יחיאל ישראל אדער bartimaeus black וויאזוי ער רופט זיך יעצט, האט געהאט אן אינטערוויו מיט זאב ברענער, און עס איז מיר אויסגעקלארט געווארן אסאך זאכן איבער אים, און איך האב געוואלט מיטטיילן מיינע מחשבות.
עס איז געווען מענטשן וואס האבן אריינגערופן לייוו די שאו מיט קשיות פאר דעם גר, עס איז געווען איינצעלענע גוטע קשיות, אבער אסאך פון די קשיות איז געווען געטריבן פון עמאשענס, און עס איז א שאד אז אזעלכע קשיות/סטעיטמענס ווי: דו גייסט ברענען אין גיהנם! אדער דו ביסט איד, און דו קענסט נישט ווערן אויס איד, אא"וו, איז געווען רובא פון די פאון קאולס. די עיקר קשיא וואלט געדארפט זיין, סיריעסלי? פון א גר צו א קריסט נאכ'ן דורכלערנען ש"ס? what have you been smoking? נעם מיך אין א שפאציר אין דיין מוח צו פראסעסן אזא פרעצעדענטלאזע שריט. איך ווייס נישט אויב מיר קענען אן ענליכע געשיכטע ערגעץ וואו אין די נאנטע היסטאריע.
באמת איז דאס אן אלטע פראבלעם, קשים גרים לישראל כספחת איז אזוי אלט ווי תלמוד. אין גמרא טרעפט מען אסאך וויאזוי מהאט זיך געמיטשעט מיט דעם אישו, וויאזוי קען מען וועטען א מענטש און וויסן אויב ער איז אמת'דיג, און עס האט טאקע פאסירט אז א סאך פאלשע גרים האבן געמאכט דעם וועג אין יהדות, און מ'האט זיך נישט געקענט אויפ'ן קאפ צו זיך טון. די גמרא שמועסט אויס אסאך עפיזאדן, תקופות, רעזאלוציעס וכו'.
עס איז ביי מיר קלאר ווי דער טאג אז יחיאל ישראל האט אינטערעסירט אידישקייט פאר אנדערע סיבות פארוואס רוב גרים זוכן עם ישראל. יעדן גר וואס דו טרעפסט וועט דיר ענטפערן וואס האט אים געשטופט צו יהדות: די איינציגקייט פון באשעפער, די שיינקייט פון יהדות, תורת ה', די אמת'ע תורה ווערסעס די ניו טעסטעמענט, די פאלשקייט אין אותו האיש וכו' וכו'.
יעצט שטעלט זיך די קשיא, וויאזוי האבן די רבנים עס נישט געכאפט, פארוואס איז ער דורכגעגאנגען א ברית מילה, זיך געשאקעלט ביים דאווענען, ער האט יעדעם געקענט אזוי גוט אפ'נער'ן? איינער פון די ערשטע קשיות וואס מיר האבן צו א גוי איז זיכער צו מאכן אז די סיבות זענען נישט פארוואס ער זוכט אידישקייט. ע"פ רוב, אדער ע"פ פרעסעדענט ארבעט עס, מיר האבן א ראבאסט וועטינג סיסטעם וואס טוט זיכער מאכן וויפיל עס איז שייך, צו מאכן זיכער אז אזעלכע יחיאל ישראל'ס כאפן זיך נישט אריין.
מיר קוקט אויס אזוי:
יחיאל איז אן emotionless ראבאטישע מענטש. פאר די סיבה האט ער געקענט איבערצייגן די רבנים, ווייל ער האט נישט געדארפט גארנישט באהאלטן ווייל ער האט נישט קיין עמאשענס. מען האט אים געפרעגט וויאזוי שפירט זיך יעצט צו עסן טריפה, זאגט ער: גארנישט. אייז, קאלט, אן עמאשענס, ווי א ראבאט. דאס איז די זעלבע סיבה וויאזוי ער האט געקענט דורכשטופן עטליכע יאר אלס איד, ענדיגן ש"ס. וויבאלד ער האט געהאלט א ציל עפעס צו עררייכן, און ער איז גרייט געווען דאס צו עררייכן פאר יעדן פרייז. מילה, פרומער איד, שאקלען, לערנען, פונקט ווי אן astronaut וואס גייט דורך שווערע איבונגען.
ער איז יונג, ער האט נאך א לאנגע לעבן, און ער האט דאס אנגעקוקט ווי עפעס א קאלעדזש יונעווערסיטעט, מ'טשעקט אריין און ארויס. אראפ די פיאות, און יעדער זאל פארגעסן פון דעם. אבער ער ווייסט נישט, אז איינמאל דו האסט געטרינקען פון די קולעי גייט דיך דאס באגלייטן פאר אייביג. עס קען זיין אז וויבאלד ער איז אזא ראבאט וועט אים זיין גרינגער צו אריבערמישן דאס בלעטל, דאס בלייבט פאר אים איבער צו זען.
עס איז מעגליך אז זיין אנטרינען ווערן איז אויך א חלק פון זיין עקספערימענט. ער וויל שפירן וויאזוי עס זעט אויס צו זיין א יוצא בשאלה.
אבער איך האלט אז די פרשה פון יחיאל איז א טעסטעמאני ווי שטארק די אידישע ליין איז. עס שפייט אויס יעדער וואס איז נישט אין דעם בלב ובנפש. נעם א געבוירענער איד, און קוק ווי שטארק ער ארבעט צו בלייבן קאמיטעט, ער פראבירט אלעס, אז נישט ווערט ער סיניקעל, פארטרוקענט אדער פאלט ער ארויס. די זעלבע זאך געשעט מיט גרים, און אסאך אסאך שטערקער. גרים ווערן אסאך סורפרייזט נאך די גירות געוואר צו ווערן וואס זיי האבן נישט געוויסט, און ווי שווער עס וועט זיין זיך איינצוגלידערן. אבער איינער וואס קומט אריין וועגן "עקספערימענטן" וועט זיך קיינמאל נישט האלטן. בעסער געזאגט, די עקספערימענט ארבעט נישט, נאר טאמער דו ביסט קאמיטעט, און דאמאלט איז עס נישט קיין עקספערימענט.
עס איז ביי מיר בלתי שום ספק אז ער האט קיינמאל נישט קאנעקטעט מיט אידישקייט, אדער אידישע מיסטיסיזם און ספירוטואליטי, נישט קיין חילוק ווי שטארק ער האט זיך געשאקעלט ביים דאווענען. יחיאל זאגט אז די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט למשל קבלה, האט ער שוין געטראפן ביי פלעטאניזם, נישטא קיין חידושים, האט ער קאטעגאריש דערקלערט. יחיאל ווייסט נישט אז אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל. ער איז נישט געווען אויף קיין מיסיע צו דערגיין דעם אמת, ער איז געווען אויף א מיסיע צו דערגיין זיין אמת. נאר א קאלטבלוטיגער, עמאשענלאזע, יונגע, איזולירטער מענטש קען אזאנס טון.
ער האט נישט געענטפערט געהעריג אויף קיין איין פראגע. ער זעט אויס צו זיין זייער א מאדנע איזולירטע מענטש. חתונה געהאט מיט איינער וואס איז דאפעלט די יארן פון אים. זיי האבן "צוזאמען" געטראפן אידישקייט, און "צוזאמען" פארלוירן אידישקייט.
פארוואס שטייט אז א גוי ששבת שבת חייב מיתה, ללמד אז מען קען נישט בלויז היטן שבת און אנהייבן שפירן. שבת איז נישט עפעס א טאגליכע קעלענדער וואס ברענגט מיסטיסיזם אויב דו היטסט עס, דו מוזט זיין אינגאנצן אין עס עס צו קענען שפירן.
יחיאל didn't get it. צו זיין מזל האט אים זיין ראבאטישע נאטור אים אהינגעשלעפט, איינגעשלינגען און אויסגעשפיגן.
פארשטייט זיך, אז די טיר איז נאכאלץ אפן, און יחיאל ישראל איז נאכאלס א איד, ער איז אלץ וועלקאום צוריק צו קומען תחת כנפי השכינה.
עם ישראל חי.
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:37 pm
דורך סקעפטיקער
די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
דו האסט עס דורכגעטוהן? דו ווייסט אז ער איז נישט גערעכט? "אלעס איז שוין אויסגעדראשן געווארן א ביליאן מאל" קען זיין א שיינע וועג פון האפן אז עס זענען טאקע דא גוטע תירוצים
די עמאציענאלע פראבלעמען איז נישט געווען קיין דייעטרייב אויף א פאקט וואס איך קען שווער דילן מיט, עס איז געקומען נאך א רייע פאקטארן וואס איך האב אנאלעזירט פון זיין רעדן, זיין היסטערי, זיין עלטער, זיינע אויסריידן, און פרעצעדענט.
עס איז כמעט פרעצעדענטלאז אז א הייסע גר צדק שומר תורה ומצות זאל גיין פייפן. דו קענסט כמעט נישט טרעפן אזא געשיכטע.
זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.
איך האף נישט, נאר איך ווייס. איך ווייס אז ער ווייסט נישט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:39 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
wow! כ׳בין זייער נתפעל פון דיין הערליכן אנעליז.
כ׳וויל זיך אבער מחולק זיין מיט דיין אים אנרופן ״emotionless ראבאטישע מענטש״.
איך האב געזען אין אים זייער שטארקע (און זיסע) אימאשענ׳ס.
כ׳וואלט געזאגט אז אלענפאלס, איז עטליעסט גילטיג אויף אים דעם טיטל: ׳חסידי אומות העולם׳.
בסך הכל איזעס ווי ער אליין זאגט; ״מח שליט על הלב״.
ווי מער מוח ס׳דא (און דאס ביזטו דאך מודה אז ס׳דא אסאך), אלץ מער איזעס שולט על הלב,
און קען ״אויסקוקן״ ווי אן ׳אימאשענלאזער׳ מענטש. אבער דער חילוק איז כרחוק מזרח ממערב.
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:02 pm
דורך סקעפטיקער
פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.
יעצט זעה איך אז דו כאפסט נישט וואס ער רעדט, ער זאגט אז ער האט איינזעזעהן אז אלע חידושים פון "קבלה" עקזיסטירן אין Neo-Platonism, א שיטה וואס איז גאנץ אנגענומען ביי סקאלערס. די ראציאנאלע ראשונים קומען דא בכלל נישט אריין אין בילד. (אזויפיל קענסטו זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געווארן איבערצייגט אין אידישקייט נאר מכח די ארגינעלע סודות אין קבלה).
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 6:22 pm
דורך שפילער
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 4:37 pm
די אנאליז קוקט מער אויס ווי איינער פרובירט צו דיעלן מיט די פאקט אז א פארשטענדליכע מענטש וואס איז געווארן א גר האט אפגעלאזט אידישקייט, און אנשטאט צו פארשטיין אז אפשר איז מעגליך אז פארשטענדליכע מענטשן זאלן אזוי האלטן טרעפט מען אויף יענעם עמאציאנאלע פראבלעמען, ואני את נפשי הצלתי.
פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
זיינע סטעטמענטס איבער פלעטעניזם איז כמעט געקומען צו לאכן. platonism האט געפעדערט אידישקייט? platonism באדראעט אידישקייט? כ'מיין עס איז די ערשטע מאל איינער נוצט דאס אלס א וואפן. און עס איז שטארק קענטליך זיין יונגע עלטער, און זיין רעביט-האול, ער אליין זאגט ער האט מיט קיינעם זיך נישט דורכגערעדט איבער די ענינים. כמעט רוב ראציאנאלע ראשונים האבן געדילט דערמיט, אלע פון זיי. דאס איז בעיסליין.
יעצט זעה איך אז דו כאפסט נישט וואס ער רעדט, ער זאגט אז ער האט איינזעזעהן אז אלע חידושים פון "קבלה" עקזיסטירן אין Neo-Platonism, א שיטה וואס איז גאנץ אנגענומען ביי סקאלערס. די ראציאנאלע ראשונים קומען דא בכלל נישט אריין אין בילד. (אזויפיל קענסטו זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געווארן איבערצייגט אין אידישקייט נאר מכח די ארגינעלע סודות אין קבלה).
ער האט געזאגט אז אלעס וואס ער האט געלערנט עקזעסטירט שוין אינדרויסן אין די ראמען פון אידישקייט צב"ש Neo-Platonism, דאס הייסט אין אנדערע ווערטער נישטא קיין חידושים אין אידישקייט וואס איז נישט געווען פארדעם. ער האט דאס געזאכט לכה"פ 3 מאל אין לויף פון די אינטערוויו (שיק מיר נישט קיין יוטוב לינקס וואס עס מיינט פלעטאניזם בבקשה) פלעטאו איז געווען אריסטאטלס טיטשער, וואס א גרויס חלק פון אריסטאטל'ס וויוס קומט פון. די ראשונים חלק קומט אריין איבער די ויכוח פון די validity איבער פלעטאניזם. לויט יחיאל טוט פלעטאניזם שטעלן קבלה אין געפאר.
דאס איז איינער האט איינגעזען די אמת אין אידישקייט, און נאכן דורכלערנען ש"ס האט ער אפגעלאזט אידישקייט דארף בכלל נישט צו זיין קיין חידוש, און דארף אויך קיינעם נישט טריגערן.
איינער ווערט גאר שטארק נתפעל פון די חכמה און חידושים וואס חז"ל האבן שוין געוויסט מיט טויזנטע יארן צוריק, און קומט צום מסקנה אז די אומפארשטענדליכע זאכן וואס זיי זאגן מוז אויך האבן עפעס אן הסבר. און א צווייטער קוקט עס אן פארקערט, פון די זאכן וואס חז"ל האבן געזאגט וואס שטומען נישט מיטן מציאות איז אז סימן אז זיי האבן נישט געוואוסט וואס זיי רעדן און ביי די אנדערע וואונדערליכע זאכן האבן זיי סתם צוגעטראפן.
אמת, ווייל די סאטמארע רביס זענען גרויסע מומחים אין דערשנאפן פעיקערס.
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:04 pm
דורך ברוך שפינוזה
סעמיט האט געשריבן:
וואס האט מיך מער אויפגעטרייסעלט איז געווען די רעאקציע פון דעם חשוב'ן גר צדק הר"ר אברהם גאלדשטיין. ר' אברהם האט געזאגט אז בלויד האט קאנעקטעד מיט גאט, אבער נישט מיט עם ישראל. ער האט נישט אויפגעפיקט אונזער לעבן און אונזער קולטור.
אוי איז ער הייליג גערעכט בלויד זאגט עס גראדע אליין אין די זאב ברעננער אויספקראקעריי. ער זאגט דארט אין אומצוויידייטיגע ווערטער אז וואס האט איהם געצויגן צו אידישקייט איז געוועהן גאט/רוחניות/אמת/מיסטיסיזם/קבלה וכו', און נאך אזויפיל יארן האט ער איינגעזעהן (אדער באשלאסן, whatever suits your ego) אז די אלע זאכן באלאנגען נישט אויסשליסליך צו די אידן, די איינציגסטע זאך וואס "אידישקייט" ברענגט צום טיש איז די אידישע קולטור און אויף דעם זאגט ער מוחל טובות, כ'האב מיך מיין אייגענע קולטור, פארוואס סתם גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער? אזויווי די ישראלישע אינגווארג וואס לויפן קיין אינדיע זוכן רוחניות און זיי געפינען אויס אז מ'קען די זעלבע זאך טרעפן אין אידישקייט אדער ניו אייג', לאזטס מיך אפ פון די אינדיאנע שטותים, איך גיי מיר צוריק אהיים לעבן ווי א נארמאלער מענטש. שוין, איז ער געווארן א gnostic, וואס איז א מאוומענט פון די צייטן ווען אידן און קריסטן זענען נאך געוועהן פארהעלטנעסמעסיג צוזאמען, פון די גנאסטישע טעאלאגן זענען געוועהן סיי אידן און סיי קריסטן, ס'געוועהן אזא דאס אין וואס מ'האט געקענט אריינטייטשן סיי די אידישקייט מיט יאשקע (וואס האט עווענטועל עוואלווט צו די היינטיגע נצרות) און סיי די אידישקייט אן יאשקע. אזויווי ס'דא די אסכולה פון Cabbalah (קבלה מיט א C, די C שטייט פאר Christianity) וואס איז די זעלבע זאך ווי קבלה מיט א K נאר מיט אן הוספת נופך פון יאשקע והמסתעף. אדערווייל האלט זיין רייזע ביי פראטעסטאנטיזם, ניו אייג', חסידישקייט (די פאר'נשתכח'דיגע חסידות), קבלה, גנאסטיסיזם, וועלן מיר זעהן ווי ווייטער זיין נשמה וועט איהם פירן, איך וואונטש איהם פיהל הצלחה.
נ.ב. די אנאליז אז בלויד איז א געפיללאזער מענטש איז דאך אזוי אבסורד אז ס'בכלל נישט דא אין וואס דן צו זיין, די איינציגסטע זאך וואס קען ברענגען א מענטש צו זאגן אזא זאך אויף איהם איז נאר ווייטאג.
נ.ב די אנאליז איבער די געפילישע חלק איז נאכן וואטשען זיינע animations און רעאקציעס אין די אינטערוויו, מ'דארף זיין בלינד נישט דאס צו זען.
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:20 pm
דורך ברוך שפינוזה
די חברה וואס קומען צוריק פון אינדיע און פארקויפן דיר אז ס'איז אלעס פלאגירט פון אידישקייט זאגן עס נאר ווייל אויב זיי וואלטן געזאגט וואס זיי טראכטן באמת (אז ביידע זענען די זעלבע אמת נאר מיט אן אנדערע עטנישע פלעיוואר) וואלט מען זיי גראד צוריקגעשיקט, איך קען די חברה זייער גוט. אויף פארקערט קענסטו נישט זאגן אז "מ'הערט נישט" ווייל מ'הערט יא, איך קען א צאל מענטשן (צווישן זיי פרומע אידן) וואס זענען געקומען צו זייער עהנליכע מסקנות, אזויפיל קענסט זאגן אז דו האסט נאכנישט געהערט.
אגב, די צושטעל צווישן קבלה, נעא-פלעטאניזם און גנאסטיסיזם האב איך שוין געהאט געהערט פון פריער פון אידן וואס טוען אין קבלה (פרומע און נישט פרומע) אבער כ'האב קיינמאל נישט געטראכט אז ס'ליגט עפעס דערין ווייל ס'איז געוועהן גערעדט אין די וועלט אריין, יעצט אז איך האב געזעהן ווי דער האט עס גענומען אויף הלכה למעשה האב איך אביסל אריינגעקוקט דערין און איך מוז זאגן אז ס'ליגט אן אמת אין דעם צושטעל. הגם איך האלט נאכאלץ אז ס'איז זייער נישט מסתבר אז די ערשטע מקובלי אשכנז האבן עפעס געהאט א דירעקטע מסורה פון די ערשטע גנאסטיקער ווייל וואו איז עס געוועהן אויסבאהאלטן טויזענט יאר? ס'מער מסתבר אז ביידע האבן צוגעטראפן צו די זעלבע זאך.
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:45 pm
דורך פרייוויליג
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:20 pm
די חברה וואס קומען צוריק פון אינדיע און פארקויפן דיר אז ס'איז אלעס פלאגירט פון אידישקייט זאגן עס נאר ווייל אויב זיי וואלטן געזאגט וואס זיי טראכטן באמת (אז ביידע זענען די זעלבע אמת נאר מיט אן אנדערע עטנישע פלעיוואר) וואלט מען זיי גראד צוריקגעשיקט, איך קען די חברה זייער גוט. אויף פארקערט קענסטו נישט זאגן אז "מ'הערט נישט" ווייל מ'הערט יא, איך קען א צאל מענטשן (צווישן זיי פרומע אידן) וואס זענען געקומען צו זייער עהנליכע מסקנות, אזויפיל קענסט זאגן אז דו האסט נאכנישט געהערט.
יעצט קומסטו מיט די no true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן. https://www.chabad.org/library/article_ ... ru-Jew.htm
איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות. איך רעד אויסשליסליך פון א גר צדק כהלכה וואס האט אוועקשפאצירט אפאר יאר נאכדעם. ברענג מיך נישט קיין מיסיאנערן אדער JFJ רעקרוטערס. ברענג מיך נאך 5 אזעלכע פעלער (ווייל איינס איז גרינג צו טרעפן אויף יוטוב) ווען א גר צדק האט אוועקשפאצירט. 5 גרים.
אדאנק.
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:58 pm
דורך ברוך שפינוזה
פרייוויליג האט געשריבן:יעצט קומסטו מיט די No true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן.
ס'נישט קיין סקאטסמען, איך זאג אזוי. לאמיר נעמען טאקע בלויד אלץ א ביישפיל, וואס מיינסטו זאגט ער פאר זיין פאמיליע און חברים יעצט אז ער איז צוריק? שטעל דיך פאר ער קומט צוריק צום גלח און ער זאגט איהם וואס ער האט געזאגט פאר ברעננער: "הער גלח, איך האב איינגעזעהן אז אידישקייט און נצרות זענען ביידע די זעלבע אמת ממילא בין איך צוריקגעקומען ווייל איך וויל אנהאלטן אונזער מסורה", דער גלח וואלט איהם ארויסגעטראסקעט און איהם אויסגעצאלט א טיקעט צוריק קיין וויליאמסבורג, בלייב דארט און מאך מיר נישט קאליע מיין ביזנעס. אוודאי זאגט ער זיי די בעלאוני אז ער האט איינגעזעהן אז גאנץ אידישקייט איז פלאגירט פון נצרות, וואס דען?
פרייוויליג האט געשריבן:איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות.
איך רעד יא, ווייל דער אידישער נעא-פלעטאניסט און די קריסטליכע נעא-פלעטאניסט זאגן ביידע די זעלבע זאך, דער איד זאל בלייבן א איד און דער קריסט זאל בלייבן א קריסט און דער בודדהיסט זאל בלייבן א בודדהיסט, נישטא קיין שום סיבה צו גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער ווייל גאט איז מלא כל הארץ כבודו.
דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.
Re: ווען א ראבאט עקספערמענטעט אידישקייט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 9:16 pm
דורך שמן למאור
פרייוויליג האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:45 pm
יעצט קומסטו מיט די no true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן. https://www.chabad.org/library/article_ ... ru-Jew.htm
דער רב גאטמאן איז לכאורה אויך סתם א ראבאט.
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:58 pm
דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.
איך קען אויך נישט קיין פינעף גרים, אבער די איינציגסטע אנדערע גר וואס איך קען יא פון דא אויף קאווע שטיבל איז אויך חזר לסורו.
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 8:58 pm
פרייוויליג האט געשריבן:יעצט קומסטו מיט די No true Scotsman, אז אפילו איך ברענג דיך שוין יא איינעם ווי למשל Rabbi Gutman Locks וועסטו זאגן, נע עכט האלט ער אז ביידע זענען די זעלבע. אזא ויכוח קען איך נישט פירן.
ס'נישט קיין סקאטסמען, איך זאג אזוי. לאמיר נעמען טאקע בלויד אלץ א ביישפיל, וואס מיינסטו זאגט ער פאר זיין פאמיליע און חברים יעצט אז ער איז צוריק? שטעל דיך פאר ער קומט צוריק צום גלח און ער זאגט איהם וואס ער האט געזאגט פאר ברעננער: "הער גלח, איך האב איינגעזעהן אז אידישקייט און נצרות זענען ביידע די זעלבע אמת ממילא בין איך צוריקגעקומען ווייל איך וויל אנהאלטן אונזער מסורה", דער גלח וואלט איהם ארויסגעטראסקעט און איהם אויסגעצאלט א טיקעט צוריק קיין וויליאמסבורג, בלייב דארט און מאך מיר נישט קאליע מיין ביזנעס. אוודאי זאגט ער זיי די בעלאוני אז ער האט איינגעזעהן אז גאנץ אידישקייט איז פלאגירט פון נצרות, וואס דען?
פרייוויליג האט געשריבן:איך רעד נישט פון פון פרומע אידן וואס זענען געקומען צו מסקנות.
איך רעד יא, ווייל דער אידישער נעא-פלעטאניסט און די קריסטליכע נעא-פלעטאניסט זאגן ביידע די זעלבע זאך, דער איד זאל בלייבן א איד און דער קריסט זאל בלייבן א קריסט און דער בודדהיסט זאל בלייבן א בודדהיסט, נישטא קיין שום סיבה צו גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער ווייל גאט איז מלא כל הארץ כבודו.
דו בעהטסט פאר א ליסטע פון 5 גרים וואס האבן deconverted, איך קען ניטאמאל קיין 5 גרים.
איך קען מיך נאר באציען צו וואס ער רעדט, דו מאכסט יעצט חשבונות אז עס קומט אים אויס גוט אזוי צו זאגן. איך זע נישט פארוואס ער זאל נישט זיין באמת איבערצייגט אז אידישקייט איז די זעלבע פון נוצרות. אפשר זאל איך יעצט חושש זיין אז ער איז געווארן א באהאלטענע שאהיד, נאר ער האט מורא פון זיין גלח וואס אויב זאגט ער אויס, וועט ער אים אפשיקן קיין סיריע. דאס איז זייער נישט קיין רעאליסטישע ארגומענט.
לייג אריין אין יוטוב און טרעף מיך 5 גרים וואס האבן אוועקשפאצירט, זיך אין אינסטעגרעם, זיך אין טיקטאק, זיך אויף רעדיט, טרעף מיך 5.
איך קען דיך טרעפן זייער גרינג 5 גרים, און אסאך מער וואס זענען נאכאלס געבליבן אידן. דאס איז די טעמע פון די אשכול. נישט פון נעא-פלעטאניסטן, און נישט פון אידישע דראפ-אוטס.
בקיצור, דו האסט געמאכט א קלעים און איך דארף דיך אפווענדן, און אזוי ביי די וועי האסטו גוט באוואשן א איד אזוי נישט מיר נישט דיר, ווען דו צאלסט מיר ווען $1000 דאללער פאר די מחקר וואלט געוועהן פון וואס צו רעדן. לאמיר גיין פארקערט, איך מאך א קלעים און לאמיר זעהן צו דו קענסט מיר אפווענדן, איך האב כאטש קיינעם נישט באוואשן.