בלאט 1 פון 1

וויליאמסבורג ערש"ק

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:05 am
דורך לייביששרייבער
א גוטן ערב שבת חברה. עס איז שוין טאקע מאנטאג נאכט, נאר איך האב אנגעהויבן שרייבן פרייטאג אינדערפרי פאר איך האב זיך ארויסגעלאזט קיין וויליאמסבורג אויף שבת.

די קישקעס הייבן זיך מיר אן דרייען טראכטנדיג אז איך גיי דארפן אדורך שניידן לי עוועניו פרייטאג א שעה פארן זמן, און דאן נאך טרעפן א פארקינג ספאט נאנט צו מיין אכסניא איך זאל נישט דארפן שלעפן 4 גארמענט בעגס מיט צוויי רענצלעך 5 גאסן.

טרעפיק אויף לי עוועניו, אנטשולדיגט די רט. 59 אין מאנסי, איז נישט קיין סאך בעסער. די לעצטע תקופה פארנעמט שוין די מאנסי שאסייען נישט דעם ירבה. עס איז אין הקומץ משביע, עס איז נישטא קיין פלאץ אויף די ראודס פאר דעם סכום פון קארס וואס זענען צוגעקומען אין די לעצטע פאר יאר. איך וואוין אויף א שטילע גאס מיט סינגעל הייזער ווי איעדעס הויז האט אזא פעלדל אין די פארנט, מיט פלאץ פאר צוויי קארס צו פארקן אין די דרייוו-וועי. אבער יעדע אזא הויז האט זיך געמאכט צוויי אפארטמענטס אין די בעיסמענט וואס איז פארדינגען, און נאך צוויי קארס ווערן פארקירט אויף די אקסעל פון די גאס. און אינדערפרי, לאזן זיך די אלע קארס ארויס צום 59 אויפצורעגן די וואס יאגן זיך צום דאווענען אדער צו די ארבעט - ווענדט זיך פון וועם מען רעדט, דער כולל אינגערמאן צום דאווענען און די ארבעטער צו די ארבעט. יא, האסט גוט געגעסט, איך רעד פון נאך 9:00-9:30 אינדערפרי וואס פאר מיר איז שוין באלד אינמיטן טאג.

אזוי פרוביר איך זיך דורך שלענגלען די רט. 59 פאר איבער אן האלבע שעה און איך האב זיך שוין ב"ה גערוקט איין מייל. פארוואס קאמפלעינען אויף לי עוועניו ווען מאנסי קוקט נישט אויס צופיהל בעסער?

אבער דא הייבט זיך אן א פרישע מעשה. צוויי שעה נאכן זיך צוזאם רעגן אויף די מאנסי טרעפיק ראול איך אראפ פון די וויליאמסבורג ברידזש אריין צו ראובלינג סטריט, דא הייבט זיך אן א פרישע מראה וואס איך בין נישט צוגעוואוינט צו זעהן. אינגעלייט מיט קליינע קינדער כאפן זיך אן אין זייער טאטעס רעכטע האנט און לויפן שנעל מיט א הוט אויפן קאפ, און ארויס געלאזטע לאנגע נאסע בערד און פיאות, מיט א רעקל און ווייסע זאקן מיט זייער גאנצע שיך (לאפוקי די האלבע שיינע פענסי שיך וואס ווייסע זאקן טרעגער גייען געווענליך אום שב"ק) און אין די לינקע האנט האלט יעדער איינער א שאפינג בעג פון די לאקאלע גראסערייען, די מער צוגעפיצטע אינגעלייט מיט א בעג פון פאדא און די שלעפערס מיט א שאפינג בעג פון לאנדא'ס גראסערי. (שוין געזעהן די חילוק צוויישען די צוויי בעגס?) מאנכע טראגן אויך א בינטל הושענות (אין די זעלבע האנט ווי זיי האלטן זייערע שאפינג בעגס, עס זעהט אויס אז זיי זענען רעדי פאר אן אטאקירער צו איבערפאלן אין פאל פון נויט) און אזוי טוהט זיך א געלויפעכטץ אהין און אהער, עס זעהט אויס ווי אן א ציהל. אבער אז מ'קוקט זיך גוט איין ווי דאס געלויפעכטץ ציהלט קען מען באמערקן אן אינטערסאנטע עפיזאד.

איך שטיי און קוק נאך אזא לויפער, און פתאום מיט ווילדע מאנעוורעס גיט ער זיך א שלויך אריין ערגעץ-ווי אונטער טרעפ, והילד איננו איך זעה אים שוין נישט, ווי איז דער אונטער דער ערד פארשוואונדען געווארן? איך מוז זעהן וואו דער איז אומגעקומען אינמיטן די גאס. איך שטעל אפ מיין קאר און קוק זיך ארום, און איך באמערק אז אונטער די טרעפ פון א 4 שטאקיגער געביידע איז דא אן אונטער טיר, ווי עס שיינט גייט מען דארט אריין אין די חאמאס טונעלן. איך מוז דאס מברר זיין, וואס טוהט זיך דארט אונטער די סטעפס.

איך מאך די רעכטס אונטער א *יטי באס, דער באס שטייט אונטער א רייע פון פייפעדיגע קארס, די קולות פון די פייפערייען גייען ארויף עד לב השמים. איך מיט די בני בית אידענטיפיצירן אויף לי עוועניו אזוינע לויפער וואס מיר האבן געזעהן אויף ראובלינג סטריט אבער אויף אסאך שנעלערע און גרעסערע פארנעם. פון וואו און פון וועם לויפט דא א יעדער איינער?

און וואו אין די וועלט געפינט מען אזויפיל שאפינג בעגס, איז פלאסטיק נישט אנטקעגן די געזעץ היינטיגע טעג? די פארקירטע אויטאס איינער אונטער די צווייטע פון ביידע זייטן אויף די גאס מאכט אוממעגליך זיך צו אדורכשטופן, מען דארף ווארטן ביז זאכן רוקן זיך פאראויס, אבער עס רוקט זיך קוים אויף צוויי-דריי מייל א שעה.

ביי די קארנער דאכט זיך איז ווינע סמדרש, א ברייטער סייד וואלק מיט א טונקעלער ווארשעווער געטא וואנט. שטייט דארט א טוץ מיט שווארצע גארבעדזש בעגס און דער ערד אנגעפירקלט מיט אויל סימנים. איך עפן די פענסטער צו כאפן א בעסערע בליק צו זעהן וואס ליגן אין די גארבעדזש בעגס, איך האב נאך אזויפיל גארבעדזש בעגס אין איין הויפן אין מיין לעבן נישט געזעהן. ווי נאר איך האב געעפענט דעם פענסטער האב איך דערשפירט אן עיפוש אז נישט נאר די נאז האב איך געדארפט פארמאכן נאר אויך די אויגן האט מיר אנגעהויבן ציפן. נישט מער נישט ווייניגער די מושב בני ישראל איז מקרב די גאולה אין אמעריקא אויך, נישט נאר אין מצרים. אבער משיח וואלט שוין לאנג געדארפט זיין דא אז די מושב איז א ווערט צוויי טעג ווי פאר מער ווי 400 יאר. וואו ווערט פראדוצירט אזוי פיהל גארבעדזש דא אין וויליאמסבורג?

לאמיר נישט באארבעטן א יעדעס גאס עקסטער. נאך לאנגע שעות און פייפערייען האב איך שוין ענדליך אדורכגעמאכט רוב לי עוועניו, איך קען שוין אנהייבן זוכן פארקינג אזא 5-7 גאסן אוועק פון מיין אכסניא פלאשינג-ערגעץ קארנער מארסי-ערגעץ. איך מאך דעם לינקס, אבער איך קען זיך נישט אזוי שנעל איינדרייען ווי איך באמערק אנטקעגן מיר שטייט א גרויסער גאראדזש אין צענטער מיט עטליכע טראקס דערינען, כבר היה לעולמים פונקט אינמיטן די שטאט א גרויסער פעקטארי. נא, נישט געפערליך, אבער די געשטעל פון די גאראדזש איז אויסערגעווענליך. עס זעהט מיר אויס אז די דורכגייער דארט זענען שוין געוואוינט צו דעם ספעקטאקל און זיי באמערקן עס גארנישט..

העכער די גראטעס - זעהט אויס ווי אויף די דאך פון די קאנטעינאר וואס שטייט ממש נעבן די געיט - איז דא א כלי שרת ווי עס שיינט איז דארט א ריזן קאך. אלטע קאמערשאל מיקסער'ס וואס האט שוין בעסערע צייטן געזעהן, מיט ריזיגע טעפ וואס אפאר מענטשען קענען אריין גיין דערינען כאפן א רקידה אין א ברייטער רינג. די גערודער וואס עס קומט ארויס פון דארט זעהט אויס ווי מאטארן פון מיליטערישע טאנקען. (די מאטארן פון פרידזשידערס זאגן זיי איז פשט אין די גערודער). דער בעה"ב מוז זיין משוגע צו האלטן אזא שטאל פונקט אינמיטן שטאט ווען מען קען דארט אויפשטעלן אפאר געביידעס פון אפאר הונדערט שטאק. וואס פארשטיי איך צו ריעל עסטעיט? גארנישט!!! איי געס די חזיר שטאל דארט ברענגט אריין מער איינקופטן (שפעטער ביי די שמחה האב איך אנגעפרעגט ביי איינע פון די איינוואוינער וואס עס געפינט זיך ביי יענעם ווינקל, האט ער מיר געענטפערט אז דאס איז די "טוב טעם" פאבריק. פון דארט איז די מעז יצא מתוק, אלע דיפס וואס עס פאסמאקעוועט זיך א יעדער וואס טונקט די חלה אין זיי, און די חריין וואס איך לייג צו צו די געפילטע פיש פרייטאג צונאכטס, קומט ארויס פון די חזיריי. סיריעסלי? פרעג איך מיט וואונדער, ווי אזוי לאזט דאס די עף.די.עי. צו? עס איז דאך שמוציג און פארשטינקען דארט אויך). שוין, מה נענה אבתריה?

נאך איין גאס ארויף א ריזיגער אפארטמענט בילדינג און דארט ערגעץ ווי דארף איך שוין פארקירן ווייל איך בין שוין אט ביי מיין אכסניא. *** פלאשינג זוך איך אויף און נישט מער נישט ווייניגער, א בנין ווי עס וואוינען צענדליגער משפחות אין איין קליינע אריינגאנג אין פארנט וואס דינט מן הסתם פאר אפאר הונדערט נפשות. די טרעפיק ביי די טיר איז דאך איום ונורא, קינד און קייט קליינע אינגלעך און מיידלעך סאמע בעפאר די שאוער און זענען נאך וואכענדיג און פארשמירט און סאמע מיט זייערע פריש אנגעטוענע שבת'דיגע בגדים. די קליינע מיידלעך מיט די ראובס און זייערע נאסע האר שרייען נאך די אינגערע געשוויסטער, "מושי קום שוין ארויף, מאמי רופט דיך, מען דארף זיך גיין באדן, עס איז שוין באלד שבת" הערט זיך א רוף פון די גרעסערע שוועסטער וואס איז שוין אריבער די זיבעטע געבורטס טאג. און "יענקי טאטי וויל שוין גיין אין מקוה, שנעל לויף ארויף, מאך זיך א מקוה בעג, האט מאמי געהייסן."

אהה, אכן נודע הדבר. די שאפינג בעגס ווערן אגערופן מקוה בעג. וואס לייגט מען אריין אין די מקוה בעג בין איך זייער נייגעריג? עס איז פשוט מער איבערגעפילט ווי בלויז א גאטשע מיט א אונטערהעמד און א פרישער העמד, וואס נאך לייגט מען אריין דערינען?

די עצם בילדינג וואו איך בין איינגעשטאנען ברויך אן עקסטערע אבזערוואציע, אבער הזמן יכלה והם לא יוכלו.

Re: וויליאמסבורג ערש"ק

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:49 pm
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: נעווער מיינד לי עוועניו און פלאשינג.. ווען די אלע הייזער און אפארטמענטס (קרי באנגעלאוס) וועלכע ווערן יעצט געבויעט אין מאנסי וועללן פארטיג ווערן און זיין גרייט אז די צאן קדשים זאללן אריינמופן 'עסטו שוין זעהן וואס אן ערב שבת (און מוצאי שבת) טרעפיק אנשטויסעניש הייסט.

Re: וויליאמסבורג ערש"ק

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 9:45 pm
דורך לייביששרייבער
ווי מיין הקדמה, מאנסי איז שוין נישט אינטערשטעלינג