
דורך עמרם
למען האמת מעג ר' אהרן טוהן וואס ער וויל ווילאנג ס'איז זיין קהילה,
אבער ס'איז אינטערסאנט צי זעהן וואס די גדולי ישראל אונטער וועמען סאטמאר פארופט זיך האבן געהאלטן איבער דעם
מהרז''ל האט ביי זיין דרשה דערמאנט די ויואל משה , בוצינא קדישא פון סענדער דייטש משמיה דרבי, און דברי שמחה (פון ציעצנובע רב ז''ל),

פאר מ'גייט צום רבי'ן וועל איך אראפ ברענגן די דברי שמחה
דברי_שמחה2_page-0001[1].jpg
דברי_שמחה2_page-0002[1].jpg

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:30 pm
דורך עמרם
בשיטת הרה''ק מ'סאטמאר ז''ל קען מען זעהן א שטיקל סתירה פון איין זייט וואס ער שרייבט אין ויואל משה
ויואל משה סי' כ''א.png
און אין בוצינא קדישא ברענגט ר' סענדר דייטש
בוצינא.png
בוצינא2.png
אבער הרב וואלף כ''ץ ברענגט אנדערש
חינוך.jpg
וי''א אז ס'איז א טעות (?)

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:33 pm
דורך עמרם
אונטערסאנט איז אז בשנת תשע''א איז געווען א שבע ברכות אין ק''י מיט די מנהלי מוסדות מהר''א פון ב''פ ווסב''ג און קר''י און איינער האט שוין דארט ארויף געברענגט די מהלך, אבער זעהט אויס אז דערמאלטס איז נאכנישט געווען די זמן המוכשר...
image.png
Screenshot 2023-10-17 142330.png

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:48 am
דורך ים של שלום
איך ציפ מיר צו זעהן אויב איך חלום נישט. זילבערמאן'ס זכרו אין סאטמער?! דאס איז שוין ימות המשיח. למעשה, ווייסט איינער וויפיהל קינדער לערענען אין דעם חדר? ווען האט זיך דאס ג'עפענט? ווער שיקט דארט? יעדע טאטע קען זיך וועהלען צו ער וויל שיקן דארט?

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:26 pm
דורך אלע צוזאמען
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:12 pm איך מיין אז אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי
נעם אראפ די ’’איך מיין’’, ס’איז דא אין מאנסי אזא חדר.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:29 pm
דורך אלע צוזאמען
ים של שלום האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:48 am איך ציפ מיר צו זעהן אויב איך חלום נישט. זילבערמאן'ס זכרו אין סאטמער?! דאס איז שוין ימות המשיח. למעשה, ווייסט איינער וויפיהל קינדער לערענען אין דעם חדר? ווען האט זיך דאס ג'עפענט? ווער שיקט דארט? יעדע טאטע קען זיך וועהלען צו ער וויל שיקן דארט?
פארוואס זאל זילבערמאן זיין אפגעפרעגט ביי סאטמער?, ער האלט נישט פון די מדינה.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:34 pm
דורך ים של שלום
ביי סאטמער איז אפגעפרעגט אלץ וואס איז נישט סאטמער. אויב האלט מען פון די מדינה דאן איז מען אן אפיקורס.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:05 pm
דורך עמק הבכא
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:12 pm אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי

( פאראכטן ע''פ בקשת @אלע צוזאמען דא)
געוואנדן וואס מיינט ביי דיר א תלמוד חכם. דאס איז זיכער אז די קינדער וואס לערנען די אלע וויכטיגע לימודים אין אזא יונגן עלטער געדענקען עס אויפ'ן לעבן, אזוי ווי דו געדענקסט די חומש מיט די טייטש פון די פריים-טיים פרשיות ביז שני. ווען מיין זון זאל דאס אלעס קענען איז עס ביי מיר א גרויסע געווינס, אפגעזען צי ער ווערט א דיין אדער ער קעשט דאס איין אין עפעס א ממשות'דיגע תורה'דיגע פאזיציע וואס ווערט אין אונזער טעכנישע סאסייעטי אנגערופן א תלמוד חכם.

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:53 pm
דורך לייביששרייבער
ים של שלום האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:34 pm ביי סאטמער איז אפגעפרעגט אלץ וואס איז נישט סאטמער. אויב האלט מען פון די מדינה דאן איז מען אן אפיקורס.
איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט, איז דען איינער וואס האלט פון די מדינה נישט קיין אפיקןרס ? ;)

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:02 pm
דורך זה חלקי
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:26 pm
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:12 pm איך מיין אז אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי
נעם אראפ די ’’איך מיין’’, ס’איז דא אין מאנסי אזא חדר.
אור התורה מאנסי
רובא דרובא סאטמאר היימישע משפחות

אפן שוין אפאר יאר און איז גאר שטארק מצליח

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:03 pm
דורך זה חלקי
שבט הלוי גייט שטארק פאר דעם

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:10 pm
דורך זה חלקי
זה חלקי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:02 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:26 pm
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:12 pm איך מיין אז אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי
נעם אראפ די ’’איך מיין’’, ס’איז דא אין מאנסי אזא חדר.
אור התורה מאנסי
רובא דרובא סאטמאר היימישע משפחות

אפן שוין אפאר יאר און איז גאר שטארק מצליח

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:47 pm
דורך אפטימיסטיש
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:12 pm אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי

( פאראכטן ע''פ בקשת @אלע צוזאמען דא)
ת"ת באר ישעיה, ועוד

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:34 am
דורך חיים הערש
זה חלקי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:02 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:26 pm
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:12 pm איך מיין אז אין מאנסי איז אויך דא א פריוואטע חדר וואס לערנט אויף די מהלך

די שאלה איז צי ס'וואקסען טאקע אויס גרעסערע ת''ח אזוי
נעם אראפ די ’’איך מיין’’, ס’איז דא אין מאנסי אזא חדר.
אור התורה מאנסי
רובא דרובא סאטמאר היימישע משפחות

אפן שוין אפאר יאר און איז גאר שטארק מצליח
עס איז יעצט די צווייטע יאר

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 8:54 am
דורך רוני
ים של שלום האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:34 pm ביי סאטמער איז אפגעפרעגט אלץ וואס איז נישט סאטמער.
דאס איז נישט קיין פראבלעם, מ'קען דאס טוהן, און נאך א פאר חדשים זאגן אז די גאנצע וועלט מאכט אונז נאך..
(אזוי ווי הגאון ר' מאיר שפירא ז"ל האט נאכגעמאכט די תורתך שעשועי פלאן פון ר' אהרן, כידוע)

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:02 pm
דורך בר גיורא
אלע צוזאמען האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:29 pm
ים של שלום האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:48 am איך ציפ מיר צו זעהן אויב איך חלום נישט. זילבערמאן'ס זכרו אין סאטמער?! דאס איז שוין ימות המשיח. למעשה, ווייסט איינער וויפיהל קינדער לערענען אין דעם חדר? ווען האט זיך דאס ג'עפענט? ווער שיקט דארט? יעדע טאטע קען זיך וועהלען צו ער וויל שיקן דארט?
פארוואס זאל זילבערמאן זיין אפגעפרעגט ביי סאטמער?, ער האלט נישט פון די מדינה.
ער האלט נישט פון די מדינה?? גיי אמאל אריבער צי אים און רובע המוסלמני, ווי ער וואוינט און רייסט זיך דארט (פיזיש..) מיט די אראבער.
ער איז שפיץ ציוני!
ער האלט אז מדארף אויסלייזען די בתי ירושלים פון גויאישע הענט, און ער איז גרייט זיך צו הרגנען פאר דעם.
ער וואוינט אין רחוב מעלות המדרשה גלייך נעבן שער שכם, וואס איז די ערגסטע געגענט אין אלט שטאט (פאר ווער סאיז באקאנט).

Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:05 pm
דורך אלע צוזאמען
אינגערמאן, דו האסט שוין אמאל גערעדט מיט אים, אז ער איז א ציוני ביי דיר?!

איך בין געזיצן מיט אים און מיט זיין חבריא, אסאך! דאס וואס ער וואוינט אין רובע המוסלמני האט גארנישט מיט די מדינה, ס’גייט בשיטת הגר’’א, יא מ’דארף אויסלייזן הייזער פון די גוים, ער איז אבער נישט גרייט צו שטארבן פאר דעם.

ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געשלאגן מיט קיין אראבער.
און אגב דארט איז בכלל נישט אזא געפערליכע געגנט, כאפ א שפאציר אביסל ווייטער, נאכער גייט מען רעדן.