בלאט 1 פון 1
הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:23 am
דורך היכי דמי
זעלטן וואס איך זאל ליינען איבער א היינטיגע בעל מופת וואס לעבט נאך, אבער די וואך בין איך געווען צוגענאגעלט צום ארטיקל אין די שריפט (פון די וואך אויסגאבע) ווי זיי האבן באשריבן הרב קרויס שליט״א.
איך האב ביז איצט נישט געהערט פון אים אום עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט. וואס זאגט די עולם צו אים?
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:05 pm
דורך עמרם
היכי דמי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:23 am
זעלטן וואס איך זאל ליינען איבער א היינטיגע בעל מופת וואס לעבט נאך, אבער די וואך בין איך געווען צוגענאגעלט צום ארטיקל אין די שריפט (פון די וואך אויסגאבע) ווי זיי האבן באשריבן הרב קרויס שליט״א.
איך האב ביז איצט נישט געהערט פון אים אום עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט. וואס זאגט די עולם צו אים?
איך האב נישט געליינט די ארטיקל,
אבער איך בין שוין געווען ביי אים, און יא ס'איז דא וואס זעהן גרויסע זאכן, אבער פארשטייט זיך נישט יעדער,
מ'זאגט נאך , אז מ'האט געברענגט פאר די הייליגע שיניווער רב (בנו בכורו פון די צאנזער רב) ז''ל א ספר פון הונדערט מופתים פון זיין טאטע די הייליגע ד''ח, האט די שיניווער זיך אנגערופן: איך האב צוויי הונדערט מופתים וואס זענען נישט מקוים געווארן...
לענינינו , כהיום מיין איך אז האב קרויס רעדט נישט, און במילא איז שווער צי זאגען אז וואס ער זאגט ווערט יא אדער נישט מקוים
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:42 pm
דורך [NAMELESS]
צו ער איז א בעל מופת אדער נישט, אבער אנ'ערליכע איד איז ער זיכער
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:58 pm
דורך גארטל
ער רעדט שוין נישט. איך בין יעצט געווען ביי עם. ער מאכט פארשידענע סימנים מיט די האנט. טייל מאל ווייזט ער א ווארט אין א סידור וכו' און די גבאי וואס שטייט דארט פארשטייט שוין וואס די רב מיינט און פארטיישט עס.
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:26 am
דורך אסטראלאג
היכי דמי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:23 am
זעלטן וואס איך זאל ליינען איבער א היינטיגע בעל מופת וואס לעבט נאך, אבער די וואך בין איך געווען צוגענאגעלט צום ארטיקל אין די שריפט (פון די וואך אויסגאבע) ווי זיי האבן באשריבן הרב קרויס שליט״א.
איך האב ביז איצט נישט געהערט פון אים אום עס איז מיר געווען זייער אינטערסאנט. וואס זאגט די עולם צו אים?
איז דא ערגעץ וואו איך קען טרעפן דעם ארטיקל ביטע?
Re: הרה״צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט״א
נשלח: פרייטאג מערץ 15, 2024 3:33 am
דורך גארטל
איך גלייב נישט אז עס איז דא אנליין. די בעסטע איז אויב די פארבינדסט זיך מיט די וואך/שריפט אפיס און זיי וועלן דיר עס שיקן. אפשר בעטן אפאר דאלער.
עס איז די שריפט פון שבת חנוכה תשפ"ד.