בלאט 1 פון 1
ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:16 am
דורך ברוך שפינוזה
פונעם קאמארנער אין שולחן הטהור סימן רמט, האט שוין איינער אמאל געהערט פון אזא "ספרדישע מנהג"?
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:21 am
דורך אלע צוזאמען
קודם לייג די גאנצע דף, שכ’ח.
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:26 am
דורך ברוך שפינוזה
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:21 am
קודם לייג די גאנצע דף, שכ’ח.
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=157
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:36 pm
דורך עמרם
לכאורה האבן זיי נישט געפאסט אין יענע יארן ווייל זיי זענען געווען שוואך און פשוט נישט געהאט קיין כח
איך האב אמאל געהערט אז אין גאליציע פלעגן די בחורים נישט פאסטן פאר'ן קריג (אפי' ת''ב אויך נישט)
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 3:35 pm
דורך [NAMELESS]
ענטשולדיגט מיר רבי עמרם, קוקט וועט איר זעהן אז דער קאמארנער זצ"ל באזירט זיך אויף די הלכה אז בעת שלום איז די תענית א רשות, און נישט וועגען חולשא
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 7:26 pm
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה: דאמאלס ביניך א ספרדי'שער. ס'נאר א ווערטל. עשרה בטבת איז איינס פון די גרינגע תעניתים.
איך האב געטרינקען א קאווע אום 4 אזייגער פארטאגס. ווען איך האב מיך געלייגט שלאפן.
אינדערפריה ביניך געגאנגען דאווענען און ארבעטן. כ'האב פשוט פארגעסן (אדער נישט געהאט קיין צייט) אז איך דארף צו עסן. ביז 2 אזייגער נאכמיטאג. ווען כ'האב מיך דערמאנט איז שוין געווען 2 שעה ביז מנחה. דער בעל תפילה ביי קב"ש און מעריב האט זיך אויך נישט געגארגלט ווייל ער איז געווען הונגעריג. שוין. דער תענית איז פאריבער. שבעה עשר בתמוז איז א שווערער תענית. ס'איז 100 דעגריס אינדרויסן און מ'מוז ארבעטן. א סאך מאל ווער איך א ספרדי'שער...!
Re: ספרדישע מנהג נישט צו פאסטן
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 5:48 pm
דורך הגאון הצדיק
עמרם האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:36 pm
איך האב אמאל געהערט אז אין גאליציע פלעגן די בחורים נישט פאסטן פאר'ן קריג (אפי' ת''ב אויך נישט)
וכך גם אני שמעתי וקבלתי מפי זקני החסידים