בלאט 1 פון 1
אפאריזמען- געדאנקען קורץ און שארף
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:22 pm
דורך אברבנאל
אפאריזמען איז אן אלט-גריכיש ווארט פאר געדאנקען וואס ווערן געשריבן מיט געשפארטע ווערטער.
אחב״י זענען געבענטש מיט א פחז- כמים-דיקן נאטור און איבלען תשעה-קבין געשרייבעכטס, וואס נאך דריי שורות קומען שוין פונקען אין די אויגן.
זייטזשע מוחל חברים און פריינט און זייט אונז מהנה מיט אייער שארף-שפיזיק-בליציק געשליפן- געפיפן פערל ווערטער אן אין סופישע פילאסאפיע, אבער געדענקטס און האטס רחמנות: ״ איין שורה און נישט מער!״
עיקר שחכתי, כדאי לקרב הגאולה, נא לכתוב המקור
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:28 pm
דורך אברבנאל
איוב׳ס גרעסטע יסורים איז אז ס׳פאראן א מאן דאמר וואס דענקט אז ״איוב לא היה ולא נברא״ (אסם בשם)
קהלת פראקלאמירט ״הבל הבלים הכל הבל״!. מיר נייגערט וואס דער מחבר האלט מכוח זיין אייגענם חיבור. (היינט ביי שמונה עשרה)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:28 pm
דורך קורץ און שארף
אלעס פיין, אבער פארוואס שרייבסטו מיין נאמען אינעם קעפל פונעם אשכול???
נאר א וויץ, כמובן
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:31 pm
דורך לעמיל
קורץ און שארף האט געשריבן:אלעס פיין, אבער פארוואס שרייבסטו מיין נאמען אינעם קעפל פונעם אשכול???
נאר א וויץ, כמובן
זאג אים שכויעך פארען דיך עדווערטייזען....
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:44 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
אברבנאל האט געשריבן:קהלת פראקלאמירט ״הבל הבלים הכל הבל״!. מיר נייגערט וואס דער מחבר האלט מכוח זיין אייגענם חיבור. (היינט ביי שמונה עשרה)
דאס אייגענע. ווען די וועלט וואלט נישט עקזיסטירט, וואלט דאך דער הבל-הבלים נישט געהאט אויף וואס חל צו זיין. די הבל-קאנצעפט זעלבסט איז דאך א פראדוקט פון דעם "הכל" וואס אינעם "הבל".
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 4:56 pm
דורך אברבנאל
פשוט קאמפלעצירט: שמך נאה לך ואתה נאה לשמך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:12 pm
דורך בן תמליון
דער מענטש טראכט און נישטא ווער'ס זאל לאכן (יצחק ניבארסקי).
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:18 pm
דורך אברבנאל
תיקון טעות,און ס׳נישטא ווער ס׳זאל לאכן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:21 pm
דורך אברבנאל
ישראל נמשלה לכוכבים: פונדערווייטן זעען זיי אויס נאנט איינס צום אנדערן, און פון דער נאנט זעט מען אז זיי זענען העט העט ווייט. (שמעתי)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:27 pm
דורך בן תמליון
אברבנאל האט געשריבן:תיקון טעות,און ס׳נישטא ווער ס׳זאל לאכן.
פארראכטן. ייש"כ.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 4:50 pm
דורך נאטרוליסט
ווען "משה קיבל תורה ומסרה לאליעזר בנו", וואלט נישט געווען נאך א "מסרה" ל...
(מפי עצמי)
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:55 pm
דורך מאראנצןזאפט
ווען איך קען ווען דעם אברבנאל, וואלט איך אים געגעבן א קניפ אין בעקל, און אויסגערופן מיט פאטאס: וועלקאם טא די קלאב! (אומר הבא מן החדש).
יאפ, כהאב עס געמאכט אין איין שורה.