בלאט 1 פון 2

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 7:57 pm
דורך עמרם
אוי וויי !!
וואס איז די מעשה ??

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
:cry:
א שאד א שאד

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:52 pm
דורך מרדכי מרדכי
חבל על דאבדין!

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:19 pm
דורך הערשער
חבל חבל

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:40 am
דורך ים של שלום
עמרם האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 7:57 pm אוי וויי !!
וואס איז די מעשה ??
איך ווייס נישט, אבער איך קען זיך פארשטעלען. עס איז זיי ער שווער צו ארבעטען אונאנימיסלי אויף אזוי גרויסן פראיעקט אן קענען באקומן רעקאגנישן

איך בין זיכער אז דאס האט געקאסט אסאך אסאך צייט און שווייס.

ווי לאנג קען מען שוויצן נאר לשם שמים

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:58 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
און וואס וועט זיין מיט די המשך הסיפור פון אונזער מיילעך שיע ??

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:15 pm
דורך יודישיסט
עס איז ממש א שאד. אפשר מאכט מען א charidy קאמפיין צו שטיצען די אויסגאבע און עס אפשר באנייען און עס זאל צוריק אנהייבן ארויסקומען, ווייל אויב איך גידענק גיט איז גיווען א סטראגל פין געלט.

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:23 pm
דורך שעפטאל
יודישיסט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:15 pm עס איז ממש א שאד. אפשר מאכט מען א charidy קאמפיין צו שטיצען די אויסגאבע און עס אפשר באנייען און עס זאל צוריק אנהייבן ארויסקומען, ווייל אויב איך גידענק גיט איז גיווען א סטראגל פין געלט.
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=536446#p536446

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:23 pm
דורך חדשים
און ווי איז געגאנגען די געלט פון די ”קרן הרמב”ם” פאנד?

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:33 pm
דורך יודישיסט
איך מיין אז אויב עס וואלט גיווען א וועבסייט וואו מען קען זען וויפיל געלט עס איז אריין און עס ווערט ווערו געצילט א גאול וויפיל מען דארף האבן כדאי צו מאכן א ריסטארט קען עס מאטיוועטן די אלע דארשטיגע ליינער פאר מאטריאל וואס איז אויף אזא הויכע ניווא פין אלע פרעספעקטיוון.

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:16 pm
דורך יודישיסט
איך מיין אז א יוד געבט נישט אויף און איך האף אז מען וועט עפעס קענען מאכן. אבער אוודאי און אוודאי דארפן מיר באדאנקען אייך פאר די זעלטענע הנאה וואס די וועקער האט אונז פארשאפט א יעדעס מאל פין פריש, נישט צו באגרייפן, ווען איך האב באקומען די ערשטע וועקער איז עס גיווען נישט נאר מחיה נפשות נאר אויך הצלת נפשות, ווייל איך האב אנטפלעקט אז איך בין נישט אליין און עס איז דא נאך אירע וואס אידענטיפיצירען זיך מיט מיינע גידאנקאן, און זינט דאן אן האט עס מיר גיהאלפען און מיין פערזענלידע אנטוויקעלונג.
א דאנק

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:39 pm
דורך זה חלקי
חבל חבל

מיר האבן נאך געסעיווד כמעט אלע וועקערס און מען ליינט עס כסדר עד היום

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:28 am
דורך אמת וצדק
די וועקער רעדאקציע האט אונז צוגעזאגט איין מער וועקער, וואס איז געשעהן?

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:22 am
דורך קורקלענד
איך בין זייער נייגעריג וואס די חוצפה איז פון נישט ארויסגעבן אלע וועקער'ס אין דיגיטאל אויף פּי די עף אין א פרייע פארמאט אז ס'זאל זיין צובאקומען לדורי דורות?

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 8:29 am
דורך אלפא
קורקלענד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:22 am איך בין זייער נייגעריג וואס די חוצפה איז פון נישט ארויסגעבן אלע וועקער'ס אין דיגיטאל אויף פּי די עף אין א פרייע פארמאט אז ס'זאל זיין צובאקומען לדורי דורות?
פריי פון אפצאל ווייס איך נישט. אבער פאר א מינימאלע אפצאל - פארוואס טאקע נישט?

בכלל איז מיר גרינגער עס צו האבן אין א דיגיטאלע פארמאט ווי אין א געדרוקטע פארמאט - ווייל מיין הויז איז א רשות הרבים פאר געוויסע וואס איך דארף נישט זאלן דאס זען... וד"ל.

די זעלבע איז מיט פרישע וועקערס קען מען ארום שיקן אויף PDF וכדו' פאר א מינימאלע אפצאל, אדער ווי די אנדערע פארשלאג אז א געוויסע ווינקל דא אין שטיבל זאל נאר זיין עקסעסיבל מיט א מעמבערשיפ אפצאל א.ד.ג.

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:25 am
דורך צקון לחש
קורקלענד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:22 am וואס די חוצפה איז

דו דארפסט טאקע וויכטיג זיך וועקן...

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:29 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אלפא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 8:29 am
קורקלענד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 2:22 am איך בין זייער נייגעריג וואס די חוצפה איז פון נישט ארויסגעבן אלע וועקער'ס אין דיגיטאל אויף פּי די עף אין א פרייע פארמאט אז ס'זאל זיין צובאקומען לדורי דורות?
פריי פון אפצאל ווייס איך נישט. אבער פאר א מינימאלע אפצאל - פארוואס טאקע נישט?

בכלל איז מיר גרינגער עס צו האבן אין א דיגיטאלע פארמאט ווי אין א געדרוקטע פארמאט - ווייל מיין הויז איז א רשות הרבים פאר געוויסע וואס איך דארף נישט זאלן דאס זען... וד"ל.

די זעלבע איז מיט פרישע וועקערס קען מען ארום שיקן אויף PDF וכדו' פאר א מינימאלע אפצאל, אדער ווי די אנדערע פארשלאג אז א געוויסע ווינקל דא אין שטיבל זאל נאר זיין עקסעסיבל מיט א מעמבערשיפ אפצאל א.ד.ג.
אפשר אויב איינער האט א ארטיקל וואסי ראוי לעלות על שולחן הוועקער זאל עס ארויף לייגען אויף דעם פארום https://www.kaveshtiebel.com/viewforum.php?f=52
אין איינוועגס אויך אויפלעיבן דעם פארשלאפענעם פארום...

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:19 pm
דורך יוֹנָה מָצְאָה
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:58 pm און וואס וועט מיט די המשך הסיפור פון אונזער מיילעך שיע ??

א גוטע וואָך!

מיילעך שיע איז סטיל עראַונד, פּער א פאַרלעסליכן קוואַל. דער בחור גייט דערווייל נישט קיין ערגעץ. א סטאָקפּייל פון שווערע בינטלעך מיט פאַרטיגער וואַרע זאַמלט שטויב שוין מתמול שלשום. (האַלט זיך פריש א דאַנק פּרעזערוואַטיווס). אַלזאָ, אפילו אויב זאָל דער גאַנצער גרינער ענטערפּרייז גיין קאַקן מהיום והלאה, עקזיסטירט נאָך גענוג סופּליי צו דעקן איין צוויי הונגער-יאָרן, בלויז פון פּאָמפּן די רעזערוון.

כ'בין, ווי באַקאַנט, א שטאַרקער וועקעריאָט, און ס'איז מיך א כבוֹד בייצושטייערן חוֹמר צו אַזאַ אויסגאַבע, ואע"פּ שיתמהמה. כ'בין, ווי באַקאַנט, אויך א גרויסער מאמין, און כ'גלייב אַז אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים. ס'וועט מיך באַנג טון אויב שטעלט זיך אַרויס אַז דער וועקער קויפט טאַקע די פאַרם. אָבער אפילו הכי, לא אלמן ישׂראל. א דעוועקעריזירונג באַדייט אַז די ראַנגלענישן פון מיילעך שיע'ן וועלן זיך אַריבערקלייבן צו אַנדערע אומאָפּהענגיגע שופרות און אָרגאַנען פונעם אידנטום ענד בעיאָנד. עמיר זען וואָס ווען וואו און וויאַזוי. די פריערדיגע קאַפּיטלען, לויט באַריכטן, וועלן אי"ה אויך ווערן מאָדיפיצירט און איבערגעפרישט אַלס טייל פונעם גראַנדיעזן בייפּאַרטיזאַן אינפראַסטרוקטור ביל.

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:27 pm
דורך א אידיש קינד
איז דא ערגעץ ווי מען קען נאך באקומען פריערדיגע וועקער אויסגאבעס?

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:32 pm
דורך עמרם
א אידיש קינד האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:27 pm איז דא ערגעץ ווי מען קען נאך באקומען פריערדיגע וועקער אויסגאבעס?
די ערשטע זעקס קען מען דאונלאדען בחינם זע דא

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:34 pm
דורך עמרם
א אידיש קינד האט געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 30, 2023 6:27 pm איז דא ערגעץ ווי מען קען נאך באקומען פריערדיגע וועקער אויסגאבעס?
און אויף עמיזאן איז נאך עפעס געבליבן זע דא

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 3:31 am
דורך פאליטיקאנט
יעצט אז מ'פארקויפט עס שוין אפי' נישט, אפשר שטעלט מען ארויס די פי די עף'ס פון אלע וועקערס פארן פובליק.

די עולם דרימלט שוין, און באלד וועט שוין נישט זיין ווער זאל וועקן בכלל.

Re: דער וועקער שליסט די טויערן 😔

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 11:24 am
דורך שמן למאור
מען דארף באהאלטן א וועקער אן אלטן בחדרי חדרים זייער גוט. עס זאל זיין א וואונדער פאר אונזערע קינדער וואספארא לייען מאטריאל עס האט געליינט אן ערליכע איד.

מען דארף געדענקן און שטארק נאכבענקן די וועקערס וואס זענען פון אונז אוועק, וואס מיט זיי איז געווען און וואס מיט די היינטיגע אויסגאבעס איז געשען, עס כאפט דאך א מורא און א שרעק.

שאל אביך ויגדך, זקניך ויאמרו לך.

והשיב לב בנים, לב בנים אל אבות.

מיט א וועקער אנטקעגן משיח צו גיין!