א נייע פשט אין Insanity

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

א נייע פשט אין Insanity

שליחה דורך קהל'ס נער »

ס׳באקאנט די ווארט פון אלברט איינשטיינ׳ען ״די פשט פון אינסעניטי איז טוען די זעלבע זאך איבער און איבער, און ערווארטן אנדערע תוצאות״.
וויל איך דא מחבר זיין נאך א פשט ״ די פשט פון אינסעניטי איז זעהן איינעם טוען עפעס וואס ברענגט א געוויסע תוצאה, און מען גייט טוען א טאטאל אנדערע השקעה, און דאך ערווארטן יענעמס תוצאה״.

כלפי מה דברים אמורים? די חסידישע משגיחים און ראשי ישיבות וויינען אז דער מצב ביי די בחורים איז געפערליך, נישט מער ווי 10% האלט מיט די סדרי הלימוד, ווס. די ליטווישע ישיבות וואס ס׳איבער 90%.
די חסידישע כוללים, לאמיר נישט מקטרג זיין אבער נאנט צי פופציג פראצענט פון דער עולם פילט נישט אן לכל פחות האלב פון די סדרי הלימוד, ווס. די ליטווישע וואס איבער 90% פילן אן לכה״פ 90% די סדרי הלימוד.

די אינסעניטי איז מען איז משקיע אין א חסידישע בחור לגמרי אנדערע אינגרידיענס ווי אין א ליטווישע בחור וויאזוי ערווארט מען די זעלבע תוצאות?! ס׳איז אזוי ווי ארייננלייגן מעיל אייער און וואסער און א מיקסער און ערווארטן אז ס׳זאל ארויסקומען א קאר!

לאמיר עס אביסל מער צינעמען.
אין א ליטווישע בחור לייגט מען אריין, אז די לערנסט תורה ביסטו א winner, און אז נישט ביסטו א luser.
אז דו לערנסט תורה you made it, לגבי דער אייבערשטער, די אלע אנדערע זאכן איז ווי זיך צי טענה׳ן איבער א פעני ביי א מיליאן דאללער דיעל.
אין א ליטווישע כולל צאלט מען די יונגעלייט 3 מאל אן עוורידזש ווי א חסידישע כולל.
א ליטווישע בחור ווייסט אז דורכן זיין די בעסטע בחור וועט ער זיך קענען וועלען די שענסטע און געשמאקסטע מיידל.

יעצט לאמיר גיין צי די חסידישע בחור, דער חסידישער בחור ווייסט אז צי זיין א winner, מוז ער זיך שאקלן ביים דאווענען, טייט גארטל, מקוה, רביס טיש און אגב אויכט לערנען אביסל.
דער חסידישער בחור וויל זיין גוט כלפי שמיא מוז ער נזהר זיין אין עניני קדושה (וואס איז נגד הטבע, ואכמ״ל), ער מוז אנטלויפן פון גשמיות, אויפשטיין פארטאגס, אפילו אויב לערנט ער אבער ס׳נישט בטהרה איז עס גארנישט ווערט, נאך ערגער ס׳גייט נאך צים ס״מ.
א חסידישער כולל יונגערמאן באקומט א ליצנות פון א געהאלט, וואס מאכט עים זייער קלאר וויאזוי סאסייעטי קוקט עים אן.
א חסידישער בחור ווייסט אז אויב איז ער די בעסטע בחור פון ישיבה גייט מען עים איינזאלצן מיט עפעס א רבישען אייניקל וואס זעיט אויס ווי א אנדרוגינוס, און אין בעסטען פאל מיט א פרוי וואס מען האט פון איר אויסגעריסען די פעמעניניטי.

אמור מעתה, וואזוי ערווארט מען אז מיט אזאלכע טאטאל אנדערע אינגרידיענס זאל ארויסקומען די זעלבע תוצאה, ווי וואס די ליטווישע האבן?!?!

(יעצט גייט מען אנהייבן טענה׳ן אז די חסידים זענען גערעכט וכו׳
איך זאג נישט ווער ס׳גערעכט, thats not the point here, די נקודה דא איז, אז די קענסט נישט ערווארטן די זעלבע outcome, ווען די לייגסט אריין פינקט די פארקערטע השקעה)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: א נייע פשט אין Insanity

שליחה דורך שמן למאור »

אין די ליטווישע וועלט, אז איינער איז משקיע אין לערנען, ער מיינט עס ערנסט, קען ער טעכניש ווערן דעם קומענדיגן גדול. איך זאג טעכניש ווייל דאך האבן די בעלי יחוס אן אויבערהאנד אויב זיי לערנען, אבער ס'איז בכלל נישט קיין מחייב.

ביי די חסידישע אויב נעמסטו זיך לערנען פלייסיג, וועסטו אפשר קענען האבן די זכיה צו ווערן א מו"ץ, און זיצן ביים עק פונעם אויבן אן טיש נעבן דעם רבינס איר-אייניקל אן אנגעפרעסענער עם הארץ נישט ווייניגער פונעם רבי'ן אליינס.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

זייער א שטארקע נקודה!

נאר מיין ביטע צו דיר יעצט איז: ״קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא״. (מסכת סנהדרין, דף פב.)
[זעיסטע? כ׳קאן עפעס לערנען, און כ׳בין געווען אין א ״חסידישע״ ישיבה ;) ]

ערענסט גערעדט; וויאזוי וואלסטו אוועקגעשטעלט דעם חסידישן ישיבה/בחור סיסטעם?
האסט דאך נישט געוואלט אוועקמאכן חסידות בכלליות שטעלעך זיך פאר...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re:

שליחה דורך קהל'ס נער »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:54 pm זייער א שטארקע נקודה!

נאר מיין ביטע צו דיר יעצט איז: ״קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא״. (מסכת סנהדרין, דף פב.)
[זעיסטע? כ׳קאן עפעס לערנען, און כ׳בין געווען אין א ״חסידישע״ ישיבה ;) ]

ערענסט גערעדט; וויאזוי וואלסטו אוועקגעשטעלט דעם חסידישן ישיבה/בחור סיסטעם?
האסט דאך נישט געוואלט אוועקמאכן חסידות בכלליות שטעלעך זיך פאר...
מען דארף מחליט זיין וואס די פריאריטי איז און באזירט אויף דעם מאכן א החלטה, אבער וויינען אז מען קען נישט עסן די קוכן און עס האלטן אין דער זעלבע צייט איז……עהעם…..Insane
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re:

שליחה דורך ים של שלום »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:54 pm זייער א שטארקע נקודה!

נאר מיין ביטע צו דיר יעצט איז: ״קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא״. (מסכת סנהדרין, דף פב.)
[זעיסטע? כ׳קאן עפעס לערנען, און כ׳בין געווען אין א ״חסידישע״ ישיבה ;) ]

ערענסט גערעדט; וויאזוי וואלסטו אוועקגעשטעלט דעם חסידישן ישיבה/בחור סיסטעם?
האסט דאך נישט געוואלט אוועקמאכן חסידות בכלליות שטעלעך זיך פאר...
ווער זאגט אז מען דארף בכלל עפעס טוישן? חסידישע ישיבות געבן ארויס חסידישע יונגעלייט. די היינטיגע חסידישע יונגעלייט זענען א דיירעקט פראדוקט פון די היינטיגע חסידישע ישיבות. אויב דו ביסט נישט צופרידען פון די היינטיגע חסידישע יונגעלייט דאן זאג קלאר וואס די וואלסט געוואלט זאל זיין אנדערש און נאכדעם קען מען שמיסען וואס מען זאל טוישען אין די ישיבות. ווי שוין געשריבען אין אנדערע אשכולות, קיינער זאגט נישט קלאר וואס מען וויל. ווי אזוי ווילסטו אז די ענד פראדוקט זאל אויסקוקען?
פארשפארט