ויחי - פראביר נישט צו פארשטיין!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:50 am
בס"ד
א גוטן טייערע חברים וידידים..!
מיר האלטן פרשת ויחי, די פרשה וואס פאַרענדיגט ספר בראשית און די גאנצע השתלשלות פון די אבות הקדושים און די הייליגע שבטי קָהּ. יעקב אבינו איז שוין אנגעקומען קיין מצרים און צוריק באגעגנט זיין זוהן יוסף, און דערנאך ווערן יעקב און יוסף נסתלק פון די וועלט און עס הייבט זיך אָן א נייע קאפיטל אין די תולדות פון כלל ישראל, די תקופה פון גלות מצרים.
די פרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער וַיְחִי יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם שְׁבַע עֶשְׂרֵה שָׁנָה, און רש"י זאגט אויפן פלאץ "ויחי יעקב - למה פרשה זו סתומה, לפי שכיון שנפטר יעקב אבינו נסתמו עיניהם ולבם של ישראל מצרת השעבוד שהתחילו לשעבדם", אז דערפאר איז די פרשה 'פארמאכט' אנדערש ווי אלע אנדערע פרשיות אין די תורה וואס ענדיגן זיך מיט א געוויסע ריוח און א הפסק צווישן איין פרשה אין די קומענדיגע [אמאל איז דא א 'פפפ' אינעם חומש ביים סוף פון א סדרה וואס באדייט 'פתוחה' אז די שורה אינעם ספר תורה מוז בלייבן אפן ביז צום סוף, און די נעקסטע פרשה הייבט זיך אָן אויף די נעקסטע שורה, און צומאל איז דא א 'ססס' וואס מיינט אז עס איז 'סתומה' און מ'לאזט נאר א ליידיגע ריוח די פלאץ פון ניין אותיות, און דערנאך איז מען ממשיך די קומענדיגע פרשה אויף די זעלבע שורה. על כל פנים ס'איז אלעמאל דא א הפסק אינעם ספר תורה צווישן איין סדרה און די קומענדיגע, אויסער דא וואס פרשת ויגש איז ממש אינגאנצן 'סתומה' און מ'מאכט נישט קיין שום ליידיגע ריוח, נאר די ווערטער "ויחי יעקב" הייבן זיך אָן גלייך נאך פרשת ויגש] און דאס איז מרמז אויף די שווערע מצב פון כלל ישראל, וואס דא ווען יעקב אבינו איז נפטר געווארן, "נסתמו עיניהם ולבם של ישראל" זייערע אויגן און הערצער זענען געווארן פארשטאפט פון די שווערע ארבעט אין מצרים וואס האט זיך תיכף דעמאלטס אנגעהויבן.
אבער אז די תורה הקדושה דערמאנט און איז מרמז די שווערע מצב פון נסתמו עיניהם ולבם של ישראל, און איז גלייך נאכדעם ממשיך מיט די ווערטער "וַיְחִי יַעֲקֹב" אז יעקב אבינו האט געלעבט (און רש"י ברענגט טאקע דעם רמז ממש אויף די ווערטער ויחי יעקב) איז א סימן אז ס'איז דא א וועג וויאזוי מען קען אויפלעבן און מ'קען אנגיין אפילו אין די שווערע זמנים ווען ס'איז נסתמו עיניהם ולבם, און מיר דארפן זיך נאר פארטיפן און זוכן די וועג דערצו.
וואס איז די חשיבות פונעם פסוק ואני בבואי מפדן וגו'
נאך א גרויסע און חשוב'ע ענין וואס געפונט זיך אין אונזער פרשה איז דער פסוק (מ"ח ז') "וַאֲנִי בְּבֹאִי מִפַּדָּן מֵתָה עָלַי רָחֵל בְּאֶרֶץ כְּנַעַן בַּדֶּרֶךְ וגו' וָאֶקְבְּרֶהָ שָּׁם בְּדֶרֶךְ אֶפְרָת הִוא בֵּית לָחֶם" וואו יעקב אבינו פארענטפערט זיך פאר יוסף אויפן ענין פארוואס ער האט נישט באַערדיגט זיין מאמע רחל אין מערת המכפלה נאר אין בית לחם אויפן וועג פון אפרת. און ווי רש"י שמועסט דאס אויס באריכות "ואף על פי שאני מטריח עליך להוליכני להקבר בארץ כנען, ולא כך עשיתי לאמך, שהרי סמוך לבית לחם מתה" אז כאטש איך בין דיר מטריח מיט מיין קבורה אז דו זאלסט מיך ארויפטראגן קיין ארץ ישראל און באגראבן אין מערת המכפלה ווען איך אליין האב דאס נישט געטוהן מיט דיין מאמע רחל. און רש"י איז ממשיך "וידעתי שיש בלבך עלי" איך ווייס אז אין הארצן האסטו טענות אויף מיר פארוואס איך האב איר טאקע נישט געטראגן קיין חברון, און רש"י איז ממשיך אז יעקב אבינו האט דאס געטוהן על פי הדיבור ווייל השי"ת האט איהם אזוי באפוילן, כדי אז ווען נבוזראדן הרשע וועט פארטרייבן די אידן אין גלות אריין וועלן זיי אדורכגיין רחל'ס קבר און מתפלל זיין דארט און רחל וועט ארויסגיין און וויינען און בעטן רחמים אויף זיי, ווי מיר אלע געדענקן נאך מן הסתם גאר גוט פון חדר די 'ואני' וואס ליגט אונז אין די ביינער.
לאמיר זיך אפשטעלן און מתבונן זיין וואס איז טאקע די גרויסקייט און חשיבות פון אט דעם פסוק וואס שוין פאר דורי דורות חזר'ט מען דאס איבער מיט די תינוקות של בית רבן און מ'לערנט זיי דאס אויס מיט אזא התרגשות? מען וואלט דאָך פונקט אזוי געקענט לערנען מיט זיי דעם פסוק פון "המלאך הגואל" אדער פארשידענע אנדערע דערהויבענע ברכות און פסוקים פון אמונה און בטחון וואס שטייען אין די תורה.
וויאזוי קען יעקב אבינו זאגן "וידעתי שיש בלבך עלי"?
און נאך מער, אז מ'קלערט אריין אין די ווערטער פון יעקב אבינו צו יוסף ווערט דאס ממש שווער. יעקב אבינו שטייט און פארענטפערט זיך פאר יוסף, כאטש יוסף האט גארנישט געפרעגט און נישט דערמאנט קיין שום טענה קעגן זיין פאטער. און בתוך הדברים ווארפט יעקב אריין "וידעתי שיש בלבך עלי - איך ווייס אז אין הארצן האסטו תרעומות אויף מיר!", ווי פּאַסט בכלל צו זאגן אזעלעכע דיבורים צו יוסף הצדיק?!, דאס איז דאָך יוסף וואס האט נאך קיינמאל נישט גערעדט קיין איין שלעכט ווארט און קיינמאל זיך נישט מתרעם געווען, נישט דעמאלטס ווען זיין טאטע האט באגראבן זיין מאמע רחל אליינס אין בית לחם, נישט ווען זיינע ברידער האבן איהם געפייניגט און גע'רודפ'ט, און אפילו נאך מ'האט איהם פארקויפט קיין מצרים און זיי באגעגענען זיך צוריק האלט ער זיי נישט פאָר אפילו א ברעקל אויף די עוולות וואס זיי זענען באגאנגען קעגן איהם.
אדרבה, יוסף איז כסדר צופרידן און ער איז נאך פארנומען מיט'ן געבן חיזוק פאר זיינע ברידער, ער איז זיי מפייס און בארואיגט זיי און זאגט "וְעַתָּה אַל תֵּעָצְבוּ וְאַל יִחַר בְּעֵינֵיכֶם כִּי מְכַרְתֶּם אֹתִי הֵנָּה כִּי לְמִחְיָה שְׁלָחַנִי אֱלֹקִים לִפְנֵיכֶם" אלעס איז געווען באשערט און האט זיך אזוי געפירט פון אויבן, אזויווי די תורה ברעגנט אין פרשת ויגש, אן דאס זעלבע אין אונזער פרשה נאכדעם וואס יעקב אבינו איז נסתלק געווארן און די שבטים האבן מורא געהאט אז יוסף וועט זיך יעצט נוקם זיין אין זיי, זאגט ער זיי, אַל תִּירָאוּ כִּי הֲתַחַת אֱלֹקִים אָנִי, וְאַתֶּם חֲשַׁבְתֶּם עָלַי רָעָה אֱלֹקִים חֲשָׁבָהּ לְטֹבָה לְמַעַן עֲשֹׂה כַּיּוֹם הַזֶּה לְהַחֲיֹת עַם רָב, צו דען בין איך אנשטאט דעם אייבישטער? קען איך אייך בכלל עפעס שלעכטס טוהן, גיבט נאר א קוק וואס איז זיך פארלאפן צווישן אונז ווען איר האט מיך פארקויפט קיין מצרים, אפילו ס'איז געווען מיט א שלעכע כוונה, האט השי"ת געהאט א גאנץ אנדערע פלאן און ער האט געפירט די זאכן אויף אזא אופן אז אלעס איז געווען לטובה ממש... "וַיְנַחֵם אוֹתָם וַיְדַבֵּר עַל לִבָּם" ער האט זיי געטרייסט און גערעדט צו זייער הארץ.
אויב אזוי איז דאָך זייער שווער צו פארשטיין די כוונה פון יעקב אבינו ווען ער זאגט "וידעתי שיש בלבך עלי" ווען מיר זעהן קלאר אז יוסף הצדיק האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום חשבון און קיין שום טענה אויף סיי וואס, און וויאזוי איז איהם יעקב אבינו 'חושד' אז ער האט טענות אין הארצן?.
כל מה דעביד רחמנא לטב עביד אפילו ווען מ'פארשטייט נישט
נאר, מיר ווייסן אז א איד איז מחוייב צו גלייבן אויף יעדע טריט און שריט אז "כל מה דעביד רחמנא לטב עביד" און אלעס וואס השי"ת טוט מיט'ן מענטש איז לטובה. א איד דארף לעבן מיט אמונה און בטחון אין השי"ת און זאגן אלעמאל גם זו לטובה, אז אלעס איז גוט אפילו מיר זעהן נישט די גוטס דערפון און מיר שפירן עס נישט.
און מיר דארפן חזר'ן און געדענקן אז מיר פארשטייען נישט קיין חשבונות שמים, און נאך מער, עס איז נישט כדאי צו פראבירן צו פארשטיין, ווייל עס איז פארהוילן פון אונז און מיר 'קענען עס נישט' פארשטיין.
אסאך מאל באגעגענען מיר זיך מיט מענטשן (אדער אונז אליין) וואס שלאגן זיך און פייניגן זיך אויף געוויסע זאכן וואס האט פאסירט צו זיי, ווייל זיי פארשטייען נישט פארוואס, זיי קענען נישט דערגיין וואס וויל מען פון זיי אויבן הימל, פארוואס זיי גייען אדורך געוויסע שוועריגקייטן און פארוואס דאס קומט זיך זיי, וואס האבן זיי געטהון שלעכט דאס צו פארדינען. אבער דער אמת איז, אז כדי צו לעבן ווי א איד דארף די גם זו לטובה זיין העכער פון אלע מחשבות און חשבונות, עס דארף זיין מיט א גענצליכע ביטול צום אייבישטער, און דורכ'ן וויסן אז אז ס'איז נישט מעגליך משיג צו זיין, א ילוד אשה קען נישט אלעמאל זעהן די טובה, און דאס אז ער זעהט נישט און שפירט נישט מיינט נאכנישט אז ס'איז נישט לטובה.
ווען מ'קוקט בלויז פון אינדרויסן קען מען נישט אלעס זעהן
מיר זאגן אינעם פיוט אלה אזכרה ביי מוסף פון יום כיפור וואס רעדט זיך פון די עשרה הרוגי מלכות, אז ווען רבי ישמעאל כהן גדול איז אומגעקומען על קידוש השם מיט א מיתה משונה, שטייט דארט "שַֹרְפֵי מַעְלָה צָעֲקוּ בְמָרָה זוּ תוֹרָה וְזוּ שְֹכָרָהּ?!" אז די מלאכים אויבן אין הימל האבן געשריגן מיט ביטערניש, רבונו של עולם דאס איז די תורה און דאס איז די שכר וואס מ'באקומט פאר דעם, אזא מיתה קומט זיך פאר רבי ישמעאל?, און אינעם המשך הפיוט שטייט "עָנְתָה בַּת קוֹל מִשָּׁמַיִם, אִם אֶשְׁמַע קוֹל אַחֵר אֶהֱפֹךְ אֶת הָעוֹלָם לְמַיִם, לְתֹהוּ וָבֹהוּ אָשִׁית הֲדוֹמַיִם, גְּזֵרָה הִיא מִלְּפָנַי וכו'" אז עס איז ארויסגעקומען א בת קול פון הימל און געזאגט אז דאס איז א גזירה מן השמים און אויב די מלאכים וועלן זאגן נאך א ווארט דערוועגן, וועט דער אייבישטער חלילה חרוב מאכן די וועלט און עס צוריק קערן צום מצב פון תוהו ובוהו אזויווי ס'איז געווען איידער די ששת ימי בראשית.
בפשטות ווען מ'לערנט די ווערטער זעהט דאס אויס ווי א שטרענגע 'פסק' וואס די מלאכים האבן געכאפט פארן שרייען, כאילו דער אייבישטער זאגט אז זיי זאלן שוין אויפהערן צו רעדן דערוועגן און טאמער נישט וועט די וועלט חרוב ווערן ח"ו אלס אן עונש אויף זייערע רייד.
אבער עס ווערט געברענגט פון פריערדיגע, א הערליכע פשט מיט א משל נפלא צו ערקלערן וואס איז דא געווען די תשובה פון הימל אז אויב די מלאכים וועלן האבן טענות וועט די וועלט ווערן צוריק געקערט צו תוהו ובוהו:
ס'איז אמאל געווען א קעניג וואס האט געוואלט האבן א הערליכע קלייד, א זעלטען שיינע און מכובד'יגע לבוש מלכות וואס יעדער וואס זעהט דאס זאל כאפן גרויס התפעלות און זיין פארגאפט פון איר שיינקייט. אומר ועושה, ער האט זיך נאכגעפרעגט אויף די בעסטע מבינים אין סחורה, און די בעסטע שניידער'ס, און געזוכט צווישן די גרעסטע מומחים, ביז ער האט אויסגעקליבן די טייערסטע און שענסטע סחורה וואס איז נאר פארהאן, מיט גאלדענע און זילבערנע פעדימער און אויג פארכאפנדע דיימאנטן און בריליאנטן וואס זאלן גענוצט ווערן אינעם בגד. דערנאך האט ער אויסגעוועלט א געוויסער שניידער וואס איז געווען ממש א יחיד במינו אינעם פאַך, ער האט פארמאגט צוויי רעכטע הענט, און יעדע מלבוש וואס ער האט גענייט האט געהאט א ספעציעלע חן און פּראַכט. און דער שניידער האט טאקע גענומען אויף זיך די אויפגאבע, ער האט זיך געזעצט נייען דעם בגד אזוי אז ס'זאל טאקע זיין א יופי, די שענסטע
אין די וועלט.
נאך א שטיק צייט ארבעטן איז ענדליך די מלבוש געווארן פארטיג, און דער שניידער ברענגט דאס פארן קעניג מיט גרויס כבוד און פאראדע, און דער קעניג קליידט זיך אָן דערמיט צו די גרויס עקסטאז פון אלע ארומיגע וואס באוואונדערן די שיינקייט און טייערקייט פונעם בגד.
אבער פארשטייט זיך אז ס'איז אלעמאל דא ווער עס פארגינט נישט, איז געקומען איינער און גע'טענה'ט צום קעניג, אדוני המלך, אמת ס'איז טאקע הערליך ביז גאר און עס באשיינט דעם קעניג זייער שטארק, אבער לכאורה איז דער שניידער נישט מער ווי א ביליגע גנב, ער האט גענומען גאנצע הויפענעס פון טייערע סחורה און א ריזיגע קוואנטום פון די שיינע פעדימער און דיימאנטן, אבער למעשה ווען מ'קוקט אויפן בגד זעהט מען נישט האלב דערפון...
ווארשיינליך האט ער א גרויס טייל פון די טייערע זאכן געהאלטן פאר זיך, און ער האט נאר גענוצט די מינימום וויפיל עס פעלט זיך אויס צו מאכן דעם בגד.
דער קעניג לאזט רופן דעם שניידער און ער לייגט איהם פאָר די טענה, פארוואס זעהט מען נישט די גאנצע סחורה מיט די פעדימער וכדומה. ענטפערט איהם דער שניידער, אדוני המלך, דער קעניג זאל מיר מוחל זיין, אבער צו דעם דארף מען זיין א מֵבִין און פארשטיין פונקטליך דעם מהלך וויאזוי מען נייט, און וויפיל סחורה ווערט באהאלטן צווישן די זוימען און די קנייטשן, און וויפיל דיימאנטן געפונען זיך ביי די עקן און מער פארדעקטע פלעצער פונעם בגד, און אזוי ווייטער פיל מיט חשבונות וואס סתם איינער וועט נישט כאפן וויאזוי דאס ארבעט. און יעצט ווען דער בגד איז שוין פארמאכט און צוגענייט פון אלע זייטן איז נישט מעגליך דאס מסביר צו זיין פון אויסנווענדיג, די איינציגסטע עצה איז, אויב דער מלך וועט מיך נישט געטרויען און זיך דווקא וועלן איבערצייגן מיט די אויגן, וועל איך בלית ברירה מוזן חרוב מאכן דעם גאנצן שיינעם בגד, אויפמאכן אלע זוימען און עס צונעמען אויף קליינע שטיקלעך, און ווייזן וואו אלעס ליגט און פארוואס.
מ'מוז צוריק גיין ביז צום אנהייב כדי צו פארשטיין
מיט אט דעם משל האבן בעלי מוסר געגעבן צו פארשטיין די טענה וואס די בת קול האט דערמאנט צו די מלאכים אז די וועלט וועט מוזן ווערן צוריק תוהו ובוהו אויב וועלן זיי האבן טענות אויף די הנהגה פון השי"ת. דאס איז נישט געווען קיין סטראַשע אדער א שטראף, אדרבה, עס איז געווען אן ערקלערונג, אז אפילו פאר מלאכים און שרפי מעלה פון הימל איז נישט מעגליך צו באגרייפן די וועגן פון השי"ת. ווען עס פאסירט אזא שרעקליכע גזירה מן השמים, כאטש עס זעהט אויס שלעכט און ביטער, און כאטש מ'זעהט נישט קיין שום וועג בדרך הטבע וויאזוי דאס קען זיין גוט, דארף מען גלייבן און וויסן אז ס'איז לטובה און מיט א פונקטליכע חשבון. און דאס קען נישט ערקלערט ווערן פאר א בשר ודם, און אויך נישט פאר א מלאך! עס איז נישט מעגליך מסביר צו זיין די סודות הבריאה און פארוואס געוויסע זאכן דארפן געשען.
און די בת קול ערקלערט אז די איינציגסטע וועג וויאזוי מ'קען פארשטיין געוויסע חשבונות איז נאר אויב מען הייבט אָן די גאנצע בריאת העולם פון דאסניי, אויב דער רבוש"ע וואלט צענומען די גאנצע וועלט און מיר וואלטן צוריק געגאנגען ביז צו די מצב ווען די וועלט איז נאך געווען תוהו ובוהו, און דאן וועט אונז השי"ת ווייזן די פונקטליכע חשבון און סדר און השתלשלות פון די גאנצע בריאה אנגעהויבן פון ששת ימי בראשית, אויב מיר וועלן מיטהאלטן יעדע פרט און יעדע דעטאל, אפשר וועלן מיר האבן א שטיקל השגה אין וואס דא קומט פאָר.
אין אנדערע ווערטער, ווען מ'זעהט בלויז די דרויסנדיגע בילד וויאזוי עס שפילט זיך אפ יעצט פאר די אויגן, איז נישט פארהאן קיין מציאות צו פארשטיין וואס טוט זיך אפ טיף אינעווייניג, וואס פאר א חשבונות עס זענען דא פון דורות פריער און דורות ווייטער, און ס'איז א שאָד די צייט פון וועלן פארשטיין.
יעקב אבינו גיבט די עצה פון גם זו לטובה
אצינד צוריק צו אונזער פרשה: אין ספרים הקדושים ווערט געברענגט בשם הרה"ק רבי בונם פון פרשיסחא זי"ע און נאך, וואס האבן געטייטשט דעם פסוק וַיְחִי יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם שְׁבַע עֶשְׂרֵה שָׁנָה, "ויחי יעקב בארץ מצרים" יעקב האט געלעבט אין גרויס צער און האט ווייט נישט געהאט א גרינג לעבן, ווי עס איז מרומז אינעם ווארט מצרים וואס איז א לשון פון מֵיצָרִים און ענגשאפטן, אבער ביי איהם איז אלעס גוט געווען און ער האט אלעס מקבל געווען באהבה, ווי די תורה הקדושה איז מרמז "שבע עשרה" שנה, זיבעצן איז בגימטריא 'טוב', און יעקב אבינו נעמט אלעס אָן און זאגט אז ס'איז גוט גם זו לטובה. און ווי די ספרים הק' זאגן, האט יעקב אבינו געגעבן אט די עצה פאר זיינע קינדער און זיינע דורות, יעצט ווען עס פאנגט זיך אָן די שווערע גלות מצרים, וויסן זאלט איר אז די איינציגסטע עצה זיך מחזק זיין און צו עקזיסטירן איז דורכ'ן גלייבן און זאגן גם זו לטובה און אננעמען אז אלעס וואס השי"ת טוט איז גוט.
און דאס איז די הדרכה וואס די תורה הקדושה גיבט אונז, ווען עס קומט א מצב פון "נסתמו עיניהם ולבם של ישראל מצרת השעבוד" דארף מען געדענקן
דעם דעם לימוד פון וַיְחִי יַעֲקֹב בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם שְׁבַע עֶשְׂרֵה שָׁנָה, די חיות און התחזקות פון יעקב אבינו וואס איז געקומען דורך דורך געדענקן די 'שבע עשרה' וואס איז בגימטריא טוב, און זאגן גם זו לטובה.
אבער מען דארף וויסן נאך מער, אמאל קען ווערן א שטארקע 'נסתמו', ווי עס איז טאקע מרומז אין די ווערטער נסתמו עיניהם ולבם של ישראל, אז אמאל אפילו דער מענטש פראבירט צו 'זעהן' אלעס גוט, ער געוואוינט זיך טאקע צו אנצוקוקן יעדע זאך לטובה, אבער פאָרט קען אמאל קומען גאר שווערע צייטן ווען די חושך און די הסתר איז אזוי גרויס, אז אין הארץ הייבן אָן זיך אריינצוכאפן ספיקות און תרעומות, און צומאל איז עס אזוי טיף אינעווייניג אז דער מענטש קען עס קוים באמערקן און אָנטאַפּן, עס איז פארהוילן און באהאלטן אין די טיפע קעמערלעך פון זיין הארץ. און אויך אויף דעם פאָדערט זיך אן עבודה פון א איד זיך מחזק צו זיין אין אלע אומשטענדן, אפילו ווען ס'איז "פרשה זו סתומה" אינגאנצן און ער פארשטייט גארנישט און זעהט נישט קיין שום לעכטיגקייט דערין, דאָך דארף מען ווייטער גלייבן מיט א תמימות און התבטלות און גלייבן אז ס'איז גם זו לטובה אפילו ווען מ'פארשטייט נישט און מ'זעהט נישט, ווייל אפילו א מלאך קען דאס נישט משיג זיין, נאר דער רבוש"ע אליינס, ווי מיר האבן אויבן דערמאנט.
די ישועה וואס איז געקומען מיט איבער טויזנט יאר שפעטער!
און דאס איז די כוונה פון די ווערטער פון יעקב אבינו צו יוסף ווען ער זאגט איהם דער פסוק ואני בבואי מפדן, טייערע יוסף, אודאי ווייס איך אז דו ביסט הייליג און ריין און דו האסט קיינמאל נישט געהאט קיין שום טענות און תרעומות אויף וואס עס האט נאר פאסירט צו דיר, דו ביסט נקי פון יעדע ברעקל חשד, אבער דאָך איז פארהאן גאר א האַקעלע נקודה און א דַקוּת'דיגע פלאץ אין די טיפענישן פונעם הארץ וואו עס קען צומאל נתעורר ווערן א שווער הארץ ווען זאכן זענען שווער און ביטער, און פון דעם איז כמעט קיינער נישט ריין, אפילו דער גרעסטער צדיק דארף הארעווען און ארבעטן אויף אט די נקודה. און דאס איז מרמז דער "וידעתי שיש בלבך עלי", טיף אין הארצן קען אמאל זיין א קליין ברעקל טענה, וואס אפילו ווען דער מענטש פראבירט אלעס צו זעהן און אפטייטשן מיט גוטע אויגן, דאָך ווערט נסתמו עיניהם ולבם, אלעס ווערט פארשטאפט און צוקלאפט, זאלסטו וויסן אז אויך דעמאלטס איז דא א פונקטליכע חשבון פון הימל און אלעס איז לטובה אפילו ווען עס האט נישט קיין שום פארשטענדליכע הסבר.
און דא ברענגט איהם יעקב א מורא'דיגע ראיה, גיב נאר א קוק פארוואס השי"ת האט באפוילן אז מ'זאל באערדיגן מאמע רחל אויפן וועג אין בית לחם, ווייל מיט איבער טויזענט יאר ארום גייען אירע קינדער ווערן פארטריבן אין גלות און זיי גייען דארפן מעורר רחמים זיין! הקב"ה האט שוין דאס אנגעגרייט אזויפיל יארן פריער, נאך איידער ס'איז בכלל געווען א כלל ישראל, ווייל די אידן וועלן דארפן צוקומען צו די תפלות פון רחל אמנו וואס וועט דעמאלטס ארויסגיין פון איר קבר און שרייען און וויינען צום אייבישטער, ווי דער פסוק זאגט (ירמי' ל"א) קוֹל בְּרָמָה נִשְׁמָע נְהִי בְּכִי תַמְרוּרִים רָחֵל מְבַכָּה עַל בָּנֶיהָ מֵאֲנָה לְהִנָּחֵם עַל בָּנֶיהָ כִּי אֵינֶנּוּ, ביז השי"ת וועט איר מבטיח זיין כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ נְאֻם ה' וְשָׁבוּ מֵאֶרֶץ אוֹיֵב, וְיֵשׁ תִּקְוָה לְאַחֲרִיתֵךְ וגו' וְשָׁבוּ בָנִים לִגְבוּלָם.
און אז דאס איז דער טעם, דאן וויאזוי איז בכלל מעגליך אז א בשר ודם מיט פליישיגע אויגן זאל דאס קענען משיג זיין? וויאזוי קען ער באגרייפן אז צענדליגע דורות שפעטער וועלן אידישע קינדער דארפן האבן מאמע רחל דווקא אויף דעם ארט?. און דעריבער דארף דאס דינען אלס א חיזוק און א קלארע באווייז אז די וועגן פון השי"ת זענען אינגאנצן פארהוילן פון אונז און מיר קענען זיי נישט פארשטיין אפילו ווען מיר פראבירן מיט אלע כוחות.
אריינבאקן אין זיך אט די ריינע אמונה פון קינדווייז אן
און דאס איז דער יסוד וואס מיר חזר'ן איבער מיט די לעכטיגע תינוקות של רבן יאר נאך יאר נאך פון זייער פריסטע יוגנט אט דער פסוק פון ואני, אז דא ליגט א חשבון פון איבער טויזנט יאר שפעטער! דער בורא כל עולמים וואס ווייסט און זעהט אלעס, ער האט אנגעגרייט א ישועה פון פאָראויס, און אפילו ווען מיר זעהן גארנישט און פארשטייען גארנישט און עס איז נסתמו עינינו ולבנו דאָך זאל מען וויסן געדענקן אז אלעס האט א פונקטליכע חשבון און א פלאן.
ווייל טאקע דאס דארף א איד אריינבאקן אין זיך פון קינדווייז אָן כדי קיינמאל נישט צו פארגעסן דערפון אין קיין שום מצב, און אפילו ווען ס'איז זייער שווער זיך מחזק צו זיין און מ'זעהט ממש נישט דעם חשבון און די געטליכע פלאן וואס איז לטובה, דארף מען וויסן אז עס האט נישט קיין פשט צו וועלן באגרייפן און פארשטיין, ווייל אויסער אויב השי"ת וועט צענעמען די גאנצע וועלט און ווייזן פארן מענטש יעדע שטיקל פונעם 'פּאָזל' פארוואס עס געפונט זיך דווקא אויף איר באשטימטע ארט, איז נישט פארהאן קיין וועג דאס צו פארשטיין.
און ממילא איז וויכטיג צו באטאנען אז אדרבה, ווען א מענטש ווערט פארנומען מיט מאכן הימלישע חשבונות און אריינלערנען פשט אין זאכן וואס פאסירן צו איהם, כאילו ער קען באמת וויסן און ארויסהאבן די טיפקייט דערפון, זאל ער וויסן אז ער באגייט א גרויסע טעות, ווייל דאס וועט איהם סתם צוברעכן און איהם נישט ברענגן אין ערגעץ.
אנשטאט דעם דארף מען אינגאנצן מבטל זיין דעם דעת צום גרויסן טאטן אין הימל און זיך מחזק זיין מיט אמונה פשוטה און תמימות אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד, און וויסן קלאר אז מען קען נישט און מען דארף נישט פארשטיין פארוואס און פארווען, און אמאל איז עס א חשבון וואס וועט דויערן טויזנט יאר אדער מער צו וויסן וואס די טובה איז געווען.
און ווי די תלמידי בעש"ט זי"ע ברענגן, אז ווען א איד איז זיך מחזק און ער גלייבט אז אלעס איז לטובה, וועט דאס משפיע זיין אז די זאך וועט באמת ווערן איבערגעדרייט צום גוטן און ס'וועט נתגלה ווערן די רחמים וחסדים דערפון. זאל השי"ת העלפן אז מיר זאלן זוכה זיין דאס אויסצופירן למעשה, דאס ריכטיג וויסן, אנערקענען, און געדענקן, און מיר זאלן זוכה זיין צום "חזק חזק ונתחזק" צו די גאנצע התחזקות און ישועה פון הימל אין אלע ענינים לנו ולכל ישראל במהרה בימינו.
לסיכום געדענק:
• די עצה וואס יעקב אבינו האט אונז געגעבן ווען ס'ווערט ח"ו נסתמו עיניהם ולבם של ישראל, זיך מחזק זיין און גלייבן אז אלעס איז לטובה.
• דאס ארבעטן מיר צו געדענקן און חזר'ן מיט אונזערע קינדער אז עס איז נישט מעגליך פאר אונז צו פארשטיין די וועגן פון השי"ת, און אמאל וועט די טובה ערשט נתגלה ווערן טויזנט יאר שפעטער!
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com