פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
רעאגיר
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 661
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 970 מאל

פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?

שליחה דורך עמרם »

בעזרת הבורא ב''ה

די עולם איז טיף פארנומען מיט דברים העומדים על הפרק, די מלחמה אין ארצינו הק', די מלחמה פון נ''ק, אדער אין די סקווירא/ראחמיסטריווקא פאליטיק, אדער סתם אנדערע נייעס און אונטערסאנטע זאכן,

אבער איך ווייס נישט וויפיל האבן באמערקט אז ס'גאנץ מעגליך אז די קומענדיגע מוצ''ש זאל פאלן אן ערענסטע שניי אין די היימישע געגענטער פאר מער זעה דא

מיין שאלה צו אייך חשובע ליינער איז, פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?

אז קליינע קינדער האבן עס ליב איז נישט אזא קשיא משום כמה טעמים, אבער פארוואס האבן ערוואקסענע מענטשן אויך ליב ?
ס'איז טאקע דא עלטערע וואס גלייכן נישט אזוי די שניי, ע''פ רוב אזעלכע וואס ס'שטערט זיי און פארשידענע אופנים, אבער און אלגעמיין זענען דא אסאך וואס האבן דאס ליב, און די שאלה איז פארוואס ?

ס'קען זיין פשוט ווייל מ'איז אזוי געוואוינט פון אלץ קליין קינד, אדער ווייל אזוי דארף מען נישט גיין צי די ארבעט,
אבער ס'איז מן הסתם דא עפעס טיפערס פון דעם

(איך גיי נישט אריין אין תושבי ארה''ק וואס דארט ווען ס'שנייט איז ממש א יו''ט, ווי זיי רופן עס יום השלג,
און די עולם איז ממש אין די הימלען, איך רעד פון די נארמאלע אמעריקאנע אידן וואס עכ''פ אין הארץ ברענגט עס פרייד)

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר