אליעזר קרויס איבער מצב הישיבות
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 7:38 pm
לעיזער קרויס האט נארוואס ארויפגעלייגט 10 היסטארישע שמועסן אויף קול מבשר איבער די נושא פון ישיבות און דעם דרך הלימוד וועלכע הרג'ט אוועק די בחורים.
דא קען מען הערן אלע אין א רייע.
תוכן הענינים
חנוכה פראגראם חלק א' - הקדמה; להשכיחם תורתיך.
חנוכה פראגראם חלק ב' - וואס מיינט לערנען בעיון ריכטיג?
חנוכה פראגראם חלק ג' - פארוואס אין די ישיבות לערנט מען דעם סארט עיון?
חנוכה פראגראם חלק ד' - די וויכטיגקייט פון לערנען בקיאות, און ווי אזוי לערנט מען בקיאות.
חנוכה פראגראם חלק ה' - לערנען אין הילף ספרים ווי ארטסקרול וכדומה, א מעלה אדער א חסרון?
חנוכה פראגראם חלק ו' - די וויכטיגקייט פון לערנען הלכה, ווי אזוי צו לערנען הלכה אין ישיבות.
חנוכה פראגראם חלק ז' - לאמיר לערנען א שטיקל גמרא אינאיינעם - בעיון.
חנוכה פראגראם חלק ח' - א באזוך אין ישיבת היכל התלמוד, בראש פון הגה"צ רבי בנימין אייזענבערג שליט"א.
חנוכה פראגראם חלק ט' - וואס קען מען טון למעשה???
חנוכה פראגראם חלק י' - א געוויין פון א בחור...
(פון דא)
אין קורצן:
נאכן ארויסברענגען די צודרייטקייט (חלק א', ג',) און ווייטאג (חלק י',) פון די מהלך וויאזוי מ'לערנט עיון און וויאזוי מ'לערנט גארנישט אנדערש אין די ישיבות, און אז די סוקסעס רעיט פון די ישיבות זענען אומאקציטירבאר אין סיי וועלכע אינדוסטריע ובפרט ווען אפי' אין פובליק שולעס איז די רעיט בעסער. צולייגט ער וויאזוי אין זיין וויזיע א ישיבה דארף אויסזען (ד', ה', ו',), און איליסטרירט עס מיט א באזוך אין ישיבת היכל התלמוד וואו מ'לערנט על סדר דף היומי פארמיטאג, און נאכמיטאג איז דא א קורצע שיעור עיון אויף אן אייגנארטיגן סטיל.
זיין וויזיע איז אז בקיאות -קענען בלעטער- איז דאס וויכטיגסטע פון אלעם, און אז אויב מ'טוט דאס נישט אין ישיבה זאלן בחורים עס כאטש אליין טון (חלק ט'), ווייל דאס איז אן עכטע קנין וכו' וכו' און דאס איז וואס מאכט שטייגן און שטעלט אוועק דעם טאן פארן לעבן...
עיון איז וויכטיג ווען מ'טוט עס ריכטיג (חלק ב'), אבער עס איז באמת שווער עס צו פארלערנען ריכטיג (חלק ז'), בכל אופן פארלאנגט עס נישט (זיכער נישט אלס נחלת הכלל) אין די לאנגע שטארקע פארמיטאג סדר.
א גרויסע געוויכט לייגט ער אויף די חסרון אין לימוד הלכה, און לייגט אויס זיין וויזיע, ישיבה קטנה האלט ער זאל לערנען די קלענערע סגיות אין יורה דעה ווי הלכות ביצים, תולעים, וכדו'. (ער טענה'ט אז או"ח חוץ וואס די מג"א איז היבש א שווערע לימוד - פארלאנגט עס נאך צוצולייגן מינימום משנ"ב, פרמ"ג, מחצה"ש, וכדו', נאך א פראבלעם אז נאך די הלכה כתובה קומט צו די אומגעשריבענע מנהגים א.א.וו. וועלכע מאכט עס קאמפליצירט פאר מתחילים.), און אין ישיבה גדולה דארף מען לייגען די מינימאלע געוויכט אז די בחורים זאלן נישט ארויסקומען קיין גראבע עין הא'ס, אבער וויבאלד לערנען באריכות די סגיות פארנעמט מער וויפיל מ'קען אריינשטופן, האלט ער אז מ'דארף אינוועסטירן אין א קוריקולעם פאר די וויכטיגע הלכות (שבת, תפילין, ציצית, בשר בחלב..) אויף א יסודות'דיגן פארנעם -מער יסודות'דיג ווי די מיידלעך וועלכע פארגעסן אלעס נאך צוויי יאר, אבער אויך נישט יעדע זאך פון אינערווייניג..
ביי די לעצטע צוויי שמועסן איז ער גאר צוהיצט, נאכן מודיע זיין אז עס גייען קומען די שמועסן און צוריקבאקומען ווייטאגליכע פידבעק פון אסאך בחורים אליין..
ער האקט בכל תוקף אויפן סיסטעם, און גאר אויף רבנים וראשי ישיבות וואס טוען גארנישט דערצו. ער אפיעלט צו יעדעם וואס האט הענט און פיס עפעס אויפצוטון אין דעם הינזיכט און צו פארברייטערן די מערכה, אויך אפיעלט ער צו יעדן תלמיד ישיבה צו נעמען א ברכות גמ' אין דער האנט און עס מסיים זיין ביז ראש חודש אדר א' - א בלאט א טאג - און מסכת שבת און עירובין צום יאר..
נ.ב. ער גייט נישט אריין בכלל אין די נושא פון בחורים ארבייטן (וועלכע ער האט שוין אמאל אדרעסירט), אדער און פארברייטערן די קוריקולעם אריינצונעמען נאך פאטענציאלע נושאים אדער אקטיוויטעטן.
וחפץ השם בידו יצליח!
די ארטיקל האט די הסכמה פון ר' אליעזר אליין.