בלאט 1 פון 2

Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 6:00 pm
דורך זה חלקי
די סעלעבריטי TAYLOR SWIFT, די גרעסטע מיוזיק ראקסטאר און ארטיסט אין אמעריקא און איבער די וועלט, איז געווארן אנאנסירט אלס די 2023 TIME מאגאזין פערזאן פון די יאר.
אלס די מענטש וואס האט די מערסטע אימפעקטירט די נייעס און די וועלט.
איבערשטייגנדיג קעניג טשארלס פון ענגלאנד, טראמפ פראסעקיוטערס, האליוואד סטרייקערס וכו'.

זייענדיג בלויז 33 יאר אלט האט זי פארכאפט די מיוזיק אינטערטעינמענט וועלט מיט מיליאנען פארברענטע פענס (swifties...) איבער די גאנצע וועלט.
אירע ניגונים זענען אסאך באזירט אויף איר לעבן געשיכטע, ליבע, ראמאנס, און צובראכענע רילעישנשיפס.

אירע ניגונים, אלבומ'ס און סינגלס זענען די פאפולערסטע איבער די וועלט און פארכאפן די #1 פלאץ תיכף ביים ארויסקומען און בלייבן אויפן אויבנאן פאר לאנגע תקופות.
זי האט די מערסטע אויסצייכענונגין אין די פעלד פון מוזיק.

איר לעצטע טור גערופן "עראס טור" האט פארכאפט אירע פענס און מיוזיק ליבהאבער אין א כישוף טאנץ.
טיקעטס זענען פארקויפט געווארן אין רגעים, מיט טיקעטס אין די ווערד פון איבער א ביליאן דאלער איז פארקויפט געווארן.
2,000,000 טיקעטס פארקויפט געווארן און ווייניגער פון 24 שעה, וואס האט גורם געווען אז "טיקעט מעסטער" זאל גיין שלאפן פאר א וויילע וואס האט גורם געוועהן קאנגרעסיאנאלע אויספארשונגען און פארהערן.
ווער עס האט באוויזן צו באקומען א טיקעט איז געוועהן גליקליך.

די טור האט צוטרייסלט די עקאנאמיעס פון די שטעט ווי זי איז געגאנגען פערפארמען.
די פעדעראל רעזערוו פילעדעלפיע ברענטש האט געשאצט אז איר עראס טור האט דזשענערעיטעד 5.7 ביליאן דאלאר פאר די אמעריקאנע עקאנאמיע.
איר נעט ווערד שטייט ביי 1.1 ביליאן טאלער. זי איז די ערשטע מיוזישן צו ווערן א ביליאנער.

בי איינע פון אירע פריערדיגע אויפטריטן אין סיעטאל טעקסעס האט די רעש פון די צורידערטע המון עם פאראורזאכט א 2.3 מעגניטוד ערד ציטערניש.

זי איז אויך באקאנט מיט אירע גאר גרויסע קאנטריביושנס פאר טשעריטי, ברייטע באנוסעס פאר אירע ארבעטער, און נאך.

זי האט אויך אינטערעסאנטע קאמפן מיט פאפולערע פיגורן און קאמפעניס.

צום ביישפיל: די רעכטן אויף א גרויס חלק פון אירע אלטע אלבומ'ס איז פארקויפט געווארן פאר SCOOTER BRAUN פאר 300 מיליאן טאלער וואס האט איר שטארק אויפגעברויזט.
זי האט איבערגעמאכט א טייל פון אירע אלטע אלבומס מיט סאך בעסערע מיוזיק און וואקלס אין א נייע ווערסיע, לאזנדיג די אלטע אלבומ'ס שימלען ביי די נייע בעלי בתים.

זי האט אויך אינטערעסאנטע וועג פון פארקויפן אירע ווערק און ארויסשניידן גרויסע קעפ אין די אינדוסטריע פון אראפציפן פון די פראפיטן.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן, ועוד חזון.

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:36 pm
דורך berlbalaguleh
זה חלקי: עיקר שכחת(י): זי האט זיך אויך ארויסגעשטעלט און געשטיצט די "נעבעכדיגע" פאלעסטינער רוצחים און מערדערס פון די כאמאס, ימ"ש.

דאס ווייזט וואו דער "קאפ" פון די אזוי-גערופענע פרעסטיזשפולע צייט שריפט "טיים" ליגט.

ס'האט זיך אפגעטון וועלט אויפשאקלענדע געשעהענישן אין יאר 2023, ווי רוסלאנד'ס נאכאנאנדיגע אינוואזיע פון אוקראינע און דער (אונטערגעשטעלטער) טויט פון זיין (פוטינ'ס) געוועזענעם גוטן פריינד, און אין די יו.עס. האט זיך געשאקלט וועלטן מיט דאנאלד טראמפ, דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט וואס די ליבעראלן האבן זיך גענומען צו איהם און זיי ווילן איהם מיט אלע כוחות אריינטראסקען אין תפיסה. און זיי (טיים) האבן נישט געטראפן א מער אינטרעסאנטן "מענטש" ווי די ראצער'דיגע שיקסע וועלכע זינגט איהרע קאנצערטן האלב נאקעט.

אין יאר 1938 האבן זיי אויך נישט געטראפן א מער פאסיגן קאנדידאט פארן "מאן פונ'ם יאר" ווי דער צורר כל היהודים אדאלף היטלער, ימח שמו וזכרו...!

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:44 pm
דורך עמק הבכא
זי איז נישט די ערשטע מוזיקאנט צו ווערן א ביליאנער, דזשעי-זי און ריהאנא זענען ביליאנערן, קען זיין ס'איז דא נאך.

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:41 pm
דורך חובב ציון
איז נישט מר. פעפא פין עזה פערזאן פין די יאר?

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:53 am
דורך טמיר
לויט ווי איך פארשטיי איז איר זינגען נישט אזוי אויסנאם בעסער ווי אנדערע זינגערינס אז זי זאל דיזערווען אזא פעים. ס'איז אויך א קאמבינאציע פון שיינקייט, זיין גרייט עס צו ווייזן... און אסאך מזל. די שאלה איז וויפיל שפילן די שאר ירקות א ראלע און וויפיל די עצם פערפארמענס מעגליכקייטן? איז איר גאנצע פעים אן אויפגעבלאזענע באלאן אדער איז טאקע יש דברים בגויטע?

די עזרת נשים וואס פארשטייען צו נגינה זאלן ביטע אריינקומען קלאר.

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:01 am
דורך פינקע בלומען
אירע מוזיק איז זייער relatable
מען פיעלט זייער היימיש מיט די lyrics
פלאס די celebrity syndrome

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 10:34 am
דורך מונטסורי
און פארגעס נישט אז אלע אירע סחורה האט זי פשוט גע׳גנב׳עט אן קיין שום בושה פון אונזער אייגענער @בענדזשאמין פרענקלין, ס׳א פאלשע וועלט!

viewtopic.php?p=246551#p246551

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 11:51 am
דורך ערנסטגערעדט
טמיר האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:53 am לויט ווי איך פארשטיי איז איר זינגען נישט אזוי אויסנאם בעסער ווי אנדערע זינגערינס אז זי זאל דיסערווען אזא פעים. ס'איז אויך א קאמבינאציע פון שיינקייט, זיין גרייט עס צי ווייזן... און אסאך מזל. די שאלה איז ווי פיל שפילן די שאר ירקות א ראלע און וויפיל די עצם פערפארמענס מעגליכקייטן? איז איר גאנצע פעים אן אויפגעבלאזענע באלאן אדער איז טאקע יש דברים בגויטע?

די עזרת נשים וואס פארשטייען צי נגינה זאלן ביטע אריינקומען קלאר
זיכער אז יש דברים בגויטע
און כרעד נישט נאר פון אירע טאלאנטן אלץ זינגער
די וועג וויאזוי זי באגייט זיך סיי מיטן ארויסגעבן אלבומס, סיי מיט אירע געשלעגן מיט אנדערע
זי האט עפעס א וועג צו ווארפן א ספּעל אויף אירע חסידים
נישט ווייניג האבן אויסגעדרוקט אז איר פען בעיס איז נאנט צו א קולט
און דאס דארף מען קענען…

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:28 pm
דורך טמיר
ערנסטגערעדט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 11:51 am

כ'האב דוקא יא געפרעגט בנוגע זינגען טאלאנט.

פארוואס בין איך אזוי נייגעריג? ווייל איך וויל זאגן מיט מיר שמחה והבדילנו מן התועים...

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:55 pm
דורך זה חלקי
עמק הבכא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:44 pm זי איז נישט די ערשטע מוזיקאנט צו ווערן א ביליאנער, דזשעי-זי און ריהאנא זענען ביליאנערן, קען זיין ס'איז דא נאך.
דזשעי-זי - איז נישט קיין ביליאנער פון זינגען אדער פערפארמען - ער האט צוויי אלקאהאל ברענדס Armand de Brignac און D’usse און ער איז אינוועסטעד אין אובער ועוד
און ריהאנא - איז אויך נישט קיין ביליאנער פון זינגען אדער פערפארמען נאר פון די קאמפעני Fenty Beauty און Savage X Fenty

עס הערט זיך אינטערעסאנט עס וואלט זיך געדאכט עס איז דא מער ביליאנערן פון די פעלד - אבער דאס איז די מציאות

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:17 pm
דורך berlbalaguleh
פינקע בלומען האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:01 am אירע מוזיק איז זייער relatable
מען פיעלט זייער היימיש מיט די lyrics
פלאס די celebrity syndrome
איך קען נישט פונקטליך איהר זשאנער. נאר קאנטרי מיוזיק האט אויך זייער א סאך ליריקס וועלכע זענען "רילעיטעבל".

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:16 pm
דורך צקון לחש
זי איז געווען אין די נייעס לעצטנס אז זי האט א געוואלדיגע השפעה אויף יונגע דעמאקראטישע וויילער, און קען מעגליך שפילן א וויכטיגע ראלע אין די רעיס פון 24, אפשר האט דאס (אויך) מיט דעם צו טוהן

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 10:06 pm
דורך berlbalaguleh
צקון לחש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:16 pm זי איז געווען אין די נייעס לעצטנס אז זי האט א געוואלדיגע השפעה אויף יונגע דעמאקראטישע וויילער, און קען מעגליך שפילן א וויכטיגע ראלע אין די רעיס פון 24, אפשר האט דאס (אויך) מיט דעם צו טוהן
היינטיגע משוגע'נע וועלט. וואו א ספארטלער אדער אן אנדער סעלעבריטי וועלכע/ר קען זיין א פוסטער שטרויזאק קען אפילו ווערן פרעזידענט.

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 11:46 pm
דורך ערנסטגערעדט
טמיר האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:28 pm
ערנסטגערעדט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 11:51 am
טמיר האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:53 am לויט ווי איך פארשטיי איז איר זינגען נישט אזוי אויסנאם בעסער ווי אנדערע זינגערינס אז זי זאל דיסערווען אזא פעים. ס'איז אויך א קאמבינאציע פון שיינקייט, זיין גרייט עס צי ווייזן... און אסאך מזל. די שאלה איז ווי פיל שפילן די שאר ירקות א ראלע און וויפיל די עצם פערפארמענס מעגליכקייטן? איז איר גאנצע פעים אן אויפגעבלאזענע באלאן אדער איז טאקע יש דברים בגויטע?

די עזרת נשים וואס פארשטייען צי נגינה זאלן ביטע אריינקומען קלאר
זיכער אז יש דברים בגויטע
און כרעד נישט נאר פון אירע טאלאנטן אלץ זינגער
די וועג וויאזוי זי באגייט זיך סיי מיטן ארויסגעבן אלבומס, סיי מיט אירע געשלעגן מיט אנדערע
זי האט עפעס א וועג צו ווארפן א ספּעל אויף אירע חסידים
נישט ווייניג האבן אויסגעדרוקט אז איר פען בעיס איז נאנט צו א קולט
און דאס דארף מען קענען…
כ'האב דוקא יא געפרעגט בנוגע זינגען טאלאנט.

פארוואס בין איך אזוי נייגעריג? ווייל איך וויל זאגן מיט מיר שמחה והבדילנו מן התועים...
לאל, דאס קענסטו רואיג זינגען
אבער עס איז זיכער אז זינגען אליינס העלפט נישט קיינעם מאכן פרנסה, מדארף טויגן צו מארקעטינג, צו שאומענשיפ, צו כאפן דעם עולם
זי האט א הערליכע שטימע, אבער מהאט דא דערמאנט ריהאנה, זי האט מסתם די לויטערסטע שטימע, אבער איר מארקעטינג און פערפארמענס קומט נישט צו צו רעביצין סוויפט
איך רעד דא אלץ מה שנוגע 7-8 יאר צוריק ווייל דעמאלסט האב איך געטון אין די ענינים, און כגלייב נישט אז עפעס האט זיך שטארק געטוישט פון דאן
סאיז אינטרעסאנט אנצומערקן אז ווען איך בין אמאל אין א מא”ל אין א גויאישע געשעפט, הער איך כסדר שפילן מוזיק פון בערך די 2010 יארן, דאס הייסט אז משפילט נישט די ניגונים פון 2023 ווייל זיי קומען נישט צו צו די פּאַפּ ניגונים פון דאן... וצע"ג

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:27 am
דורך בעל אחריות
איך קען מיך נישט איינהאלטן... איז זי א שווארצע?

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:35 am
דורך טראפעלע
בעל אחריות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:27 am איך קען מיך נישט איינהאלטן... איז זי א שווארצע?
ניין

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:40 am
דורך ערנסטגערעדט
.
פארמעקט א יו-טוב לינק מטוט נישט רעדן אזעלכע מיאוסע נידריגע זאכן חנוכה
די יוונים זענען שולדיג אין אלעס

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 2:46 am
דורך פינקע בלומען
berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:17 pm
פינקע בלומען האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 2:01 am אירע מוזיק איז זייער relatable
מען פיעלט זייער היימיש מיט די lyrics
פלאס די celebrity syndrome
איך קען נישט פונקטליך איהר זשאנער. נאר קאנטרי מיוזיק האט אויך זייער א סאך ליריקס וועלכע זענען "רילעיטעבל".
יעדער האט זיך זיין טעיסט....

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 7:22 am
דורך שאלתיאל
פארוואס איז זי אזוי היסטעריש פאפולער? איך כאפ נישט וואס איז אירע טאלאנט אדער חידוש. איר מוזיק סאונדט זייער עוורידזש אפי' בארינג אביסל

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 12:51 pm
דורך זה חלקי
שאלתיאל האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 7:22 am פארוואס איז זי אזוי היסטעריש פאפולער? איך כאפ נישט וואס איז אירע טאלאנט אדער חידוש. איר מוזיק סאונדט זייער עוורידזש אפי' בארינג אביסל
זי זינגט שיין
אירע קאמפאזיציעס זענען גוט און רילעיטעבל
זי פערפארמעד גוט קאנעקט גוט מיטן ציבור
ועל כולם זי קוקט אויס גוט

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:45 pm
דורך ברוך שפינוזה
בילד

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:35 am
דורך שמן למאור
בעל אחריות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:27 am איך קען מיך נישט איינהאלטן... איז זי א שווארצע?
דא האסטע די מדוברת.
Screenshot_20231218_013425.jpg

Re: Taylor Swift - טיים מעגעזין 2023 פערזאן פון די יאר

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:16 pm
דורך שאלתיאל
זה חלקי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 12:51 pm
שאלתיאל האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 7:22 am פארוואס איז זי אזוי היסטעריש פאפולער? איך כאפ נישט וואס איז אירע טאלאנט אדער חידוש. איר מוזיק סאונדט זייער עוורידזש אפי' בארינג אביסל
זי זינגט שיין
אירע קאמפאזיציעס זענען גוט און רילעיטעבל
זי פערפארמעד גוט קאנעקט גוט מיטן ציבור
ועל כולם זי קוקט אויס גוט
שוין געזען שענערס