בלאט 1 פון 2

שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 10:47 am
דורך קידוש
אין די לעצטע יאר-צוויי האט זיך א לאז געטאן א נייע עפאכע, היימישע שוויצן נאר פאר מענער אין היימישע געגענטער.

פון איין זייט וועלן עס מאנכע אנרופן א נייע סארט פראסטע זאך אדער א נייע לוקסוס, די אלע שוויצן בעטן מינימום א הונדערטער נאר אריינצוגיין, און נאך געלט פאר עסן טרינקען וכדומה, פון די אנדערע זייט איז עס א אכשר דרא, ביז היינט פלעגט זיין נאר געמישטע שוויצן אזוי ווי BRC, SOHO, KINGS,
ווי מען קען טרעפען היימישע יונגעלייט אין איין נאסע שוויץ מיט נאקעטע גוי'טעס,

שוויצן בכלל, ווי מען פלעגט עס אמאל רופן 'די בעדער', האט נישט געהייסן קיין עקסטערע לוקסוס, נאר א וויכטיגע זאך פאר די ביינער און געזונט, אביסל זיך אויסצוטשוכענען די זעקל ביינער און סטרעס.

אין ראדני שול פלעגט זיין א שוויץ אפן ביז צענדליגע יארן צוריק, ביז מען האט עס פארמאכט צוליב מעשיות.
סקווירא רבי פלעגט פארן יארן צו פרעשבורג פאר די בעדער (געזונטע נאטורליכע מינעראלן וואסער).

געהערט האב איך אז איינע פון די בעלי בתים פון די נייע שוויץ אין מאנסי איז פאר'ן עפענען געגאנגען צו צוויי ערנסטע רבנים אין זיין שטאט, און זיי געזאגט אז ער וויל זיי ערגעץ טראגן פאר אפאר שעה. זיי זענען אראפגעפארן מיט זיין קאר אין א זונטאג, געזיצן אין קאר אינדרויסן פון איינע פון די באקאנטע שוויצן וואס איז געמישט מיט פרויען ליידער, און פאר די רבנים איז ממש שלעכט געווארן צו זען וויפיל חסיד'ישע אינגעלייט גייען דארט אריין מיט וואלענע ציצית אינדרויסן.. בקיצור ווי מען זאגט אז רעסט איז היסטארי, און טאקע אין אלע שטעט איז די שוויצן לכתחילה עפראווט פון די רבנים און וועד הצניעות!

אין מאנרא שוויץ איז טאקע דא אן איסור פאר בחורים אונטער 18,

די ערשטע אזא שוויץ איז דאכט זיך געווען שלאמיאק אין בארא פארק, וואס רופט זיך Spa 60, אויף א היימישע פארנעם אויף 60 סטריט אין בארא פארק.

די צווייטע אין די רייע איז די באקאנטע שוויץ און קרעטשמע ספא 42 אין מאנרא אינדרויסן פון שטעטל קרית יואל, געפירט דורכ'ן אלעמען באקאנטן ברוך גלויבער, וואס דאס איז א חידוש אביסל אנדערש ווי די אנדערע אז עס האט אויך א רעסטוראנט אויפן פלאץ, און א באר מיט טרינקען איז אויפן וועג,

די דריטע איז געווען מרחץ אין מאנסי, וואס איז געפירט דורך פערל, א גאר שיינע נייע ברענד ניו פלאץ.

ווי אויך איז דא די באקאנטע Vibes פלאץ אין מאנסי, די געוועזענע lifeplex וואס איז אויך נאר פאר מענער און האט א גוטע שוויץ.

יעצט קומט אויף די רייע פאר וויליאמסבורג עיר הקודש, the oak room spa

לויט מיין מיינונג איז דאס די נייע VIP CLUB ווי די עליטע וועלן מאכן ביזנעס דיעלס אנשטאט די ווארעמע מקוה בורות,

סך הכל די איינציגסטע כשר'ע אוטלעט ביז יעצט איז געווען עסן/ פרעסן און מוזיק - יעצט קומט צו שוויץ אויפן מאפע.

נעקסט קומט shvitz on wheels פאר יעדע רייסערישע איווענט, און eventually א באר און יעדע שוויץ מיט אלקאהאלישע געטראנקען...

לאמיר זעהן וואס קומט נעקסט....

( דיסקלעימער, א חלק אינפארמאציע קומט פון אנדערע מקורות)

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:29 pm
דורך די קעפעלע
פיינע ליסט.

איך מיין אז אפאר מקוואות אין בארא פארק פלעגן אויך האבן א שווי"ץ ביז נישט צו לאנג צוריק. עס איז געווען א חלק פינעם לייפסטיי"ל אמאל.

עס איז גראדע נאכאלץ נישט דא קיין גרויסע אויסוואל אין כשר'ע האטעל'ן וואס האבן באזונדערע שוויצן און האטאב"ס נאר פאר מענער.

דאכט זיך אז נאר די Raleigh Hotel האט איינס אינעם מקוה בילדינג עס איז גאנץ פשוט אבער עס טוהט די דזשא"ב.

עס וואלט געווען א שיינע זאך ווען מען קען האבן א גלאט כשר וועקעשו"ן מיט אלע צוגעהערן אויפן היימישע פארנעם.

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:43 pm
דורך קורקלענד
אויך זענען דא גוי'אישע שוויצן וואס געבן אוועק שעות על טהרות הקודש. שוין יארן וואס די ריזיגע ספּאַ88 פון מאנהעטן איז אפען ליל ששי אויסשליסליך פאר היימישע אינגעלייט. ווי אויך האט זיך לעצטענס אויפגעמאכט די טויערן פון א ערשט קלאסיגע שוויץ נעבן בארא פארק וואס הייסט וואורלד ספּאַ און געט אויך אוועק דאנערשטאג נאכט עקסקלוסיוו פאר היימישע אינגעלייט.

הרב יו''ט גלאזער האט לעצטע וואך באשיינט די אווענט אין וואורלד ספּאַ.

ב''ה כלל ישראל בליעט און דער עולם פארגינט זיך אביסל פונעם שיינע וועלט וואס דער באשעפער האט אהער געשטעלט.

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 1:14 pm
דורך צפת
וואס איז די חילוק צווישן ווייבס אין מרחץ, אין מאנסי. וועלכע איז בעסער?

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:53 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
די (היימישע) שוויצן האבן אויך א מקוה בור דארט, אדער נישט?
גייט מען מיט א בעידינג סוט, אדער מיט א מקוה סוט?

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 7:01 pm
דורך דערהויבענע איד
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:53 pm די (היימישע) שוויצן האבן אויך א מקוה בור דארט, אדער נישט?
גייט מען מיט א בעידינג סוט, אדער מיט א מקוה סוט?

ניין.
בעידינג סוט.

טאקע אינטערעסאנט פארוואס די וועד הצניעות'ער לאזן עס אריבער.

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 7:57 pm
דורך yesiknow
אז זיי לאזען גיין אין מקוה סוטס אנשים וטף פארוואס זאלען זיי אסערען די שוויץ מיט א מכנסים כמו שווים באסיין אין א וואדי בעסער ווי די געמישטע ווי דערמאנט פריער.

איך שיהיה אז מען איז העפי אינדערהיים איז אלעס גרינגער ודל

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 8:47 pm
דורך יואלמ
צפת האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 1:14 pm וואס איז די חילוק צווישן ווייבס אין מרחץ, אין מאנסי. וועלכע איז בעסער?
מרחץ איז א זייער ציגעשטעלטע spa מיט באקוועהמע שוויצן. ווייבס האט א שוואכערע שוויץ און ס'איז מער געמאכט פאר מענטשן וואס זיכן א פלאץ צי שווימען. איך מיין אז ווייבס איז מער בגדר דשים אין מרחץ איז בגדר spa.

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:04 pm
דורך צפת
וואס איז די אדרעס און די שעות פון מרחץ?

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:05 pm
דורך [NAMELESS]
איינער מיט עקספיריענס מיט די The oak שוויץ?

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:10 pm
דורך היכי דמי
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:53 pm די (היימישע) שוויצן האבן אויך א מקוה בור דארט, אדער נישט?
גייט מען מיט א בעידינג סוט, אדער מיט א מקוה סוט?
מרחץ אין מאנסי האט א מקוה.
אסאך מענטשן גייען דארט ערב שבת. מען כאפט א טבילה און שוויץ לכבוד שבת

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:13 pm
דורך חיים׳ל ברוקלינער
ווארלד ספא נעבן בארא פארק האט אויך א כשר׳ע רעסטוראנט.

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:16 pm
דורך חיים׳ל ברוקלינער
ספא 60 אין בארא פארק קאסט הונדערט טולער אריינצוגיין.

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:43 pm
דורך ים של שלום
חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:16 pm ספא 60 אין בארא פארק קאסט הונדערט טולער אריינצוגיין.
יעצט קוק שוין אויס די צען דאללער׳דיגע מקוה ערב יום טוב א מציאה

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:05 am
דורך whatever
וואו איז דא אזאנס אין די געגענט צו גיין פריוואט מיט'ן ווייב?

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:08 am
דורך whatever
https://lxure.com/villas/brooklyn-spa/

דא בין איך שוין געווען, זייער געשמאק, איך קען ביישטיין עפעס אנדערש און מער

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:14 pm
דורך געזונטערהייט
whatever האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:05 am וואו איז דא אזאנס אין די געגענט צו גיין פריוואט מיט'ן ווייב?

AIRE Ancient Baths New York

https://beaire.com/en/aire-ancient-bath ... tent=carta

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:46 pm
דורך קליינע צדיק
יעצט געזען די ווידיוא פון ארי סאמעט ביי די שוויץ אין וויליאמסבורג עס זעט אויס צו זיין נעקסט לעוועל

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:03 pm
דורך whatever
געזונטערהייט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:14 pm
whatever האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:05 am וואו איז דא אזאנס אין די געגענט צו גיין פריוואט מיט'ן ווייב?

AIRE Ancient Baths New York

https://beaire.com/en/aire-ancient-bath ... tent=carta
זעהט אויס זייער גוט
איז דא עפעס ביליגער? איך דארף נישט די massages

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 9:28 am
דורך ראצפערט
אין די אלע היימישע שוויצן האט א פשט צו גיין אליינס אדער עס קומט צו גיין מיט א חברותא אדער א גרופע ?

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער- די נייע VIP CLUBS

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:56 pm
דורך פרייליכע איד
whatever האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:03 pm
געזונטערהייט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 5:14 pm
whatever האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 1:05 am וואו איז דא אזאנס אין די געגענט צו גיין פריוואט מיט'ן ווייב?

AIRE Ancient Baths New York

https://beaire.com/en/aire-ancient-bath ... tent=carta
זעהט אויס זייער גוט
איז דא עפעס ביליגער? איך דארף נישט די massages
איינער ווייסט פון אזא פלאץ אין אפסטעיט?

ישר כח ולמצוה גדולה יחשב!

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:24 pm
דורך צוויי
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען שוויצן
קען איינער אריינקומען מיט די סדר השוויץ, וואס טוט מען, וואס איז די הנאה, א.א.וו.

Re: שוויץ אין היימישע געגענטער - די נייע VIP CLUBS

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:05 pm
דורך מנחם מנדל
צוויי האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:24 pm איך בין נאך קיינמאל נישט געווען שוויצן
קען איינער אריינקומען מיט די סדר השוויץ, וואס טוט מען, וואס איז די הנאה, א.א.וו.
מען שוויצט זיך גוט אויס מען אטעמט אריין, מען בעזעמעט זיך גוט אויס, פרוביר עס איינמאל, וועסט עס פונקטליך פארשטיין.