בלאט 1 פון 1

א בליק איבער מורפי׳ס געזעץ

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:03 am
דורך קהל'ס נער
ס׳דא דער באקאנטער געזעץ פון (עדדווערד) מורפי, ״וואס ס׳קען גיין שלעכט גייט גיין שלעכט״.

איז לאמיר אביסל מעיין זיין.
וואס וועט זיין די דין אין אזא פאל, מען טרעפט זיך אין א שנת בצורת ס׳איז א הינגער יאר ס׳קומט נישט אראפ קיין רעגן, לכאורה איז דא פשוטע עצה, מען וועט זיך ארויסלאזן אויף א ווייטע וועג, וועסטו נישט וועלן ס׳זאל רעגענען, נו יעצט אז די ווילסט נישט ס׳זאל רעגענען גייט דאך אוואדע רעגענען, ווייל אז ס׳קען גיין שלעכט גייט עס גיין שלעכט.
אבער דער אמת איז אז אינזער מורפי׳נען ווייסט דאך אז בעצם ווילסטו ס׳זאל רעגענען און נאר וועגען דעים האסטו דיך ארויסגעלאזט אויף א ווייטע וועג, ווייסט ער אז יעצט איז די ערגסטע זאך פאר דיר אז ס׳זאל נישט רעגענען און זיך שלעפן אויפן וועיג ווי א נער, בבחינת פארשטינקענע פיש געגעסען און פון שטאט ארויסגעווארפען.


נאך א שאלה, וואס וועט זיין אין א היכי תמצא וואס מורפיס געזעץ קען גיין שלעכט (דהיינו א יעדע היכי תמצא וואס ס׳איז דא א אפציע אז יענע זאך זאל גיין גוט = מורפיס געזעץ איז געגאנגען שלעכט), וועט עס אויכט גיין שלעכט?
אויב איז די ענטפער אז יא איז דאך מורפיס געזעץ מיפרך מעיקרא( ווייל דא האסטו א היכי תמצא ווי עפעס האט געקענט גיין שלעכט און ס׳נישט).
און אויב די ענטפער איז ניין, איז דאך ווייטער מיפרך, ווייל מורפיס געזעץ האט געקענט גיין שלעכט און ס׳נישט געגאנגען שלעכט.


קען מורפיס געזעץ ווערן אויפגעוויזן? לויט ווי די געזעץ לויטעט קען עס נישט ווערן אויפגעוויזען, ווייל אויב ווייסטו עס אויף איז עס געגאנגען גוט, וואס דאס אליינס פרעיגט אפ די געזעץ ווייל עס וואלט געדארפט גיין שלעכט און נישט קענען ווערן אויפגעוויזן.
יעצט דאס אליין אז מען קען נישט אויפווייזן דער געזעץ גייט גיט פארן געזעץ, וואס לויטן געזעץ וואלט עס יא געדארפט קענען אויפגעוויזען ווערן, כדי ס׳זאל גיין שלעכט פארן געזעץ.
וחוזר חלילה.

Re: א בליק איבער מורפי׳ס געזעץ

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:39 am
דורך ים של שלום
Murphy's Law זאגט נישט אז אלעס גייט נישט גוט און אז אין יעדע מצב וועט געשען די ערגערע זאך. ער האט גערעדט לגבי מענטשען. ער האט געזאגט If there is a wrong way to do something, then someone will do it. דאס וואס די זאגסט "וואס ס׳קען גיין שלעכט גייט גיין שלעכט״ דאס איז Finagle's law of dynamic negatives

Re: א בליק איבער מורפי׳ס געזעץ

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:54 am
דורך פונדאַמענטאַל
קהל'ס נער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:03 am וואס וועט זיין די דין אין אזא פאל, מען טרעפט זיך אין א שנת בצורת ס׳איז א הינגער יאר ס׳קומט נישט אראפ קיין רעגן, לכאורה איז דא פשוטע עצה, מען וועט זיך ארויסלאזן אויף א ווייטע וועג, וועסטו נישט וועלן ס׳זאל רעגענען, נו יעצט אז די ווילסט נישט ס׳זאל רעגענען גייט דאך אוואדע רעגענען, ווייל אז ס׳קען גיין שלעכט גייט עס גיין שלעכט.
אבער דער אמת איז אז אינזער מורפי׳נען ווייסט דאך אז בעצם ווילסטו ס׳זאל רעגענען און נאר וועגען דעים האסטו דיך ארויסגעלאזט אויף א ווייטע וועג, ווייסט ער אז יעצט איז די ערגסטע זאך פאר דיר אז ס׳זאל נישט רעגענען און זיך שלעפן אויפן וועיג ווי א נער, בבחינת פארשטינקענע פיש געגעסען און פון שטאט ארויסגעווארפען.
מורפי קען זיך אן עצה געבן מיט דעם אויך... ער וועט טרעפן א וועג צו אנהאלטן די געזעץ און מאכן רעגענען, און זיכערמאכן דערביי אז עס זאל בלויז שווער מאכן און אז מען זאל נישט קענען הנאה האבן דערפון...

Re: א בליק איבער מורפי׳ס געזעץ

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:34 am
דורך שעפטאל
קהל'ס: הגם וואלסט געמעגט באקומען א שיינעם קאמפלימענט מיט טשענדש דערפאר,
אבער מורפי'ס געזעץ ערלויבט ניטאמאל א לייק..

Re: א בליק איבער מורפי׳ס געזעץ

נשלח: דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:15 pm
דורך דיכטער
רעדענדיג וועגן מורפי'ס געזעץ.

דער געזעץ איז זייער פשוט און עס איז בעצם פשוטע לאגיק.
צום ערשט דארף מען פארשטיין אז נאטור ווייסט נישט פון גוטס און שלעכטס צו זאגן. דער גאנצע געדאנק פון גוטס און שלעכטס איז א סוביעקטיווע ערפינדונג, גוט איז ווען מען וויל אז עפעס זאל זיין, און שלעט איז ווען מען וויל נישט עס זאל געשען.
מורפי'ס געזעץ לויטעט אז געבענדיג גענוג צייט און מאטעריאל, וועט אלעס וואס קען געשען, זיך טאקע אויסשפילן אינעם ווירקליכקייט, אפגעזען פארשטייט זיך, צו מיר גלייכן עס צו נישט.

יעצט, אזוי ווי מיר האבן זייער א שמאלע פאס וואס מיר האלטן פאר גוט און אלעס אינדרויסן דערפון ווערט פאררעכענט אלס שלעכט, איז דאך פשוט אז רוב זאכן וואס געשעען זענען שלעכט אין אונזער אויגן.