בלאט 1 פון 1

די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:14 am
דורך עמרם
בס''ד
אויב שוין דא א אשכול ווי מ'איז דן איבער דעם ביטע ציווייזען

איך וויל אנפרעגן ביי די חכמי השטיבל איבער די איסור פון קאפי רייט, אויף סידיס און DVD'ס וואס קומען ארויס

די שאלה איז אויב ע''פ הלכה איינמאל איך קויפן עפעס מעג איך טין דערמיט וואס איך וויל ? און איך מעג עס קאפיען ? (אן אריינגיין אין דינה דמלכותא)

אויב א צווייטער האט עס געקאפיט מעג איך עס נעמען פון אים ?

איך מעג עס שיקן ווייטער ?

(איך פארשטיי אז א מענטש לייגט אריין כוחות אין אזאך איז נישט שיין דעס צי טוהן, די שאלה איז אויב ע''פ דיני תורה האט ער א טענה)

יעצט געווען שטארק נוגע, ווען Day 6 Productions האט ארויסגעגעבן לכבוד חנוכה א נייע פילם סלאוויטא און ס'איז באלד ארום געפארן א לינק פון א דרייוו פון די מאווי, און איך וויל וויסן צי איך מעג עס זעהן דארט, און אויב איך מעג עס שיקן ווייטער

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:43 am
דורך קהל'ס נער
עמרם האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:14 am בס''ד
אויב שוין דא א אשכול ווי מ'איז דן איבער דעם ביטע ציווייזען

איך וויל אנפרעגן ביי די חכמי השטיבל איבער די איסור פון קאפי רייט, אויף סידיס און DVD'ס וואס קומען ארויס

די שאלה איז אויב ע''פ הלכה איינמאל איך קויפן עפעס מעג איך טין דערמיט וואס איך וויל ? און איך מעג עס קאפיען ? (אן אריינגיין אין דינה דמלכותא)

אויב א צווייטער האט עס געקאפיט מעג איך עס נעמען פון אים ?

איך מעג עס שיקן ווייטער ?

(איך פארשטיי אז א מענטש לייגט אריין כוחות אין אזאך איז נישט שיין דעס צי טוהן, די שאלה איז אויב ע''פ דיני תורה האט ער א טענה)

יעצט געווען שטארק נוגע, ווען Day 6 Productions האט ארויסגעגעבן לכבוד חנוכה א נייע פילם סלאוויטא און ס'איז באלד ארום געפארן א לינק פון א דרייוו פון די מאווי, און איך וויל וויסן צי איך מעג עס זעהן דארט, און אויב איך מעג עס שיקן ווייטער
ע״פ הלכה (העמידו דבריהם על דברי תורה סטייל) איז נישטא קיין איסור צי קאפיען, וויבאלד טעכניש נעמסטו גארנישט אוועק פון יענעם. (@מי אני למשל, וואלט דעיס געניצט אלץ א משל ווי רעליגיע קען גורם זיין אז א מענטש זאל באגיין אומרעכטן.
אבער דער אמת איז אז דינא דמלכותא איז פונקט אזא הארבע דרבנן ווי הוצאת זרע, איז ווער ס׳וויינט שובבים אויף זרע לבטלה, בשעת׳ן קאפיען סידיס איז א פשוטע היפעקריט.

און אפילו אן דינא דמלכותא גייט עס זיכער אריין אין
1. שארית ישראל לא יעשו עולה (קידושין) וואס איז נישט קיין איסור, אבער א גראבע עולה, וואס אויף דעים קען מען זאגן איז א העמידו דבריהם על דברי תורה למהדרין, וואס אויף דעים איז די בית מקדש חרוב געווארען.

2. א עני המהפך בחררה דמיקרי רשע.

3. בר מבואה דאוקי ריחיא, (ב״ב) דהיינו איינער עפנט א מיל אין זיין מבוי, לאמיר זאגן אויף זיין בלאק, קען איינער פון א צווייטע מבוי נישט עפענען א רחיים אין זיין מבוי, אלץ א תקנא דרבנן.
און דאס איז די נעינטסטע משל צי די היינטיגע קאפיען סידיס, ווייל טעכניש ווען איך עפן א ריחיים נעם איך גארנישט צי פון מיין קאמפעטישען, נאך אלץ האט מען געמאכט א תקנה אז די קענסט נישט עפענען אין זיין מבוי, וואס דאס איז בעצם די הייטיגע זכויות יוצרים אין סידיס.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 3:31 am
דורך אלפא
רוב דיינים ווי ווייט איך ווייס אסר'ן עס מסברא (זיי פילן אז עס איז נישט ריכטיג), אבער קענען עס נישט מבסס זיין להלכה - וועלכע האט געברענגט דעם בליק אז הלכה'דיג קען מען עס נישט אסר'ן מדיני גניבה וכדו' (אולי מדין עני מהפך בחררה. ואכמ"ל)

די בעסטע תשובה וואס איך האב אבער יא געזען ווי ער קומט אריין קלאר איז פון ד"ר מיכאל אברהם https://mikyab.net/%D7%9B%D7%AA%D7%91%D ... %A0%D7%99/ הגם ער בלייבט אביסל מסופק איבער די פונקטליכע השלכות למעשה - לדוגמא ווען א צווייטער האט עס פאשפרייט צו עס איז נאכאלץ אסור. אבער באופן כללי איז עס א קלארע תשובה.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:20 am
דורך קורקלענד
לויט וואס איך האב פערזענליך אדורך געטוהן און זיך נאכגעפרעגט ביי גרויסע דיינים איז עס פולקאם אויסגעהאלטן. אויך עטיש האלט איך איז עס מער ווייניגער אויסגעהאלטן. לעגאַל איז עס נישט אויסגעהאלטן, די געזעץ אזויווי פילע אנדערע געזעצן איז נישט אויסגעהאלטן פון א עטישע שטאנדפונקט.

שוין געווען אמאל דא דעבאטירט.
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=13352

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:18 am
דורך עמרם
די דינא דמלכותא איז אפי' אויב די באקומסט א לינק מעגסטו עס אויך נישט קוקן ?
אדער נאר אז מ'מעג עס נישט קאפיען ?

און וואס איז מיט פלעין שערין די לינק ?

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:29 am
דורך שמן למאור
אזא איינער וואס וואלט עס נישט געקויפט סתם אזוי, נאר אז ער באקומט עס בחינם גייט ער עס קוקן, ביי אזא איינער איז לכאורה אויך נישטא דעם עטישן פראבלעם.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:33 am
דורך אלע צוזאמען
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:43 am
ע״פ הלכה (העמידו דבריהם על דברי תורה סטייל) איז נישטא קיין איסור צי קאפיען, וויבאלד טעכניש נעמסטו גארנישט אוועק פון יענעם.
הגאון ר’ יחזקאל ראטה זצ’’ל פלעגט טאקע מתיר זיין קאפיען סידיס מיט די טענה.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:46 pm
דורך מיסטעריע
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:33 am
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:43 am
ע״פ הלכה (העמידו דבריהם על דברי תורה סטייל) איז נישטא קיין איסור צי קאפיען, וויבאלד טעכניש נעמסטו גארנישט אוועק פון יענעם.
הגאון ר’ יחזקאל ראטה זצ’’ל פלעגט טאקע מתיר זיין קאפיען סידיס מיט די טענה.

בעסיקלי לויט רבי יחזקאל ראטה זצ"ל, קען איך מאכן קאפיעס פון זיינע ספרים?

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:23 am
דורך אלע צוזאמען
מיסטעריע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:46 pm
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:33 am
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:43 am
ע״פ הלכה (העמידו דבריהם על דברי תורה סטייל) איז נישטא קיין איסור צי קאפיען, וויבאלד טעכניש נעמסטו גארנישט אוועק פון יענעם.
הגאון ר’ יחזקאל ראטה זצ’’ל פלעגט טאקע מתיר זיין קאפיען סידיס מיט די טענה.

בעסיקלי לויט רבי יחזקאל ראטה זצ"ל, קען איך מאכן קאפיעס פון זיינע ספרים?
לכאורה...

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:20 am
דורך מן הסתם
נישט לכאורה, נאר זיכער יא.. פאר א פריוואטע מענטש וואס קאפיעט פאר זיך אינישטא קיין שום איסור "עפ"י הלכה". אעכו"כ אויב ער פלאנט עס סייווי נישט צוקויפן..

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 5:12 pm
דורך היימלינד
איך בין אמאל געזעצען ביי א שבת סעודת ביים גאב"ד רי"ט וייס זצ"ל און איינער האט איהם געפרעגט צו מען מעג קאפיערען פון ספרים, האט ער אויפגעמישט א ספר און פארגעליינט מיט א שמייכעל דאס וואס די מו"ל שרייבט: איסור השגת גבול ידוע וכו', האט יענער נאכאמאל געפרעגט צו איז טאקע דא אן עכטע איסור? האט ער נאכאמאל פארגעליינט און אזוי חוזר חלילה עטליכע מאל.

מיר און די אנדערע דארט האבן פארשטאנען אז ער וויל נישט זאגען קיין עכטע איסור, אבער מתיר זיין עפעס נישט מענטשליך וויל ער אויכעט נישט, דערפאר האט ער נאכאמאל און נאכאמאל פארגעליינט.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 5:20 pm
דורך קורקלענד
די שאלה איזה צו ס'איז טאקע נישט מענטשליך. געווענליך זענען מענטשן מער אויסגעשטעלט צו האבן געהערט אלע א''ג סיבות וואס זאגן אז ס'איז אוממענטשליך. ווייניג וואס א רב זאל זיך האבן אריינגעטוהן אין די מענטשליכע סיבות פארוואס ס'זאל יא זיין אויסגעהאלטן.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 7:47 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
גראדע איז שווער צו טרעפן די נייע די ווי די סלאוויטא אונליין. זיי מאכן א גיטע ארבעט און וואו ס'ווערט ארויף געלייגט גיבן זיי איין א קאמפלעין אויף קאפי רייט און ס'ווער אראפ גענימען.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:02 pm
דורך קורקלענד
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 7:47 pm גראדע איז שווער צו טרעפן די נייע די ווי די סלאוויטא אונליין. זיי מאכן א גיטע ארבעט און וואו ס'ווערט ארויף געלייגט גיבן זיי איין א קאמפלעין אויף קאפי רייט און ס'ווער אראפ גענימען.
ס'גייט זיי זייער רייך מאכן.........

נישט לאנג צוריק געדענק איך לערנען עפעס אין גמ' זה נהנה וזה לא חסר.......

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:09 pm
דורך ברוך שפינוזה
ווען דו פרעגסט מיך וואלט איך אויך געזאגט אז לכאורה איז עס אוממענטשליך, מיין אישו איז מיט די אזויגערופענע רבנים ווייל איך קען דיר ברענגען א גאנצע ליסטע פון אוממענטשליכע איסורים און הנהגות וואס זיי האבן איינגעפירט, מיט דעם פילן זיי זיך זייער באקוועם, נאר ווען ס'לוינט זיך פאר זייער ביזנעס צו אסר'ן זאכן ווערן זיי פלוצלונג באזארגט וועגן "מענטשליכקייט", פשיהא, ער איז מיר מענטשליך געווארן! און מ'זאגט נאך איבער דיזע עובדות מיט א בלעכענעם פנים, ממש נוסח חזיר פיסל.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:38 pm
דורך קהל'ס נער
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:09 pm ווען דו פרעגסט מיך וואלט איך אויך געזאגט אז לכאורה איז עס אוממענטשליך, מיין אישו איז מיט די אזויגערופענע רבנים ווייל איך קען דיר ברענגען א גאנצע ליסטע פון אוממענטשליכע איסורים און הנהגות וואס זיי האבן איינגעפירט, מיט דעם פילן זיי זיך זייער באקוועם, נאר ווען ס'לוינט זיך פאר זייער ביזנעס צו אסר'ן זאכן ווערן זיי פלוצלונג באזארגט וועגן "מענטשליכקייט", פשיהא, ער איז מיר מענטשליך געווארן! און מ'זאגט נאך איבער דיזע עובדות מיט א בלעכענעם פנים, ממש נוסח חזיר פיסל.
גוטע פוינט.
אבער א יעדע גוי וואס אידענטיפיצרט זיך אלץ נערמאל איז מסכים אז ס׳נישט מענטשליך.
די רבנים מאכן טאקע נאר קאליע, זיי מאכן מיר טראכטן אז ס׳גאר מענטשליך…..😂😂😂

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 11:19 am
דורך מרדכי מרדכי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:09 pm ווען דו פרעגסט מיך וואלט איך אויך געזאגט אז לכאורה איז עס אוממענטשליך, מיין אישו איז מיט די אזויגערופענע רבנים ווייל איך קען דיר ברענגען א גאנצע ליסטע פון אוממענטשליכע איסורים און הנהגות וואס זיי האבן איינגעפירט, מיט דעם פילן זיי זיך זייער באקוועם, נאר ווען ס'לוינט זיך פאר זייער ביזנעס צו אסר'ן זאכן ווערן זיי פלוצלונג באזארגט וועגן "מענטשליכקייט", פשיהא, ער איז מיר מענטשליך געווארן! און מ'זאגט נאך איבער דיזע עובדות מיט א בלעכענעם פנים, ממש נוסח חזיר פיסל.
מי שאכל שום, יחזור ויאכל שום?
ער זאל ארויסגעבן נאך אומענשליכע התירים ווייל ער האט שוין אמאל ארויסגעבן א אומענשליכע איסור?

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:39 pm
דורך קורקלענד
מען דארף נישט ארויסגעבן קיין היתרים אויף זאכן וואס זענען נישט אסור.

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:29 pm
דורך Nanach
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:09 pm ווען דו פרעגסט מיך וואלט איך אויך געזאגט אז לכאורה איז עס אוממענטשליך, מיין אישו איז מיט די אזויגערופענע רבנים ווייל איך קען דיר ברענגען א גאנצע ליסטע פון אוממענטשליכע איסורים און הנהגות וואס זיי האבן איינגעפירט, מיט דעם פילן זיי זיך זייער באקוועם, נאר ווען ס'לוינט זיך פאר זייער ביזנעס צו אסר'ן זאכן ווערן זיי פלוצלונג באזארגט וועגן "מענטשליכקייט", פשיהא, ער איז מיר מענטשליך געווארן! און מ'זאגט נאך איבער דיזע עובדות מיט א בלעכענעם פנים, ממש נוסח חזיר פיסל.
גראדע איז הגרי״ט ווייס געווען באקאנט מיט זיין אויסגעריפענע מענטשליכקייט

Re: די איסור פון קאפי רייט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:25 pm
דורך ברוך שפינוזה
Nanach האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:29 pm
גראדע איז הגרי״ט ווייס געווען באקאנט מיט זיין אויסגעריפענע מענטשליכקייט
איך הייב ערנסט אן צו האבן ספיקות אינעם IQ פונעם עולם דא, איינער האט דען גערעדט פון מענטשליכקייט אין פריוואטן לעבן? איך האב גערעדט פון פסק'נען הלכות, ווייז מיך איין איסור וואס הרב ווייס האט מתיר געוועהן מיט א חשבון וועגן מענטשליכקייט, אפילו אין דיין וויסטן חלום נישט, נאר ווען ס'קומט לאסור את המותר דעמאלטס שלעפט מען ארויס דעם מענטשליכקייט קארטע, און ער איז נאך א צדיק אויך! פשיהא. לאמיר זעהן צו דו קענסט אויך נוצן דעם מענטשליכקייט קארטע אויף צו מתיר זיין את האסור, ווילאנג דאס געשעהט נישט איז זייער לאגיש צו טראכטן אז ס'נישט די מענטשליכקייט וואס שטערט איהם מיט'ן קאפירייט נאר ער האט געטראפן א געלעגענהייט ארויסצודאמפן נאך אן איסור כאוות נפשו הטהור.