טאלעראנץ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 730
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2256 מאל

טאלעראנץ

שליחה דורך אלפא »

הבהרה: אינו מוגה!

דא האב איך געשריבן צו מען דארף ליב האבן (אדער מ'מעג פיינט האבן) נטורי קרתא, פאר זייערע מעשים וועלכע לויט געוויסע שטיצט רציחה.
דא האט @הוגה געשריבן א שיינע ארטיקל און געפרעגט אן ענליכע שאלה, צו טאלעראנץ איז עפעס וואס מ'קען בכלל עררייכן אינגאנצן בעת וואס מיר זענען פארגלייבט מיט אונזער מיינונגען, אדער איז עס אן אילוזיע וואס מיר רעדן זיך איין איז גרייכבאר.
אין יענעם אשכול טענה'ט @לעיקוואד אז טאלעראנס איז נאר מעגליך אונטער מאראל רעליטיוויזם אדער נייהיליזם – וועלכע נייטראליזירט די אפציע אז א צווייטע איז אבסאלוט פאלש, און מאכט אונז אומזיכער מיט אונזער צד – גענוג אז מיר קענען טאלערירן דאס פאקערטע. ער טענה'ט אז אן פלוראליזם איז נישט באמת מעגליך צו טאלערירן עפעס וואס מיר האלטן איז אבסאלוטע שקר.
ער טענה'ט אויך דארט בנוגע די טאלעראנץ פאראדאקס, אז צו האבן זערא טאלעראנץ צו די וועלכע טאלערירן נישט בשיטה – איז נישט קיין פראבלעם מיט די ברייטערע פרעמיס פון טאלעראנץ.

אין א לענגערע שמועס מיט א חבר נעכטן, פארציילט ער מיר וויאזוי ער איז נאכאלץ אונטערן איינדרוק און אונטער די שולד געפילן פון זיינע מעשים אין די בחור'ישע יארן. ער האט פון גאנץ א פריע יוגנט באקומען צוטריט צו די שמוציגע זייט פון דעם אינטערנעט און פון דאן ביז די אכצן יאר אלט איז ער געווען פארזינקען דארט – הגם פון אינדרויסן איז ער געווען בסדר, און ער האט חתונה געהאט ווי געהעריג. אבער ווי ער זאגט זענען די שולד געפילן נאך אלס אין זיין באגאזש, עד כדי כך אז עד היום איז ער נאך אדיקטעד צו צייט פארשווענדעריי/ מאווי אדיקציעס וכו' וואס ער איז תולה אין די נישט קענען ארויסקריכן פון די סאמעטוכע. צו זיין ווייב האט ער אויך נישט גערעדט כמעט וועגן דעם – ווי ער זאגט איז עס צו פערזענליך און ווייטאגליך צו קענען זיין וואנרעבל איבער דעם.

מיר האבן געשמועסט צו עס איז דא א צווייטע וועג ארויס דערפון חוץ זיך פיזיש אפהאקן פון די אפארטוניטיס דורך פילטערס און זיך האלטן פארנומען וכדו' (וועלכע איז נישט זייער עפעקטיוו און קען אסאך מאל בעקפייערן..). אבער מער פון דעם האבן מיר דיסקוסירט וויאזוי זיין לעבן וואלט געווען אנדערש אויב ער וואלט אויפגעוואקסן א גוי, ביי וועלכע די נושא איז נישט מער ווי א יומעניסטיק און פראגמאטישן פראבלעם – אויסשניידנדיג די רעליגיעזע/מאראלישע שולד געפילן?!
נניח אז אין די טעכנישן זין וואלט זיין לעבן געווען פונקט די זעלבע, טענה'ט ער אז די עצם רעליף אדער אבסענס פון די שולד געפילן וואלטן אים געמאכט זיין מער אויפריכטיג און מער קאזואל איבער זיין פראבלעם – און לכאו' אים ערמעגליכט זיך ארויסצוזען דערפון גרינגער..
דאס איז א נקודה ווי אומטאלעראנץ (- דאס מאל איידיאלאגישע/רעליגיעזע) איז די שליסל צו נישט קענען אקצעפטירן דאס פראבלעם און לכבוד דעם זיין אריינגעדרייט דערין שטערקער.

אליעזר קרויס אין זיינע לעצטיגע שמועסן איבער טעראפיסטן ברענגט ארויף די נושא אז רוב געלערנטע טעראפיסטן זענען אינדאקטרינעטעד געווארן אדער האבן אנגענומען די ליבעראלע השקפות, בפרט לגבי אזעלכע נושאים ווי LGBT און אנדערע זאכן וואס ע"פ תורה איז אומטאלערירבאר און זיי טאלערירן דאס יא. און אין ליכט פון די פריערדיגע דוגמא ווי טאלעראנץ איז צומאל די איינציגסט שליסל צו באמת ווערן באפרייט (עכ"פ במקצת – ווי דאס ווארט: עס איז בעסער צו קוקן אויף פרויען און טראכטן פון די וואנט ווי קוקן אויף די וואנט און טראכטן פון פרויען...) ווערט די נושא הייסער, וואס איז די ריכטיגע וועג צו גיין? זאל מען דאס נישט טאלערירן און די פראבלעמען בלייבן סטאק, אדער זאל מען דאס יא טאלערירן אנקעגן די אנגענומענע השקפה און אזוי ארום נייטראליזירן?
יעצט, עס איז ווי געזאגט, נישט מוכרח אז די 'פראבלעמען' גייען טאקע אוועק בלויז דורך טאלעראנץ, אבער עס איז יא וואר אז עס ווערט מינימיזירט – כאטש אין די סענס פונעם ווארט 'פראבלעם' אליין, נעמליך, אויב טון X איז לכתחילה נישט קיין פראבלעם אין א געוויסע פערספעקטיוו, דאן סיי דארף קיין הילף נישט זיין געריכטעט אהין, אדער עכ"פ דארף מען אויך נישט זיין פארנומען מיט דעם - אין די קאנטעקסט וואס עס פארנעמט אנדערע פרודאקטיווע צייט און כח פון די טעגליך לעבן, וואס די פאקט אליין איז א מעלה סיי ברוחניות און אודאי בגשמיות כמובן.


לאמיר יעצט נעמען טאלעראנץ פאר זיך און כאפן א מער דעטאלירטן בליק דערויף.

צום אלעם ערשט איז וויכטיג איינצוטיילן די סוביעקטן איבער וועלכע מ'איז דן צו מ'זאל טאלערירן, אין דריי קאטעגאריעס.
1. פון איין זייט זענען דא פארשידענארטיגע און פארקערטע מיינונגען/ שיטות/ איידעאלאגיעס/ שטעלונגען - וועלכע זענען אפגעפרעגט ביי אנדערע מענטשן.
2. דאן זענען דא אקטן און מעשים, וועלכע זענען אין מאנכע'ס אויגן אומעטיש און שאנדפול.
3. דאן איז דא די מאן דאמר אליין – דער מענטש וואס האלט די מיינונג אדער טוט די אפגעפרעגטע פעולה, און די שאלה וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אים.

פון א טעארעטישן שטאנדפונקט איז גאנץ גרינג צו זאגן אז מיינונגען איז נישט קיין שום פראבלעם צו טאלערירן, אפי' עס איז לגמרי אומלאגיש אין מיינע אויגן. דאס מוז בפשטות אפי' נישט קומען מתוך א פלוראליסטישע שטעלונג - אז גארנישט איז נישט אביעקטיוו אמת – אזויווי מיכאל אברהם ברענגט ארויס, אז טאלעראנץ צו אנדערע מיינונגען און גיבן די אטאנאמישע רעכטן פאר אנדערע מיטן פראבאביליטי פאר טעותים איז א שטערקערע וועליו ווי גערעכטיגקייט, דאס איז אפי' עס איז ביי מיר זיכער אז די צווייטע שטעלונג איז פאלש דורכאויס.
לגבי שלעכטע מעשים קען מען אויך גרינגערהייט מאכן דעם ארגומענט אז זערא טאלעראנץ איז די מהלך צו נעמען, בפרט ווען עס האקט אונטער אנדערעמ'ס רעכטן פון לעבן, פרידאם, און פראפערטי. (פריוואטע אוממאראלישע אקטן איז שוין מער קאמפליצירט..) סיי פון א יוטיליטעריען פערספעקטיוו אז מ'דארף רעדוצירן פעין און סיי אלס די קאנט'יען ג'ענעראל רול אז עס קען ווערן א כלליות'דיגע געזעץ. (ואכמ"ל).
לגבי דער מענטש אליין, איז ווייטער נישטא באמת קיין אביעקטיווע סיבה אים נישט צו קענען טאלערירן, ווילאנג עס שטיצט נישט, גיבט נישט קיין לעגיטימאציע, און פירט נישט, צו די מעשים אליין, קען מען אים ארויסווייזן טאלעראנץ פונקט ווי צו יעדן מענטש (אן אריינגיין אין פעלער וואס ער האט פערזענליך וויי געטון וכדו'..).

ווי זאכן ווערן אבער קאמפליצירט איז אין די פראקטישע ראלם.
און לאמיר מאכן סדר מיט די קאמפליקאציעס איינס ביי איינס:
קודם איז דא די פראבלעם מיטן מחליט זיין וואס הייסט גוט און שלעכט אויפן ערשטן פלאץ. דאן קומט די אקטועלע קאטעגאריזירן חלק וואו מ'דארף מבחין זיין וואס פאלט אריין אין וועלכע כלל, און דיסאגרימענט פארנעמט די סאמע אויבן-אן אזוי ווי שטענדיג. און די שווערסטע חלק פאסירט אין א צווייטע ראלם אינגאנצן – דאס איז איבער די שאלה צו 'נעגאטיוו נעגאטיוו איז א פאזיטיוו (-נישט נישט איז יא)' אדער 'נעגאטיוו נעגאטיוו איז נישט קיין נעגאטיוו און אויך נישט דוקא קיין פאזיטיוו', און לאמיר גיין שטייטליך.

ווען מ'רעדט וואס ס'הייסט גוט און שלעכט, איז נישט שווער ממחיש צו זיין אז האלטן פון: טראמפ, רוסלאנד, פאלעסטינע, עבארשן, אטעאיזם, ג'ענדעריזם, גאן קאנטראל, יו-נעים-איט, איז שנוי במחלוקת נאך איידער וואס ווען ווער, אטאמאטיש ווען מ'רעדט צו מ'דארף טאלערירן X גייט דאס זיין די ערשטע וועריובל אין די עקוועישאן. די זעלבע גייט פאר מעשים: סעים ס**ס מערידזש, דראגס, חילול שבת, גיין מיט אראבער, וכו' איז פאר אלעם אנגעקוקט איין וועג אדער די צווייטע.

דאן קומט די חלק פון מבחין זיין. לצורך דעם לאמיר נעמען א זאך וואס איז אנגענומען ביי יעדעם: רציחה לדוגמא, יעדער איז (האפענטליך) מסכים אז הרג'נען אן אומשולדיגן איז אפגעפרעגט. דא קומט אבער אריין א גרויע זאנע פון ווען איינער האלט אז מ'דארף יא הרג'נען איינעם – וואס אלס אפיניען אליין וואלט מען טעארעטיש געקענט טאלערירן – אבער אין רעאליטעט פירט די עצם האלטן און רעדן אזוי אז אקציעס זאלן נאכפאלגן, וועלכע ברענגט אז מ'זאל נישט קענען געבן קיין גרין קארד פאר געוויסע מיינונגען צו ווערן געלופטערט און געהאלטן. העיט ספיטש, ראסיזם, א.ד.ג. זענען אלע אין די גרויע זאנע וואס פאר זיך וואלט נישט געדארפט זיין קיין פראבלעם, נאר וויבאלד שיטות עקזיסטירן נישט בפועל אין קיין וואקיום מוז מען נעמען שריט איידער עס גיסט זיך איבער צום למעשה. די דזשאדזשמענט וואס איז אויפן בארדערליין און וואס קען טאלערירט ווערן איז די סוביעקט צו מאסיווע דעבאטעס, בפרט אין די היינטיגע קענסל קולטור וועלכע האט גענומען א שטיקל עקסטרעמע שטעלונג דערין צו פארשווייגן ווייטע חששות וועלכע קענען כולי האי ואולי פראמאטן ווייעלענס וכדו'. אזוי אויך אין רעליגיעזע סביבות זענען זייער אסאך מיינונגען אסור לבא בקהל משום גזירה ומשום חשש סירכא – ווי די פראבלעם איז ווייטער נישט (לכאו') אין די שטעלונג אליין נאר אין די כח וואס עס פארמאגט נאכצושלעפן די מעשים. [כמובן זענען אין געוויסע פונדאמענטעליסט סביבות געוויסע מחשבות אליינס א פארעם פון א שלעכטע 'אקט' און עס וועט לכתחילה נישט אריינגיין אין די 'מיינונג' קאטעגאריע נאר וועט הייסן א מעשה פאר זיך (-ע"ע כפירה, הרהורי עבירה..)]

די דריטע חלק איז די שאלה צו נישט זאגן ניין הייסט געזאגט יא. און דאס קומט די מערסטע אריין ווען מ'רעדט פון טאלערירן 'די מענטש' אליין (-3'טע קאטעגאריע פון אויבן..). דהיינו, א מיינונג אדער אקט זענען אפהענגיגע זאכן בדרך כלל, און מען קען פונאנדערטיילן צווישן באזונדערע מעשים און שיטות. דאס איז אבער זייער שווער צו טון מיט דעם פענאנים פון 'מענטש' וועלכע איז מולטיפעסטעד און איז אין דעפינאציע א קאמפאזיציע פון זיינע מיינונגען און מעשים, וועלכע מאכט אוממעגליך צו אננעמען א חלק בו בעת רעדזשעקטן א צווייטע חלק פונעם מדובר. וואס מ'קען אבער יא טון איז איגנארירן און זיך נישט צו טון מאכן פון געוויסע חלקים פון דער מענטש (פאקטיש גערעדט איז אפי' נישט מעגליך זיך יא צו טון צו מאכן פון אלע חלקים אויפאמאל..), און דא איז ווי מ'קען דעבאטירן צו 'טאלערירן' דעם מענטש – איגנארירנדיג זיינע שלעכטע מעשים/חלקים – מיינט אטאמאטיש אז מ'טאלערירט די שלעכטע מעשים אויך (- נישט זאגן ניין צו דעם בשעת מעשה מיינט זאגן יא.. ) אדער מ'קען דערהערן די ספליט צווישן נישט זאגן די ניין און זאגן די יא.

עס איז באמת אסאך א ברייטערע נושא ווי דאס און עס רירט אן אסאך אין לענגווידזש-שפראך פילאזאפיע, צו יעדע הגדרה מיינט בהחלט די נעגעישען פון אלעס אנדערש אדער נאר פון ספעציפישע זאכן ארום. די דעבאטע צו אנטי-זייעניזם איז אנטי-סעמיטיזם איז אויך אביסל תלוי אין דעם, ווייל רעדזשעקטען זייעניזם קען נישט גיין סיימאלטעניאס מיטן סופארטן אידן קען דאס ווערן אנגעקוקט ווי א פאקטישע סתירה. די זעלבע איז בכלל מיט די גאנצע מלחמה וואו יעדער נעמט זיך זייטן, און אזוי ווי איך האב דא ארויסגעברענגט קומט דאס נאר מכח נישט קענען האלטן צוויי הפכים אויפאמאל און די טשויס וועלכע יא צו האלטן סטעמפלט אפ די גאנצע איידעאלאגיע. ואכמ"ל.

עס איז דא נאך א נושא און דאס איז די אידישע חלק צו מ'דארף ליב האבן יעדע איד/מענטש, און וואס די הלכה איז לגבי שלעכטע מענטשן – צו מ'מעג פיינט האבן, און ווען. וואו אין דעם קומט אריין דעם 'ואהבת לרעך', 'לא תשנא', יתמו חטאים ולא חוטאים, אוהבי ה' שנאו רע, משנאיך ה' אשנא, מיט אלע זייערע אינטערפערטאציעס, דרשות, מימרות, און עובדות. אויך גייט עס ווייטער לגבי די השלכות פון זאגן ימ"ש, שעלטן, און הרג'נען רשעים, און צו דאס אימפלייד בהכרח א שנאה אדער סיי וואס. איך וועל דאס אויסקראסן דאהי ווייל דאס דרייט מען סייווי לויט די פריסופאסד הנחות. ענליך צו דעם איז אויך דא די עמפירישע נושא צו מ'האט למעשה פיינט ווי @קהל'ס נער טענה'ט, און צו עס איז דא א געדאנק פון ארבייטן אויף זיך דערויף, און צו אנקאנדישענאל לאוו איז בכלל מעגליך (ע"ע אליעזר קרויס ווס טורקס..) אבער דאס איז אויך נישט נוגע דא ווען מ'רעדט אין די נארמאטיוו ראלם.



למעשה האבן מיר דא דריי וועריובעלס מיט דריי קאטעגאריעס, די וועריובעלס זענען 1. צו עפעס איז גוט/שלעכט. 2. צו מ'רעכנט עפעס אלץ פעולה אדער אלץ עפעס וואס קען האבן אומטאלערירבארע תוצאות. 3. צו מיטן טאלערירן איין זאך גיבט מען אטאמאטיש לעגיטימאציע פארן גאנצן פעקעדזש.
די דריי קאטעגאריעס זענען: שיטות, מעשים, און מענטשן.
ווען מ'קאמבינירט די קאמפלעקציטעטן פון די דריי טרעפן מיר זיך מיט אונזער מציאות אויפן גראונד!

און איך וועל צוריקגיין צו די נושאים וואס איך האב ארויפגעברענגט אין די אנהויב.
נטורי קרתא: זייער מיינונג דאכט זיך מיר באדערט נישט קיינעם. זייערע מעשים גייען שוין יא אריין אין די גרויע זאנע ווי געוויסע האלטן שטארק אז עס איז אומטאלערירבאר – טאקע ווייל זיי אליין 'טאלערירן' און אקצעפטירן די פאלעסטינע קאוס, וואס חוץ פון וואס דאס איז א בפירושע רעדזשעקשאן צו די מדינה און אין געוויסע מיינונגען -צו אידישקייט, וויבאלד זיי קאנדעמען נישט כאמאס, מיינט דאס אז זיי לעגיטימיזירן עס און דערפאר זענען זיי נדון ווי רוצחים ממש. וכמובן אז מיט דעם עטיטוד איז שווער צו קענען צוטיילן די דריטע חלק און ליב האבן נ"ק אלס מענטשן בעת רעדזשעקטן זייערע מעשים...
לעומת דעם שטייט די פאזיציעס פון אננעמען די מענטשן ביינזאם מיטן רעדזשעקטן די פעולות, אדער די מער מאדערעט פאזיציע פון מחלק זיין אז זייערע פעולות זענען נישט ממש רציחה אליין (ווי איך האב ארויסגעברענגט דארטן), און ווי געשמועסט מוז דאס נישט דוקא קומען פון פלוראליזם, ענדערש פון פשוט נישט קאנפלעיטן יעדע שיטה און אקט מיט דעם אומטאלעריבארן טייל...
ווען לעקוואד טענה'ט אז מען מוז זיין א פלוראליסט צו קענען טאלערירן, וועט דאס דארפן מיינען אז מען קען נישט האלטן אז יענעמ'ס אויפפירונג איז ענמעשט (-פאראיינציגט) מיט מיין טאלעראנץ ווייל אויב יא ווי אזוי ערלויב איך מיר דאס צו לעגיטימיזירן?! אבער דאס קומט נישט דוקא מכח פילאזאפישע פלוראליזם אדער מאראל רעליטיוויזם, נאר קען אויך קומען מכח מחלק זיין און די אויפפירונג אליין וועלכע חלק דערפון איז טאקע אומטאלערירבאר און צו דאס עצם שטיין מיט די מענטש אין סיי וועלכע פארם גיבט מיין אטאמאטישע אטאריזאציע.

אקצעפטירן איז באמת נאך אן אפצווייג פון אונזער נושא, וועלכע מיר האבן דערווייל נישט בארירט, דאס איז פשוט א שטערקערע טערמין צו טאלעראנץ, וואס דאס איז שוין טאקע א העכערע לעוועל און לעגיטימיזירן מער טיילן פון די בילד, דהיינו, אקצעפטירן ווערט נארמאל נישט אנגעקוקט נייטראל אזוי ווי מ'קען זאגן אויף טאלעראנץ, און אין אונזער נושא וואלט אקצעפטירן געווען די ליניע איבער וועלכע עס איז שווערע זיך צו טענה'ן אז דאס איז נישט קאנפלעיטעד מיט די שלעכטערע טיילן (צ.ב. אויב זאל נ"ק בפירוש 'אקצעפטירן' כאמאס, וואלט דאס זיכער געווען אן הסכמה צו זיי.. איבער די שאלה צו אונז דארפן אקצעפטירן אדער נאר טאלערירן?! – דאס גייט אריין מער אין די פריערדיגע נושא ווי ווייט מ'דארף גיין און צו מ'דארף ליב האבן וכו'..).


וואו עס בלייבט לכאו' שווער איז ביים די פסיכאלאגישע נושא פון טאלערירן LGBT, אדער גאר אקצעפטירן/מקבל זיין און משלים זיין מיט זיך און מיט די עבירות וואס מ'טוט, וואס דארט איז שווער צו טרעפן די וועג ארויס ע"פ אידישקייט. און הגם טאלעראנץ צום מענטש וואלט נאך מעגליך מיטגעגאנגען, איז אבער צומאל וויכטיג יא צו קענען אקצעפטירן און מער נארמאליזירן געוויסע פעולות וועלכע אימפלייד לעגיטימאציע, וואס ווי געשמועסט פאלט אונטער דעם 'זערא טאלעראנץ' זאנע. און די איינציגסטע וועג בלייבט צו מחליט זיין (וועריעבל #1) אז עס איז נישט אינהערענטלי 'שלעכט', און טוענדיג אין פסיכאלאגיע ברענגט פאר אסאך אנצונעמען דעם פאזיציע, וועלכע איז למעשה פראבלעמאטיש צו רעקאנסיילן מיט הלכה והשקפה...


איינער מיט אן אנדערע וועג ארויס?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר