בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
אין פרשת ויגש קומען מיר אָן צו די לאנג ערווארטעטע מינוט ווען יוסף הצדיק אנפלעקט זיך צו זיינע ברידער, ער איז זיך מְגַלֶה צו די הייליגע שבטי קָהּ. נאכדעם וואס זיי האבן געפירט לאנגע ויכוחים צווישן זיך און יהודה טרעט נאנט און זאגט זיינע שארפע רייד צו יוסף, דערציילט אונז די תורה הקדושה וְלֹא יָכֹל יוֹסֵף לְהִתְאַפֵּק לְכֹל הַנִצָבִים עָלָיו וגו' יוסף הצדיק קען שוין נישט איינהאלטן זיינע הרגשים, און ער הייסט אז מ'זאל ארויספירן פון דארט אלע פרעמדע מענטשן, וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו אֲנִי יוֹסֵף וגו' וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו, יוסף הצדיק זאגט זיי אז ער איז זייער פארלוירענער ברודער, און די ברידער שטייען דארט אינגאנצן דערשראקן און קענען איהם נישט ענטפערן. יוסף הצדיק רופט זיי נענטער און זאגט, אֲנִי יוֹסֵף אֲחִיכֶם אֲשֶׁר מְכַרְתֶּם אֹתִי מִצְרָיְמָה, וְעַתָּה אַל תֵּעָצְבוּ וְאַל יִחַר בְּעֵינֵיכֶם כִּי מְכַרְתֶּם אֹתִי הֵנָּה כִּי לְמִחְיָה שְׁלָחַנִי אֱלֹקִים לִפְנֵיכֶם, איר זאלט נישט זיין צובראכן פון דעם וואס איר האט געטוהן, דער אייבישטער האט אזוי צוגעפירט אז איך זאל ענק קומען שפייזן, אז דורך מיר זאל ארויסקומען די ישועה און עס זאל זיין וואס צו עסן אין די שווערע הונגער יארן.
חז"ל אין מדרש: אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה
ווען מען לערנט די פרשה איז דאָך גוט באקאנט די ווערטער פונעם מדרש וואס ווערט געברענגט אין כמעט אלע ספרים הקדושים, (בר"ר צ"ג י') "ולא יכלו אחיו לענות אותו, אַבָּא כֹּהֵן בַּרְדְלָא אמר אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה... יוסף קטנן של שבטים היה ולא היו יכולים לעמוד בתוכחתו, הדא היא דכתיב ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו, לכשיבא הקב"ה ויוכיח כל אחד ואחד לפי מה שהוא, שנאמר (תהלים נ') אוכיחך ואערכה לעיניך על אחת כמה וכמה".
דער הייליגער תנא אבא כהן ברדלא נעמט ארויס פון אט די פרשה א געוואלדיגע מוסר השכל, וויי איז פאר אונז ווען ס'וועט קומען דער יום הדין און דער יום התוכחה, ווען השי"ת וועט משפט'ן און מוסר זאגן פארן מענטש אויף זיינע מעשים. מה-דאָך דא ווען יוסף הצדיק וואס איז געווען פון די קלענסטע פון זיינע ברידער האט מוסר געזאגט פאר זיינע ברידער זענען זיי געבליבן אזוי שטיל און פארשעמט, וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו, זיי בלייבן שטיין דערשראקן און קענען נישט עפענען קיין מויל פון גרויס
שרעק און בושה, על אחת כמה וכמה ווען השי"ת וועט אונז מוסר זאגן, וואס פאר א פנים וועלן מיר דעמאלטס האבן און ווי גרויס וועט זיין די בושה ח"ו.
ווען מ'לערנט די רייד פונעם מדרש, ווערט אבער שווערע עטליכע נקודות וואס מען דארף פארשטיין:
קודם כל, מיר ווייסן אז 'תוכחה' איז טייטש מוסר, ווען א מענטש זאגט שטראף רייד אדער שטרענגע דיבורים פון הדרכה און מוסר וויאזוי זיך צו פירן, דאס הייסט תוכחה. דא איז אבער לכאורה נישט געווען קיין שום דברי תוכחה פון יוסף הצדיק'ס זייט. יוסף רופט זיך בלויז אָן צוויי ווערטער, "אֲנִי יוֹסֵף"... איך בין ענקער פארלוירענער ברודער יוסף. ער האט נישט צוגעלייגט קיין שום מוסר און קיין שום תוכחה דערצו. ס'איז אפשר טאקע נישט געווען געשמאק פאר זיי צו הערן, אבער למעשה לייגט ער נישט צו קיין איין ווארט איבער זייער שלעכטע התנהגות. און דאס וואס ער זאגט "אֲשֶׁר מְכַרְתֶּם אֹתִי מִצְרָיְמָה" איז לכאורה נישט מער ווי א סימן אז זיי זאלן וויסן אז ער זאגט דעם אמת און ער ווייסט וואס האט דא פאסירט, ער מיינט זיי בכלל נישט צו שטעכן אדער וויי צו טוהן, און אדרבה, ער לייגט גלייך צו ווערטער פון ליבשאפט און איבערבעטונג "וְעַתָּה אַל תֵּעָצְבוּ וְאַל יִחַר בְּעֵינֵיכֶם כִּי מְכַרְתֶּם אֹתִי הֵנָּה כִּי לְמִחְיָה שְׁלָחַנִי אֱלֹקִים לִפְנֵיכֶם" ער איז זיי מחזק אז אלעס איז געווען באשערט און האט זיך אזוי געפירט פון אויבן, אויב אזוי וואו זענען די דברי תוכחה פון וואס די מדרש רעדט.
אויך דארף מען פארשטיין דעם לשון הפסוק "כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו" וואס איז משמע אז זיי זענען דערשראקן געווארן בלויז פון זעהן זיין פנים, און לכאורה איז נישט געווען דא קיין שום ספעציעלע סיבה מורא צו האבן פון יוסף'ס פנים, פארקערט, ווי עס שיינט פון פסוק האט ער זיי געוויזן א ליבליכע און פריינטליכע פנים, אויב אזוי וואס איז דער 'מִפָּנָיו' פון וואס זיי זענען אזוי דערשראקן.
און צום לעצט קען מען מדייק זיין אינעם לשון המדרש "אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה" וואס איז משמע אז ס'זענען פארהאן צוויי באזונדערע זאכן, ווען השי"ת וועט משפט'ן דעם מענטש וועט זיין א 'יום הדין' און אויך א 'יום תוכחה', וואס זענען די צוויי זאכן און וואס איז דער חילוק צווישן זיי?.
דער מענטש קען לעבן אין א טעות
איז איידער מיר קומען צוריק צו ערקלערן די ווערטער פונעם מדרש, לאמיר זיך צום ערשט מתבונן זיין אין א גאר טיפע און וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע פאר יעדע מענטש אין יעדן דור.
מיר געפונען א מושג אין חז"ל (זעה בר"ר ח' ח' און נאך מקומות) "והרוצה לטעות יטעה". דער רבונו של עולם האט דוקא באשאפן די וועלט איף אזא אופן וואו יעדער איינער האט א בחירה, יעדער מענטש קען מאכן זיינע אייגענע החלטות און באשלוסן, און עס איז בכלל נישט דא קיין אויסגעטרויטענע מהלך וואס איז 'שווארץ אויף ווייס' אָפן פאר די אויגן פונעם מענטש אז ער זאל זיין קלאר איבערצייגט דערין. און די החלטה בלייבט איבער ביי יעדעם איינעם אין די הענט אויסצוּוועלן אויף וועלכע מהלך ער וויל גיין, "והרוצה לטעות יטעה" ווער עס וויל לעבן אין א טעות קען טאקע האבן א טעות ח"ו.
און דאס איז נוגע פון די גרעסטע ביז די קלענסטע זאכן. ווען מענטשן מאכן טאג טעגליכע החלטות אין לעבן, ווען א מענטש נעמט אָן אין זיין קאפ א געוויסע מיינונג, אדער ער שטעלט אוועק ביי זיך א געוויסע בליק אויף סיי וועלכע ענין, דארף ער געדענקן אז ס'איז אודאי דא א שטארקע שאנס אז ער איז זיך טוֹעֶה. און ווער עס ארבעט נישט שווער צו דערגרונטעווען דעם אמת און זיך איבערפרעגן עטליכע מאל און זיך מברר זיין אויב ס'איז טאקע ריכטיג דאס וואס ער האט אפגעמאכט מיט א זיכערקייט, זאל ער וויסן אז ס'קען גאר זיין אז ער איז אינעם גדר פון "והרוצה לטעות יטעה".
די אויערן קענען הערן זאכן וואס זענען נישט געזאגט געווארן!
לאמיר דערמאנען אן ענין וואס ווערט געברענגט אין גמרא מסכת גיטין (דף מ"ה.) די גמרא דערציילט דארט אז דער אמורא רב עיליש איז אמאל געפאנגען געווארן און האט זיך געפונען אין געפענגעניש אין די הענט פון גויים. איין טאג איז געקומען א עוֹרֵב (א רויב פויגל, וואס איז נישט קיין טהור'ע פייגל) און עס האט גערופן אויפן קול און געזאגט עפעס. צוזאמען מיט רב עיליש איז דארט געזעצן א גוי וואס האט פארשטאנען די שפראך פון פייגלעך, און רב עיליש פרעגט איהם וואס זאגט דער פויגל? ענטפערט דער גוי, "דער פייגל זאגט, עיליש ברח עיליש ברח", אנטלויף עיליש אנטלויף. מיינענדיג צו זאגן דערמיט אז די פייגל איז איהם מבשר אז יעצט איז א שעת הכושר צו אנטלויפן, און אויב ער וועט פראבירן וועט ער מצליח זיין.
רב עיליש האט אבער נישט געוואלט אננעמען די רוף פונעם עורב, זאגענדיג אז א עורב איז א שקרן און ער וויל זיך נישט פארלאזן אויף זיינע רייד.
קורצליך דערנאך איז אנגעקומען א טויב און האט זיך אויך גענומען רופן און רעדן אויפן קול, פרעגט רב עיליש נאכאמאל פונעם גוי וואס זאגט די טויב? ענטפערט דער גוי, "זי זאגט, עיליש ברח עיליש ברח", אנטלויף עיליש אנטלויף. דא האט שוין רב עיליש באשלאסן אויסצוהערן די רוף פונעם פייגל וויבאלד כלל ישראל איז דאָך צוגעגליכן צו א יונה, און מן הסתם איז דאס א אמת'ע שליחות פון הימל, און ער האט טאקע אזוי געטוהן, ער איז אנטלאפן פון דארט און ס'האט פאסירט א נס אז א שיף האט איהם אריבערגעפירט דעם טייך און זיינע פאַנגער האבן איהם נישט געטראפן.
אין ספר ה'עָרוּךְ' (פון איינס פון די ראשונים) שטייט אז רב עיליש זעלבסט האט געקענט די 'שיחת חיות ועופות' און ער האט פארשטאנען די שפראך וואס פייגלעך רעדן. פרעגן אויף דעם די מפרשים, אז אויב אזוי פארוואס האט ער געדארפט פרעגן זיין גוי'אישע שכן וואס די פייגלעך זאגן, אדרבה, פון די גמרא איז דאָך משמע פארקערט אז ער האט נישט געוואוסט און ער האט געדארפט צוקומען צום גוי אז ער זאל איהם ערלקערן.
הגאון רבי חיים שמולעוויטץ זצ"ל ראש ישיבת מיר ענטפערט אויף דעם א דבר נפלא: רב עיליש האט טאקע אליינס אויך געקענט שיחת חיות ועופות, אבער ער האט מורא געהאט אז זיינע אויערן הערן דאס וואס זיי ווילן הערן און נישט וואס די פייגל זאגט באמת!. ווייל די טבע פון א מענטש איז אז ער לאזט זיך נאַרן און ער טייטשט אויס זאכן אויף די וועג וואס ער וויל אז ס'זאל זיין, און ער פארשטייט זאכן אויף די אופן וואס ער וויל עס פארשטיין צוליב דעם וואס זיינע נגיעות און חשבונות רעדן איהם איין אז ממש דאס איז די מציאות; אבער למעשה קען די עכטע אמת זיין פונקט דאס פארקערטע פון דעם. און דערפאר האט רב עיליש נישט געטרויעט זיך אליינס, ווייל ס'קען זיין אז זיצענדיג אין געפענגעניש און טראכטנדיג כסדר וויאזוי צו אנטלויפן פון דארט, דאס מאכט איהם זיך איינרעדן אז ער האט דאס געהערט מיט זיינע אויערן אפילו ס'איז בכלל נישט אמת. און דעריבער האט רב עיליש געפרעגט פון זיין גוי'אישע שכן וואס ער האט געהערט, וועלנדיג זעהן אויב יענער הערט אויך די זעלבע ווי ער, און נאר דעמאלטס וועט ער וויסן אז ס'איז אמת.
ווען מ'טוט אָן שווארצע ברילן זעהט מען אלעס שווארץ
ווי הייליג און טייער דארפן אונז די ווערטער דינען אלס א יסוד און א מוסר השכל אין לעבן. וויפיל מאל בויען מיר גאנצע בנינים און טורעמעס אין אונזער קאפ און מוח בלויז געבויעט אויף אונזערע השערות און נגיעות, און מיר טייטשן אלעס אויס לויט ווי מיר ווילן אז ס'זאל זיין, און דערנאך ווערט עס שוין א פאַקט!.
איבערהויפט ווען עס קומט צו עניני בין אדם לחבירו מאכט זיך דאס כסדר. אין די מינוט וואס א מענטש האט אוועקגעשטעלט א יסוד אז זיין חבר האט איהם בא'עולה'ט אדער שלעכטס געטוהן, פון דארט און ווייטער וועט ער אלעס זעהן שלעכט, נישט קיין חילוק וואס יענער זאל נאר טוהן, וועט עס ווערן אויסגעטייטשט 'לשיטתיה' אז ער מיינט נאר שלעכטס.
וויפיל מחלוקת און קריגעריי, וויפיל סכסוכים און שלום בית פראבלעמען וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען א מענטש וואלט גענומען די מיה און זיך אנגעשטרענגט מברר צו זיין וויפיל איז טאקע אמת, און וויפיל איז נאר מיין השערה - מיין דאַכטעניש און מחשבה. אבער דער מענטש האלט זיך נישט ביים פּלאָגן צו אנערקענען דעם אמת'ן אמת, עס איז אסאך גרינגער אריינצופאלן אינעם אָרט פון "הרוצה לטעות יטעה", און לאזן די טעות זיך אויפבלאזן אלס מער און מער, ביז עס ווערט פארוואנדלט אין א ריזיגע בארג מיט טענות קעגן יענעם, ווען רוב פון די טענות האבן נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות, זיי זענען געבויעט אויף הוילע דמיונות און לופט.
אויב ראובן האט אפגעמאכט ביי זיך א הנחה אז שמעון איז שלעכט און וויל איהם אפטוהן, איז נישט קיין חילוק וואס שמעון זאל נאר זאגן מיט'ן מויל, ראובן'ס אויערן וועלן אבער אטעמאטיש דאס הערן און אויסטייטשן אלס שלעכטע רייד, די כוח הנגיעה והדמיון פונעם מענטש איז אזוי גרויס אז ער כאפט אפילו נישט ווי ווייט ער הערט און ער זעהט זאכן וואס עקזיסטירן נישט! און ס'וועט נישט העלפן פאר שמעון קיין שום טענות ומענות זיך צו פארענטפערן. ממש ווי וואס מיר לערנען פון רב עיליש וואס האט מורא געהאט אז ער הערט "אנטלויף עיליש" בשעת די פייגל האט עס מעגליך בכלל נישט געזאגט.
און נישט נאר דאס, נאר אפילו ווען שמעון וועט טוהן 'גוטע זאכן' וואס זענען באמת גאר א טובה פאר ראובן, וועט אבער ראובן דאס אננעמען אלס שלעכטס און צולייגן צו זיין לאנגע רשימה פון עוולות וואס שמעון באגייט קעגן איהם. ווייל איינמאל מ'גייט אריין אינעם הלוך ילך פון "הרוצה לטעות" איז מען נישט אנדערש ווי איינער וואס האט זיך אנגעטוהן א שווארצע פּאָר זוהן-ברילן און דעריבער זעהט ער אלעס שווארץ, אפילו ווען די זוהן שיינט שיין וועט עס טראגן אין זיינע אויגן א טונקעלע שאָטן, ווייל די חסרון איז אין זיין אייגענעם בליק און וועג פון קוקן. און ווי געשמועסט איז די זעלבע זאך בין איש לאשתו, בין אב לבנו, און צווישן יעדע צוויי מענטשן וואס האבן נאר אמאל געהאט די מינדנסטע געפעכט.
און עס איז נישט לייכט זיך ארויסצוזעהן דערפון ווי מיר וועלן זעהן ווייטער בס"ד. עס איז א גרויסע עבודה צו ווערן אפגעהיטן פון לעבן אין אזא סארט טעות, און מ'דארף זייער שטארק ארבעטן צו קענען אוועקשטעלן די פאַקטן קלאר, און אויסלעשן די פייער פון שנאה און דמיונות וואס ברענען אינעווייניג צוליב אייגענע נגיעות און חשבונות.
די שבטים האבן געמיינט לשם שמים און דן געווען יוסף למיתה
אצינד לאמיר צוריק קומען צו די רייד פונעם מדרש אין אונזער פרשה. און מיר מוזן מקדים זיין כדרכנו אז פארשטייט זיך מיר האבן נישט קיין השגה אין די גרויסקייט און הייליגקייט פון די שבטי קָהּ, און מיר טארן חלילה נישט מגשם זיין און זיך איינרעדן אז מיר פארשטייען זייערע מעשים. מיר לערנען נאר אפ וואס ווערט געברענגט אין ספרים, און מיר פראבירן ארויסצונעמען א מוסר השכל פאר אונז אויף אונזער קליינע מדריגה.
מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל אין זיין ספר שיח יצחק ערקלערט דעם מדרש ווי פאלגענד: מיר ווייסן אז די שבטים האבן געהאלטן באמת אז עס
קומט זיך מיתה פאר יוסף הצדיק אויף זיינע מעשים, זיי האבן געהאלטן אז ער האט א דין רודף וואס וויל געוועלטיגן אויף זיי און זיי אונטערדרוקן, און דערפאר האבן זיי איהם אריינגעווארפן אינעם גרוב ווייל זיי האבן איהם דַן געווען למיתה, פונקט ווי די סנהדרין וואס האט גע'פַּסק'ענט אויף א מענטש אז ער איז מחוייב מיתה על פי תורה. און ווי עס ווערט געברענגט אויפן פסוק אין פרשת וישב "וַיַּשְׁלִכוּ אֹתוֹ הַבֹּרָה... וַיֵּשְׁבוּ לֶאֱכָל לֶחֶם" די שבטים האבן זיך געזעצט עסן נאכן אריינווארפן יוסף אינעם גרוב, ווייל ביז דאן האבן זיי נישט געגעסן, ווי דער דין איז אז די דיינים האבן נישט געמעגט עסן אינעם טאג וואס מ'האט איינעם דַן געווען למיתה. זיי האבן געפירט א דין תורה מיט'ן גאנצן ערנסטקייט און דערהויבנקייט, און ווי חז"ל זאגן אונז אז זיי האבן מצרף געווען דעם אייבישטער אז ער זאל משלים זיין כביכול און זיין דער צענטער אין זייער החלטה.
הכלל, זיי האבן באמת געהאלטן אז זיי האבן געטוהן ריכטיג, און זיי האבן קלאר געגלייבט אז זייער שנאה צו יוסף איז א תורה'דיגע שנאה און א אויסגעהאלטענע שנאה וואס מ'דארף פיינט האבן א רשע ח"ו. און דערפאר באמערקן מיר טאקע אז זיי האבן נישט געהאט קיין שום חרטה געפילן דורכאויס די אלע יארן, עס איז זיי ניטאמאל איינגעפאלן אז זיי האבן געטוהן א שלעכטע זאך. און אפילו אין פרשת מקץ וואו מיר געפונען אז זיי האבן גערעדט צווישן זיך (שטייענדיג פאר יוסף) און גענומען די שולד אויף זייערע מעשים, שטייט אויך נאר אז זיי האבן געזאגט "אֲבָל אֲשֵׁמִים אֲנַחְנוּ עַל אָחִינוּ אֲשֶׁר רָאִינוּ צָרַת נַפְשׁוֹ בְּהִתְחַנֲנוֹ אֵלֵינוּ וְלֹא שָׁמָעְנוּ" זיי האבן אנערקענט אז זיי זענען שולדיג מיט דעם וואס זיי האבן נישט אויסגעהערט יוסף הצדיק'ס געוויין און זיי האבן נישט רחמנות געהאט אויף איהם בשעת ער האט זיך געבעטן פאר זיי אויף זיין לעבן. דאס הייסט, אז אפילו דעמאלטס האבן זיי נישט חרטה געהאט אויף די עצם מעשה וואס זיי האבן געטוהן, נאר זיי האבן זיך בארעכנט אז מ'וואלט געדארפט רחמנות האבן אויף איהם און אויסהערן זיין געוויין.
ווען מ'ווערט אויפגעוויזן אז מ'האט געלעבט אין א טעות
אבער דא ווען יוסף הצדיק באווייזט זיך צו זיי, און ער זאגט זיי די ווערטער "אֲנִי יוֹסֵף", דא האבן זיי פלוצלינג איינגעזעהן אז זיי האבן ווארשיינליך געלעבט אין א טעות!. זיי האבן געזעהן ווי פון הימל האט מען אפגעהיטן יוסף און מ'האט איהם גרויס געמאכט, זיינע חלומות זענען גענצליך מקויים געווארן און זיי האבן זיך טאקע געהאט געבוקט צו איהם גענוי ווי ער האט זיי געזאגט פון פאָראויס. יעצט האבן זיין אנערקענט אז זיי האבן זיך טועה געווען, און זיי האבן פארשטאנען אויף צוריק צו וועגס אז זייער גאנצע פסק דין איז געווען געבויעט אויף די שנאה וואס זיי האבן געהאט צו איהם, און אין אמת'ן אריין וואלטן זיי זיך געדארפט אינגאנצן צוריק האלטן פון משפט'ן יוסף אזויווי דער דין איז אז א שונא טאר נישט זיין קיין דַיין.
און אט דאס אליינס איז געווען די גרעסטע 'תוכחה' פאר די הייליגע שבטים. די שורש פון די ווארט תוכחה איז 'אויפווייזן' פאר יענעם, ווען מ'איז איהם מוכיח און מ'צייגט איהם איבער אז זיינע מעשים זענען נישט אויסגעהאלטן, און ווי די מדרש ברענגט דער פסוק אין תהלים, 'אוֹכִיחֲךָ' וְאֶעֶרְכָה לְעֵינֶיךָ, וואס דאס מיינט ווען מ'ווייזט אויף אין פנים אריין. און דא זענען די שבטים פלוצלינג אויפגעוויזן געווארן שווארץ אויף ווייס אז זיי האבן געלעבט אין א שרעקליכע טעות ביז היינט, און אז די גאנצע בנין וואס זיי האבן געהאט אויפגעבויעט אין הארצן קעגן יוסף הצדיק איז אלס געווען א תוצאה פון שנאה און קנאה און האט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן אמת. און עס איז נישט פארהאן א גרעסערע תוכחה פון דעם ווען דער מענטש ווערט איבערצייגט און ער אנערקענט אז ער האט געלעבט אין א טעות. און דעריבער וְלֹא יָכְלוּ אֶחָיו לַעֲנוֹת אֹתוֹ כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו, זיי זענען געבליבן פארשעמט און דערשראקן אויף דעם טעות וואס זיי האבן געהאט ביז אהער.
און דאס איז טאקע פארוואס זיי האבן זיך דערשראקן בלויז פון קוקן אויף זיין פנים, כִּי נִבְהֲלוּ מִפָּנָיו, ווייל יעצט איינמאל די טעות איז שוין געווארן אויסגעקלארט האבן זיי אליינס נישט געקענט פארשטיין "געוואלד! וויאזוי האבן מיר געקענט מאכן אזא טעות?", אט די הייליגע און לעכטיגע צורה, די פנים פון יוסף הצדיק, א פנים וואס איז פיל מיט קדושה און העכערקייט, א פנים פון ברודערליכקייט און ליבשאפט, א פנים וואס שרייט ארויס אֶת אַחַי אָנֹכִי מְבַקֵּשׁ, וויאזוי האבן מיר דאס געקענט אזוי שלעכט און פאלש אפטייטשן און זעהן אין דעם א פנים פון שלעכטס און א רודף.
וואס דא זעהן מיר נאכאמאל ווי ווייט די טעות און די נגיעה פונעם מענטש קען דערגרייכן. עס האט זיך דאָך גארנישט געטוישט די גאנצע צייט, די פנים פון יוסף הצדיק איז געבליבן די זעלבע פון אנהייב ביז'ן סוף, אבער ווילאנג די ברידער האבן נישט מַכִּיר געווען אין זייער טעות האבן זיי נאר געזען שלעכטס, זיי האבן נישט געקענט זעהן די אור און די לעכטיגקייט וואס שיינט פון זיין פנים. אבער אין די מינוט וואס 'זיי' האבן זיך געטוישט, זיי האבן געביטן זייער מיינונג און ארויסגעקומען פון זייער אייגענע נגיעה, פלוצלינג האבן זיי אנגעהויבן צו זעהן ממש א פנים חדשות, וואס דאס האט זיי אזוי שטארק דערשראקן און פארשעמט.
ווען דער מענטש וועט אנערקענען אז האט געהאלטן פון זיך נישט ריכטיג
און דער ראש ישיבה זצ"ל איז ממשיך און ערקלערט מיט דעם, אז טאקע דאס איז דער ענין פון "אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה", און ווי מיר האבן דערמאנט איז משמע אז עס שטייט דא צוויי באזונדערע ענינים.
ווייל על פי רוב האבן מענטשן א נאטור פון האלטן פון זיך גאנץ שיין. ווען דער מענטש מאכט זיך א שטיקל חשבון הנפש וואו ער האלט אויף די וועלט, וועט ער בדרך כלל אנקומען צו די מסקנא אז ער איז בחסד, נישט געפערליך, אפילו אויב ער זינדיגט אביסל דא דארט, נו ער איז דאָך נאר א מענטש און ס'מאכט זיך אמאל, און ער איז טאקע נישט בשלימות, אבער דאָך גאנץ כמעשה... ווייל די נגיעה פונעם מענטש מאכט איהם זיך באטראכטן אז ער שטייט גוט, און גיבט איהם די נויטיגע תירוצים אויף זיינע חסרונות, און אזוי לעבט ער אפ זיין לעבן בשעת ער סטעמפלט זיך אפ אלס א שיינער איד.
אבער לעתיד לבוא ווען א איד וועט זיך דארפן שטעלן פארן מלך מלכי המלכים הקב"ה און מ'וועט איהם משפט'ן אויף זיינע מעשים, איז אויסער דעם 'יום הדין' פון דאס עצם אפגעבן דין וחשבון אויף אלעס וואס מען האט געטוהן, וועט דאס נאך אויך זיין באגלייט מיט א 'תוכחה' ווען דער מענטש וועט אויפגעוויזן ווערן און אנערקענען אז ער האט געלעבט אין א טעות, און ער האט געהאלטן פון זיך זאכן וואס זענען אינגאנצן נישט אין איינקלאנג מיט די אמת'ע מציאות, און אוֹי לאותה בושה, וויי איז צו די בזיונות ווען א מענטש אנערקענט פלוצלינג אז דורכאויס זיין גאנץ לעבן האט ער זיך גענאַרט און געלאזט זיין דמיון איהם פארפירן פאלשערהייט.
נישט טראכטן אויף זיך אז מ'איז שלעכט!
היוצא לנו, וואס מיר לערנען פון די אלע רייד ביז אהער, ווי ווייט א מענטש קען פארקריכן מיט זיינע נגיעות און דמיונות, און וויפיל כוחות מען דארף אריינלייגן און אנווענדן אלע מיטלען צו פראבירן זיך אפצושאקלען דערפון און טראכטן ביי זיך, אפשר מאך איך א טעות? אפשר שטאמען מיינע חשבונות פון שנאה און קנאה? אפשר איז די מציאות גאנץ אנדערש? אפשר האט יענער אויך א צַד וואס 'איך' דארף נאר וועלן דערהערן און פארשטיין? אפשר בין איך גאר דער פראבלעם און נישט יענער? און אזוי ווייטער.
אבער לאמיר מסיים זיין מיט א ווארט פון חיזוק און התחזקות: מיר ווייסן דאָך אז "מדה טובה מרובה", און אויב מענטשן זענען זיך טוֹעֶה און רעדן זיך איין אויף שלעכטס, איז דאָך אודאי אויך מעגליך צו לעבן אין א טעות אויף די פארקערטע זייט... וויפיל מאל מאכט זיך אז א מענטש סטעמפלט זיך אפ אז ער איז גארנישט ווערד, ער איז א דורכפאל, א לא יוצלח, ער באשולדיגט זיך אין זאכן וואס ער האט אפשר אמאל געטוהן נישט ווי עס דארף צו זיין, און דאס מאכט איהם שוין האלטן פון זיך אז ער איז גארנישט מיט נישט, און ווי מיר האבן שוין ארומגערעדט באריכות אין פרשת וישב אז א מענטש איז ארומגענומען מיט פילע שיכטן פון לבושים וואס דעקן איהם איבער און פארשלייערן איהם פון אלע זייטן, און אסאך מאל קען איהם דאס ממש ארומנעמען מיט מויערן און ווענט וואס פארהוילן זיין אמת'ע פנימיות, ער לעבט אין א טעות אז ער איז שלעכט און נישט ווערד, ווען באמת דארף ער פשוט דאס ביסל 'תוכחה' און ווערן אויפגעוויזן און אנערקענען איינמאל פאר אלעמאל אז ס'איז נישט אזוי ביטער ווי ער מיינט.
איז אז ס'איז פארהאן א חיוב זיך בודק צו זיין און מברר זיין און מאכן זיכער אז מיר לעבן נישט אין קיין טעות, דאן לאמיר אויך מאכן זיכער און גלייבן אז מיר האבן אין זיך מעלות און נקודות טובות וואס מיר קענען פשוט נישט זעהן צוליב אונזערע אייגענע נגיעות און דמיונות, און לאמיר דאס אויסנוצן לטובה זיך יא צו שטארקן און יא געבן א מקום פאר אונזער גוטע פנימיות ארויסצוקומען און שיינען ווי עס דארף צו זיין, ובשם ה' נעשה ונצליח!.
לסיכום געדענק:
• איינמאל א מענטש האט נגיעות דאן וועלן זיינע אויגן זעהן זאכן און אויערן הערן זאכן וואס שטימען מיט'ן יסוד,- ס'איז בכלל נישט אמת.
• ס'הערשט א סכנה אריינצופאלן אינעם "הרוצה לטעות יטעה", און לאזן די טעות זיך אויפבלאזן צו א ריזיגע בארג מיט פאלשע טענות און באשולדיגונגען קעגן יענעם.
• עס איז א עבודה קשה צו קענען דערגיין דעם אמת, און מאכן זיכער אז מיר נאַרן זיך נישט, און מיר טארן זיך נישט האלטן קליין און שלעכט ווען דאס איז נישט די אמת'ע מציאות.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com
ויגש - פאַקטן וואס עקזיסטירן נישט!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 395
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 169 מאל
Re: ויגש - פאַקטן וואס עקזיסטירן נישט!
צו הערן דעם שיעור לייוו
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=272181
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=272181