בלאט 1 פון 2
נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:43 pm
דורך חובב ציון
הבדלה מיט א נייע בראשור וואס לייגט אראפ גאר שווארץ די מצב אין ישיבות מיט די אינטערנעט.
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:57 pm
דורך היימלינד
נישט געליינט אבער זייער מארקעטינג טאקטיקען זענען עפעס מורעדיג
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:23 pm
דורך whatever
איך האב עס געליינט, געקומען טרערן אין מיינע אויגן
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 6:23 pm
דורך טאמבל סאס
איך שטיי פארוואונדערט ביים מגיד שיעור, און איך טראכט צו זיך, דער איז
דאך טאטאל נישט מיט אונז... עפעס גייט פאר און ער קען נישט אנצייגן... נו, אז דו
קענסט נישט, דאן זאג טאקע נישט...
"דו דארפסט עפעס זיך צוריקכאפן, ס'פעלט דיר חיות, זעה זיך צו נעמען אין די
הענט אריין. האט מיין מגיד שיעור אויסגעפירט."
פארן גיין שלאפן האב איך דאס איבער פארציילט פאר מיין חבר, אוי האבן מיר
געלאכט א גוטס.
לול
געלייענט די גאנצע. ס'וואלט געקענט זיין אביסל קערצער. צופיהל דראמא פאר מיין טעיסט.
און די געפלאצטע פלאנעטן מיט די פאלנדע מאנקיס איז דאך סתם אבי א ליגנט.
ס'שמעקט פון טיפיקעל א"י מערמלשטיין
[שרייב נישט וואולגאר. מנהל]
ס'איז אן עקסטריעם עקזעמפל פון עדיקשן.
און דער פעטער מיט די מארלברא איז דאך סתם א לץ. רעד וועגן עדיקשן..
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:57 pm
דורך ים של שלום
זעהט אויב צו לאנג. וואס איז די פוינט? וואס איז די נקודה למחשבה?
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:07 pm
דורך אלפא
יישר כח פארן ארויפלאָדענען דעם קונטרסל אהער - דאס איז איינס.
די נושא פון די בראושור איז באמת א הייסע - נישט פון היינט - און עס איז מייסטערהאפטיג באשריבן, נישט אויסלאזענדיג קיין פרט פון די דורכגאנג וואס א בחור'ל גייט אדורך ווען עס עפנט זיך פאר אים די וועלט פון ווידעאס, מאוויס, און שמוץ להבדיל. (די חלק פון שמוץ אליין שמירן זיי נישט ארויס כמובן..)
מיין פערזענליכע שאלה דא אויף למעשה איז אביסל ווייניגער געצילט ווי זייער אגענדע, נאר ענדערש צו פארשטיין די נושא א טראפ טיפער פון א פסיכאלאגישע פערספעקטיוו, איך בין נייגעריג איבער די רעאקציע און פערזענליכע עקספיריענסעס פונעם עולם.
דאס אז ווידעאס זענען here to stay איז דאך פשוט, און עס איז אויך אמת אז מיר ווערן אויפן ברייטן סקעיל נענטער צו די גויאישע קולטורן בפרט אנבאלאנגט די אינטערטעינמענט ראלם, און קוקן גויאישע מאוויס אדער אפי' זען פרויען איז נישט מיין דאגה דא. וואס איז אבער אויך גאנץ קלאר איז די דעמעדזש וואס סאציאלע מידיע האט און די אפעקט פון די צענערלינג אדוק'שען צום ווירטואלן מציאות, אפי' אין די גויאישע וועלט אליין, זיי האבן נאכנישט געטראפן דעם וועג ארויס דערפון, און אין דעם הינזיכט קען מען זאגן שטייען אונזערע קהילות בעסער. די שאלה איז נאר וואו ליגט די פיין ליין? דאס אז בחורים ווערן דעפרעסד, צודרייט, צומישט, לאנלי, און נישט דאהי, פשוט פון אנדעקן די וועלט וואס איז געווען פאר זיי באהאלטן, און דאס אז אסאך טראגן זיך ארום מיט מאנסטערישע שולד געפילן כאילו זיי זענען די גרעסטע בעל עבירה פאר דעם איינעם זונד פון האבן דאס נאטורליכן נייגער און דאס מענטשליכע דיסייער דעפאר, איז דאך הימל שרייענד פאר זיך. נישט נאר וואס עס איז נישט עמברעיסד אלס נארמאלע זאך (ווי אין יעדע אנדער קולטור) נאר ניטאמאל מעג מען האבן א נארמאלן אפענע שמועס וועגן דעם - מיט חברים מאן דכר שמיה בכלל..
אין אנדערע ווערטער, אונזער אפגעזונדערטקייט - וואס פאלגט נאך מיט אן אבנארמאלן רעאקציע ווען איינער אנדעקט עס יא - שטייט ביי איין עקסטריעם, פון די צווייטע זייט שטייען די אלגעמיינע קולטורן ביי וועלכע מ'גיבט זיך ווידער נישט קיין עצה מיט די צו'ישוב'טן יוגנט וועלכע איז פאר'כישופ'ט אין דעם אינטערטעינינג וועלט. אין די שאלה אינדערמיט בלייבט שווער צו איינער ווייסט אדער האט א ריכטיגן מהלך וויאזוי צו דירעקטירן אזא מציאות? וויפיל איז צופיל, און וויפיל איז צו ווייניג? און וויאזוי לייגט מען דעם גדר?
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:44 am
דורך צוזאמגעדרייט
דער וואס האט דאס געשריבן איז דאך אזא מין לץ!
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:08 am
דורך פארביסענער
ס'שמעקט פון אויסגעוועפטע הדסים ביי הבדלה.
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 6:52 am
דורך בר גיורא
אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:07 pm
יישר כח פארן ארויפלאָדענען דעם קונטרסל אהער - דאס איז איינס.
די נושא פון די בראושור איז באמת א הייסע - נישט פון היינט - און עס איז מייסטערהאפטיג באשריבן, נישט אויסלאזענדיג קיין פרט פון די דורכגאנג וואס א בחור'ל גייט אדורך ווען עס עפנט זיך פאר אים די וועלט פון ווידעאס, מאוויס, און שמוץ להבדיל. (די חלק פון שמוץ אליין שמירן זיי נישט ארויס כמובן..)
מיין פערזענליכע שאלה דא אויף למעשה איז אביסל ווייניגער געצילט ווי זייער אגענדע, נאר ענדערש צו פארשטיין די נושא א טראפ טיפער פון א פסיכאלאגישע פערספעקטיוו, איך בין נייגעריג איבער די רעאקציע און פערזענליכע עקספיריענסעס פונעם עולם.
דאס אז ווידעאס זענען here to stay איז דאך פשוט, און עס איז אויך אמת אז מיר ווערן אויפן ברייטן סקעיל נענטער צו די גויאישע קולטורן בפרט אנבאלאנגט די אינטערטעינמענט ראלם, און קוקן גויאישע מאוויס אדער אפי' זען פרויען איז נישט מיין דאגה דא. וואס איז אבער אויך גאנץ קלאר איז די דעמעדזש וואס סאציאלע מידיע האט און די אפעקט פון די צענערלינג אדוק'שען צום ווירטואלן מציאות, אפי' אין די גויאישע וועלט אליין, זיי האבן נאכנישט געטראפן דעם וועג ארויס דערפון, און אין דעם הינזיכט קען מען זאגן שטייען אונזערע קהילות בעסער.
די שאלה איז נאר וואו ליגט די פיין ליין? דאס אז בחורים ווערן דעפרעסד, צודרייט, צומישט, לאנלי, און נישט דאהי, פשוט פון אנדעקן די וועלט וואס איז געווען פאר זיי באהאלטן, און דאס אז אסאך טראגן זיך ארום מיט מאנסטערישע שולד געפילן כאילו זיי זענען די גרעסטע בעל עבירה פאר דעם איינעם זונד פון האבן דאס נאטורליכן נייגער און דאס מענטשליכע דיסייער דעפאר, איז דאך הימל שרייענד פאר זיך. נישט נאר וואס עס איז נישט עמברעיסד אלס נארמאלע זאך (ווי אין יעדע אנדער קולטור) נאר ניטאמאל מעג מען האבן א נארמאלן אפענע שמועס וועגן דעם - מיט חברים מאן דכר שמיה בכלל..
אין אנדערע ווערטער, אונזער אפגעזונדערטקייט - וואס פאלגט נאך מיט אן אבנארמאלן רעאקציע ווען איינער אנדעקט עס יא - שטייט ביי איין עקסטריעם, פון די צווייטע זייט שטייען די אלגעמיינע קולטורן ביי וועלכע מ'גיבט זיך ווידער נישט קיין עצה מיט די צו'ישוב'טן יוגנט וועלכע איז פאר'כישופ'ט אין דעם אינטערטעינינג וועלט. אין די שאלה אינדערמיט בלייבט שווער צו איינער ווייסט אדער האט א ריכטיגן מהלך וויאזוי צו דירעקטירן אזא מציאות? וויפיל איז צופיל, און וויפיל איז צו ווייניג? און וויאזוי לייגט מען דעם גדר?
זייער ריכטיג ארויסגעברענגט.
אבער א אומאפטיילבארע חלק פון די היינטיגע קולטור איז 'אז מקען נישט דירעקטירען אדער קאנטרעלירען די מצב אויף א מעקרא לעוועל'.
פאר 40 יאר צירוק האט מען געקענט, 'צענזורען', 'אסר'ן', "סארבעט שוין נישט".
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:21 pm
דורך תורה ומדע
פארפאלן, מיר וועלן מוזען דעוועלאפירן אידישע מאוויס מיט אידישע טעמעס. אזוי ווי חזנות און נגינה האט זיך דעוולאפט אין די 1950 און 1960 יארן. באבאווער פלעיס מיט יוסף שפיעלן זענען געווען גוט דעמאלטס. היינט מוז מען האבן מער מאדערנע כשרע ענטערטעינמנט
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:05 pm
דורך ים של שלום
אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 8:07 pm
יישר כח פארן ארויפלאָדענען דעם קונטרסל אהער - דאס איז איינס.
די נושא פון די בראושור איז באמת א הייסע - נישט פון היינט - און עס איז מייסטערהאפטיג באשריבן, נישט אויסלאזענדיג קיין פרט פון די דורכגאנג וואס א בחור'ל גייט אדורך ווען עס עפנט זיך פאר אים די וועלט פון ווידעאס, מאוויס, און שמוץ להבדיל. (די חלק פון שמוץ אליין שמירן זיי נישט ארויס כמובן..)
מיין פערזענליכע שאלה דא אויף למעשה איז אביסל ווייניגער געצילט ווי זייער אגענדע, נאר ענדערש צו פארשטיין די נושא א טראפ טיפער פון א פסיכאלאגישע פערספעקטיוו, איך בין נייגעריג איבער די רעאקציע און פערזענליכע עקספיריענסעס פונעם עולם.
דאס אז ווידעאס זענען here to stay איז דאך פשוט, און עס איז אויך אמת אז מיר ווערן אויפן ברייטן סקעיל נענטער צו די גויאישע קולטורן בפרט אנבאלאנגט די אינטערטעינמענט ראלם, און קוקן גויאישע מאוויס אדער אפי' זען פרויען איז נישט מיין דאגה דא. וואס איז אבער אויך גאנץ קלאר איז די דעמעדזש וואס סאציאלע מידיע האט און די אפעקט פון די צענערלינג אדוק'שען צום ווירטואלן מציאות, אפי' אין די גויאישע וועלט אליין, זיי האבן נאכנישט געטראפן דעם וועג ארויס דערפון, און אין דעם הינזיכט קען מען זאגן שטייען אונזערע קהילות בעסער.
די שאלה איז נאר וואו ליגט די פיין ליין? דאס אז בחורים ווערן דעפרעסד, צודרייט, צומישט, לאנלי, און נישט דאהי, פשוט פון אנדעקן די וועלט וואס איז געווען פאר זיי באהאלטן, און דאס אז אסאך טראגן זיך ארום מיט מאנסטערישע שולד געפילן כאילו זיי זענען די גרעסטע בעל עבירה פאר דעם איינעם זונד פון האבן דאס נאטורליכן נייגער און דאס מענטשליכע דיסייער דעפאר, איז דאך הימל שרייענד פאר זיך. נישט נאר וואס עס איז נישט עמברעיסד אלס נארמאלע זאך (ווי אין יעדע אנדער קולטור) נאר ניטאמאל מעג מען האבן א נארמאלן אפענע שמועס וועגן דעם - מיט חברים מאן דכר שמיה בכלל..
אין אנדערע ווערטער, אונזער אפגעזונדערטקייט - וואס פאלגט נאך מיט אן אבנארמאלן רעאקציע ווען איינער אנדעקט עס יא - שטייט ביי איין עקסטריעם, פון די צווייטע זייט שטייען די אלגעמיינע קולטורן ביי וועלכע מ'גיבט זיך ווידער נישט קיין עצה מיט די צו'ישוב'טן יוגנט וועלכע איז פאר'כישופ'ט אין דעם אינטערטעינינג וועלט. אין די שאלה אינדערמיט בלייבט שווער צו איינער ווייסט אדער האט א ריכטיגן מהלך וויאזוי צו דירעקטירן אזא מציאות? וויפיל איז צופיל, און וויפיל איז צו ווייניג? און וויאזוי לייגט מען דעם גדר?
זייער גוט געזאגט. אויף למעשה, ווי איך האב שוין געזאגט און די אשכול לגבי דרך הלימוד, מען דארף וויסען ווי מען וויל אנקומען פאר מען קען שמוסן פון א מהלך ווי אזוי צו גיין.
לגבי די נושא דא איז דא א טאפעלטע פראבלעם. ווייל אפילו די זאלסט האבן א מהלך ווי אזוי צוצוגיין צו די נושא ביסטו סטאק מיט א חדר, ישיבה, סקול, וכו׳
אונזערע קינדער לעבן נישט אליין אויף אן אינזל. די (דיינע קינדער) קענסט נישט שווימען קעגען די שטרום
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 7:15 am
דורך פארביסענער
יוסל, יעצט פאסירן די גרויסע נסיונות און די וועלכע וועלן זיי ביישטיין וועלן זוכה זיין צו דעם גרויסן אור, ווען עס וועט נתגלה ווערן דער מלכות שמים אויף די וועלט. דו פארשטייסט? אלע גרויסע אורות פון אלע דורות זענען נאר געווען אנצוגרייטן פאר אונז!"
ס'איז א קריסטליכע פאמפלעט.
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 10:04 pm
דורך משה פיינער
עס איז זיכער און יעדער איז מודה אז עז איז א גרויסע פראבלעם ביי די בחורים אין ישיבה וואס עס פארט ארים די מאווי פון איין בחור צים אנדערע. וואס ער רעד דארטן איז צי דעם נערמאלע בחור פארשטיין אז עס קען עם זיין א גרויסע פראבלעם
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:11 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
פארוואס רעדט מען פון ראיות אסורות, פון סכנה, פון הוז"ל נאר נישט פון דעם אמת'ן פראבלעם: עדיקשאן!
לאמיר אנרופן די רעבעצין ביים נאמען:
עדיקשאן
אכטונג רבנים רבי'ס מנהלים משגיחים עסקנים משפיעים ושאר ירקות -
מיר האבן א עדיקשאן פראבלעם.
עדיקשאן פון בחורים צו קליפס און מאוויס.
עדיקשאן פון ערוואקסענע צו סאשל מידיע און מאוויס.
פארשטייט זיך א טייל זענען אויך אדיקטעד צו פ---גרעפי.
מ'דארף זיי ארויסשלעפן, אזוי ווי א א אלכוהאליק פון אלכוהאל.
רעד נישט אצינד פון מצוות און עבירות, דאס איז נישט דער נושא.
(אגב, ס'קומט נישט דא אריין, אבער די גאנצע שובבי"ם היסטעריע האט אויך גענוג מיט עדיקשאן איינגעלייגט, אנשטאט שטרענגע דרשות און וויינענדיגע ש"ש תורות, זיי מודיע דיינע בחורים אז מ'קען ווערן עדיקטעד צו דעם, און אויב מ'איז שוין עדיקטעד איז דא אופנים זיך צו העלפן, און אז עס איז גארנישט ראנג מיט זיך וועלן העלפן, און אז מ'וועט דיר גארנישט טוהן אויב דו וועסט זיך קומען העלפן, און אויך אויב דו ביסט מסופק צו דו ברויכסט הילף קענסטו נוצן הילף...)
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:26 pm
דורך whatever
לויט ווי איך פארשטיי איז דער קונטרס/ביכל/גליון נישט געמאכט צו העלפן פאר איינער וואס איז שוין נעבעך אריינגעפאלען, עס איז פשוט צו מאכן אן awareness פאר די עלטערן און בחורים וואס האלטן נישט דארט, אז געב אכטונג עס איז זייער גרינג אריינצופאלען דארט, אפילו ביי די בעסערע בחורים
און אה"נ, דער וואס איז שוין דארט זאל גיין פאר העלפ
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:40 am
דורך שמן למאור
לויט ווי איך פארשטיי איז די גליון געמאכט אויפצוקלערן די בחורים אויף א כשר'ע וועג.
מען קען דאך נישט סתם ארויסגעבן אויסגאבעס אויפצוקלערן דעם המון עם, עס וועט דאך גלייך גע'אסר'ט ווערן. קומען די פיפיגע ארויסגעבער און באהאלטן זיך אינטער א שלייער פון "אווערנעס" מען וויל פשוט אז דער עולם זאל וויסן "פון וואס זיך צו היטן" און אזוי קען מען שוין אריינריקן אלע גוטע סחורה און אויפקלערן פאר די פארמאכטע בחורים וואס עס טוט זיך אלץ אויפן וועלט.
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:45 am
דורך שמן למאור
חובב ציון האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:43 pm
הבדלה מיט א נייע בראשור וואס לייגט אראפ גאר שווארץ די מצב אין ישיבות מיט די אינטערנעט.
איך האב אביסל געליינט, כ'זע נישט אז ער זאל אראפלייגן די מצב שווארץ, פארקערט, ער לייגט אראפ די מצב זייער ווייס. ב"ה אז בחורים האבן וואס צו טון היינטיגע צייטן אין ישיבות. אמאל איז מען משוגע געווארן פון ליידיגיין, היינט האט מען ב"ה וואס צו קוקן און מיט וואס זיך אינטערצוהאלטן.
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2024 11:23 pm
דורך מילך טראק
די מערכה האט זיך געטוישט פון שמירת עינים צו עדיקשען
אויב אזוי פארוואס הערט מען נישט די פראבלעים ביי נישט חסידים/גוים?
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: מוצ"ש מערץ 16, 2024 11:28 pm
דורך סקעפטיקער
מילך טראק האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 16, 2024 11:23 pm
די מערכה האט זיך געטוישט פון שמירת עינים צו עדיקשען
אויב אזוי פארוואס הערט מען נישט די פראבלעים ביי נישט חסידים/גוים?
זיצן אגאנצן טאג אויף מאוויס איז גראדע אן אלגעמיינע פראבלעם. ווען איינער פילט נישט אן זיין טאג מיט זאכן וואס באפרידיגן אים איז ער א גוטע קאנדדאט דערפאר, אלזא וואס ערווארטסטו פון א ישיבה בחור וואס איז איינגעשפארט פון 6-10?
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 1:27 am
דורך סוף טוב הכל טוב
מילך טראק האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 16, 2024 11:23 pm
די מערכה האט זיך געטוישט פון שמירת עינים צו עדיקשען
אויב אזוי פארוואס הערט מען נישט די פראבלעים ביי נישט חסידים/גוים?
ווייל ביי זיי צאלט מען נישט "כולל געלט"
ווייל ביי זיי מוז מען האבן קרעדיטס אין קאללעזש
ווייל ביי זיי דארפן מען פעססן טעסטס און באקומען א דיפלאמע
ווייל ביי זיי איינער וואס וויל נישט שטודירן, ווען גיין ארבעטן און פארדינען אפאר גרייצער
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 2:07 am
דורך מילך טראק
סא מ'רעדט דא נישט פון א בחור וואס האט געהאלטן ביים לערנען, ווי זיי לייגען עס אראפ, מרעד פון איינער וואס איז געזיצן אין ישיבה ווייל די סיסטעם ערלויבט אים נאך נישט צו גיין ארבעטן, ער איז משוגע געווארען מיט די ליידיגע צייט האט ער געקוקט מאוויס, איך קען אזעלכע בחורים, ווען זיי האבן חתונה זענען זיי נארמאלע אינגעלייט קוקן נישט קיין מאוויס,
אגב האב איך געהערט פון הרב יוסף יצחק ג'ייקובסון אז א עדיקשען איז נישט קיין מחלה, ס'איז א רפואה פאר א מחלה, אפשר נישט די בעסטע רפואה.
איך האב דורך געטוהן עדיקשען, דאס איז אזא אמת ווארט
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 3:10 am
דורך גארטל
איך האב געליינט סגאנצע ביכל. איך וויל פארשטיין פארוואס א בחור וואס וואטשט מאוויס זאל פאלן אין אידישקייט. זענען אינזערע יסודות טאקע אזוי שוואך אז אפאר ווידיאוס נעמען אים אראפ פון וועג? עס זעהט מיך אויס ווי נישט די מאווי איז דעם פראבלעם נאר עפעס אין די חלק החינוך.
Re: נייע אויסגאבע איבער מאוויס אין ווידיאוס ביי ישיבה בחורים
נשלח: זונטאג מערץ 17, 2024 4:09 am
דורך היום
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 1:27 am
מילך טראק האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 16, 2024 11:23 pm
די מערכה האט זיך געטוישט פון שמירת עינים צו עדיקשען
אויב אזוי פארוואס הערט מען נישט די פראבלעים ביי נישט חסידים/גוים?
ווייל ביי זיי צאלט מען נישט "כולל געלט"
ווייל ביי זיי מוז מען האבן קרעדיטס אין קאללעזש
ווייל ביי זיי דארפן מען פעססן טעסטס און באקומען א דיפלאמע
ווייל ביי זיי איינער וואס וויל נישט שטודירן, ווען גיין ארבעטן און פארדינען אפאר גרייצער
נישט ממש אזוי.
אפשר אפילו - ממש נישט אזוי…
די מציאות פון קינדער/ טינעטשערס וואס זיצן יומם ולילה אויף טיקטאק אדער ווידאו געימס איז גאר ברייט פארשפרייט צווישן די אלגעמיינער יונגווארג, אזוי ווייט אז א גרויס חלק פון זיי קען מען געהעריג זאגן אז זיי לעבן שוין נישט אין אונזער וועלט, זיי האבן עכ״פ גאנץ א קליינער שייכות מיט ריאלעטי.