בלאט 1 פון 1
עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 7:49 pm
דורך שאלתיאל
איך בין היבש סענסיטיו צו מענטשליכע קולות פון עסן. ווען כ'זיץ מיט א מענטש, אדער נעבן א מענטש וואס עסט מיט א קול (פארשטייט זיך אויף א הויעכע וואליום) שטערט מיך עס שטארק און ס'מיך פשוט נישט אנגענעם צו רעדן מיט אים אדער אפי' זצן נעבן. אפטמאל קומט דאס באגלייט מיט א ברייט אפענע מויל וואס אנטפלעקט איר אומהיימליכן אינהאלט פארן ברייטן פובליקום.
לעצטנס האב איך באקומען די איינדרוק אז דאס איז מער טרעפבאר און איינגעפירט צווישן די היימישע ציבור ווי ביי די אלגעמיינע גאס. ס'איז א פערזענליכע איינדרוק און ס'איז מסתמא אויך ווייל כ'האב מיך געדרייט מער ביי אונזער ציבור.
האט נאך איינער אזא איינדרוק?
קען א מענטש טוישן אזא אויפירונג?
איז עס א געבוירענע זאך אדער א זאך וואס מען האט זיך נישט אויסגעלערנט אינדערהיים אלץ קינד?
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:08 pm
דורך moody
מיין רבי פלעגט זאגן אז גוים עסען נישט איידל סא איי געס אז עס מאכט מער ביי גוים. אבער ערענסט גערעדט עס קומט מיר כמעט נישט אויס צו עסן מיט קיין אלגעמיינע עסערס
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:23 pm
דורך לייביששרייבער
וואס מיינט אלגעמיינע עסערס?
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
איינער האט אמאל געזאגט אז ביי אידן זעהט מען רעדן. און מ'הערט עסן...לאל.
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:25 pm
דורך שאלתיאל
לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:23 pm
וואס מיינט אלגעמיינע עסערס?
גויים בלע"ז אדער אפי' מער מאדערנע אידן
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:32 pm
דורך לייביששרייבער
אהה, איך האב נישט געוואוסט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גוים און די מער מאדערנע.
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:35 pm
דורך קהל'ס נער
ס׳זעהט אויס ווי ס׳איז א נייע טרענד צי קריטיקירן אלעס וואס מיר חרדים טוען, האלאו ס׳דא גענוג און נאך פראבלעימען אויף וואס צי קריטיקירען מען ברויך נישט זוכן פון אונטער די ערד.


Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:40 pm
דורך לייביששרייבער
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:35 pm
ס׳זעהט אויס ווי ס׳איז א נייע טרענד צי קריטיקירן אלעס וואס מיר חרדים טוען, האלאו ס׳דא גענוג און נאך פראבלעימען אויף וואס צי קריטיקירען מען ברויך נישט זוכן פון אונטער די ערד.

איך זעה נישט אז די זאלסט זיין אזא קהלס נער. איך שטום אריין מיט דיר א יעדעס ווארט דא.
איז דער שרייבער עפעס מער ווי דער היימישער קאקאש, אז דער סעקט אין חסידים און יענער סעקטע עסט הויך?
איך האב נאך נישט באגעגענט קיין היימישער הויעכע אדער פלאטשיקע היט וואס עסט הויעך, אדער איז היידזשעניקעלי שוואכער פון די שיינע באפוצטע פערפיום שמעקענדע אורחים
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:32 pm
אהה, איך האב נישט געוואוסט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גוים און די מער מאדערנע.
לייביששרייבער: א יעדער (בעל חי) עסט. נאר זיין (שאלתיאל'ס) נקודה איז אז היימישע אידן עסן אויף א (הויכן) קול. מער ווי אנדערע. למשל. צומאלן קרעקערס. וועללן היימישע אידן טון מיט גרויס התמדה. און מיט אן אפן מויל...לאל. ווייז מיר א גוי אדער א מאדערנעם איד וואס רוקט אריין א "לעפל" הערינג מיט דעם גאנצן געשמאק וואס א "היימישער" טוט ביי א קידושא רבה. און ער שווענקט עס נאך אפ מיט א גלעזל בראנפן...!.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:15 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
די סענסעטיוועטי איז א קאנדישאן וואס ווערט באריכטעט אלץ עפעס וואס קען היפש באדערן און נערווירען א מענטש און האלט אים צוריק פון סאשעלייזען וכו׳ ויקרא שמו בעולם הרפואה: Misophonia
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:21 pm
דורך berlbalaguleh
בתוך עמי: דו ביסט גערעכט. ביי א קידוש האקט מען אויף ביידע באקן. קיינער קוקט נישט אין יענעמ'ס מויל. וויאזוי און וואס ער עסט. ספעציעל נאך א לאנגן, פארצויגענעם מוסף און שחרית וואו דער בעל תפילה גארגלט זיך. און האט ליעב צו הערן זיין אייגן קול.
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:18 pm
דורך צקון לחש
מענין לענין, ס'דא מענטשן וואס ביים דאווענען אטעמען זיי הויעך, מיט אזא ש' סאונד

איך האלט אז דאס קומט פון
רעליגיעזע OCD צו אניאגן ווערטער מער ווי מ'קען אזש מען פארלירט דאס לעצטע ביסל סעלף עווערנערס, נאך איינער איז מיט מיר?
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 8:51 am
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:45 pm
לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:32 pm
אהה, איך האב נישט געוואוסט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גוים און די מער מאדערנע.
לייביששרייבער: א יעדער (בעל חי) עסט. נאר זיין (שאלתיאל'ס) נקודה איז אז היימישע אידן עסן אויף א (הויכן) קול. מער ווי אנדערע. למשל. צומאלן קרעקערס. וועללן היימישע אידן טון מיט גרויס התמדה. און מיט אן אפן מויל...לאל. ווייז מיר א גוי אדער א מאדערנעם איד וואס רוקט אריין א "לעפל" הערינג מיט דעם גאנצן געשמאק וואס א "היימישער" טוט ביי א קידושא רבה. און ער שווענקט עס נאך אפ מיט א גלעזל בראנפן...!.
איך דענק נישט אז הערינג מיט קרעקערס זאל מאכן עפעס אן העכערע קול ווי סיי וואספארא טאקא מיט פולד ביך דערינען, אן אפענער מויל, לאמיר כאפן א שפאציר אין סיי וואספארא רעסטראן די
אלגעמיינער עסער עסט און ער זיצט דערט מיט חברתו הטהורה און האט א גוד טיים צו עס איז אנדערשט
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:22 am
דורך שאלתיאל
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:35 pm
ס׳זעהט אויס ווי ס׳איז א נייע טרענד צי קריטיקירן אלעס וואס מיר חרדים טוען, האלאו ס׳דא גענוג און נאך פראבלעימען אויף וואס צי קריטיקירען מען ברויך נישט זוכן פון אונטער די ערד.

ס'טאקע קאווע שטיבל ווייב דא אבער נישט יעדער זאך איז דייקא צו קריטיקירן חרדים. גלייב מיר אז כ'האב נישט געזוכט דא צו קריטיקרן סתם, ס'איז סתם א זאך וואס שטערט מיך פערזענליך האב איך עס מיטגעטיילט
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:28 am
דורך שאלתיאל
לייביששרייבער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:32 pm
אהה, איך האב נישט געוואוסט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גוים און די מער מאדערנע.
כ'האב געמיינט 'אלגעמיין' אין קאנטראסט צו אונזערע ציבור. נישט אז אין אלגעמיין עסן נאר די גויים מיט די מאדערנע
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:30 pm
דורך טראפעלע
Re:
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 1:33 pm
דורך שאלתיאל
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:15 pm
די סענסעטיוועטי איז א קאנדישאן וואס ווערט באריכטעט אלץ עפעס וואס קען היפש באדערן און נערווירען א מענטש און האלט אים צוריק פון סאשעלייזען וכו׳ ויקרא שמו בעולם הרפואה: Misophonia
אינטערסאנט. כ'האב נישט געוויסט פון דעם
Re:
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:42 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:15 pm
די סענסעטיוועטי איז א קאנדישאן וואס ווערט באריכטעט אלץ עפעס וואס קען היפש באדערן און נערווירען א מענטש און האלט אים צוריק פון סאשעלייזען וכו׳ ויקרא שמו בעולם הרפואה: Misophonia
יא, כ'קען מענטשן וואס ליידן דערויף גאר נארמאלע מענטשן, קלוגע מענטשן וועלכעס פעהלט זיי גארנישט אין אנדערע חלקים אין לעבן. און ניין, ס'האט גארנישט צוטוהן מיט היימישע אידן אדער גוים, ס'פשוט א גייסטישע קרענק.
און ס'זייער אומאנגענעהם (מילד גערעדט)סיי פאר די וואס ליידן דערויף און סיי פאר די ארומיגע וועלכע עסן. און די וועלכע ליידן אויף מיספאניע מוז נישט דער וואס עסט עסן מיט א ספעציעל הויכע קול פון קייען אדער לעקן הויך, נאר אפילו עסן איידעלרהייט, רואיג און שטיל וועט דאס אויך שטארק שטערן פאר די וואס ליידן דערויף, ממש ביז זיי קענען טאנצן פאר כעס און אפילו אנטלויפן פונעם טיש. ס'זענען פארהאן פעלער ווי מ'קען ממש נישט עסן גארנישט און אפילו נישט סתם רוקן די צינג אין פארענט פון די וועלכע ליידן דערויף, ווער רעדט נאך קייען פאפיטאס אדער עסן מצה אדער אריין בארזשן א פיינעם פאסטראמע סענדוויטש.
ס'איז אבער פארהאן טעראפי דערויף עס גרינגער צו מאכן אדער אפילו אינגאנצן עס אויסצוהיילן עס רופט זיך Tomatis
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 3:06 am
דורך קידוש
איך קען נישט פארליידן ווי מענטשן "טרינקען" די זופ הויך
ווייפפככככ.... ווייפפכככ
ווייס וואס איך מיין... ווען מען שלינגט די טשיקען זופ ביים סעודה און מען ציעט אריין די זופ
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:44 am
דורך שמעקעדיג
פאראן פלעצער אין די וועלט ווי דאס "שלינגען" זופ הויך איז גאר א מעלה...
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 1:28 pm
דורך [NAMELESS]
זיכער נישט מער שכיח ביי היימישע אידן ווי אין אלגעמיין. איך האלט זיך צוריק פון קוקן סרטים אין וועלכן מען הערט מענטשן קייען, שלינגען זופ, און דאס גלייכן. ס׳נעמט מיר ארויס פון גלייכגעוויכט. איך האב עטליכע נאנטע חברים וואס איך גיי קיינמאל נישט ארויס מיט זיי עסן וויבאלד זיי מאכן גערודער, און כ׳האב שוין אמאל שיעור עמיצן ארויסגעטראסקעט פון מיין קאר אינמיטן א הייוועי ווייל ער האט געגעסן און געטרינקען מיט גערודער.
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 16, 2023 8:33 pm
דורך berlbalaguleh
צקון לחש האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:18 pm
מענין לענין, ס'דא מענטשן וואס ביים דאווענען אטעמען זיי הויעך, מיט אזא ש' סאונד

איך האלט אז דאס קומט פון
רעליגיעזע OCD צו אניאגן ווערטער מער ווי מ'קען אזש מען פארלירט דאס לעצטע ביסל סעלף עווערנערס, נאך איינער איז מיט מיר?
צקון לחש: נישט זייער. אפשר אנדערע. איך דאוון בניחותא און כ'האב פארפאקט די יאגערס און כיפערערס.
איך האב אמאל געפרעגט פון אן עלטערן איד וואס האט זיך זייער שטארק געיאגט ביי קבלת שבת און מעריב, פארוואס ער האט געסטאפט ביי עלינו. ער האט געקענט ווייטער דאווענען שחרית, מוסף און מנחה אן געענדיגט מיט שבת...!
Re: עסן מיט א קול- מער שכיח ביי די היימישע ציבור?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 6:21 am
דורך [NAMELESS]
ר' בערל, איר זענט גערעכט. אבער אויב איינער איז איינגעוואוינט צו יאגן דאס דאווענען אין דערוואכן וועגן ארבייט אדער איזה סיבה שתהיה, איז שווער אפצולאזן די געוואוינהייט אפילו ווען עס איז שבת.