בלאט 1 פון 1
פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:44 pm
דורך עמרם
בעזרת הבורא ב''ה
די עולם איז טיף פארנומען מיט דברים העומדים על הפרק, די מלחמה אין ארצינו הק', די מלחמה פון נ''ק, אדער אין די סקווירא/ראחמיסטריווקא פאליטיק, אדער סתם אנדערע נייעס און אונטערסאנטע זאכן,
אבער איך ווייס נישט וויפיל האבן באמערקט אז ס'גאנץ מעגליך אז די קומענדיגע מוצ''ש זאל פאלן אן ערענסטע שניי אין די היימישע געגענטער
פאר מער זעה דא
מיין שאלה צו אייך חשובע ליינער איז, פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
אז קליינע קינדער האבן עס ליב איז נישט אזא קשיא משום כמה טעמים, אבער פארוואס האבן ערוואקסענע מענטשן אויך ליב ?
ס'איז טאקע דא עלטערע וואס גלייכן נישט אזוי די שניי, ע''פ רוב אזעלכע וואס ס'שטערט זיי און פארשידענע אופנים, אבער און אלגעמיין זענען דא אסאך וואס האבן דאס ליב, און די שאלה איז פארוואס ?
ס'קען זיין פשוט ווייל מ'איז אזוי געוואוינט פון אלץ קליין קינד, אדער ווייל אזוי דארף מען נישט גיין צי די ארבעט,
אבער ס'איז מן הסתם דא עפעס טיפערס פון דעם
(איך גיי נישט אריין אין תושבי ארה''ק וואס דארט ווען ס'שנייט איז ממש א יו''ט, ווי זיי רופן עס יום השלג,
און די עולם איז ממש אין די הימלען, איך רעד פון די נארמאלע אמעריקאנע אידן וואס עכ''פ אין הארץ ברענגט עס פרייד)
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:45 pm
דורך טראפעלע
סברענגט א געוויסע רואיגקייט. אזויווי ים כוואליעס
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 4:50 pm
דורך אלפא
עס פארדעקט די אלע מענטשליך-געמאכטע סטרוקטורן, און פארשלייערט די גאנצע ארטיפישל האריזאנט, אונטער א ציכטיג ווייסע טישטוך פון ריין נאטור!
עס ברענגט אונז נאסטאלגיש צוריק - נישט נאר צו די קינדערישע purity - נאר צו די ווייכע שויס און די טיפע רואיגע סטרונעס וואס אומגעפאטשקעטע נאטור אפערירט...
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:05 pm
דורך ים של שלום
עס פארדעקט אלע גארבידש פון די ניו יארקער גאסן
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:18 pm
דורך מענדל
איך קריג מיך מיט די הנחה אז ערוואקסנע האבן ליב שניי אפשר ווען עס קומט אמאל אמאל אזוי ווי יעצט
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:26 pm
דורך קהל'ס נער
מען האט עס ליב ווילאנג מען זעיט עס ביי די פענסטער ווי א ענדלאזע מאווי, אבער איינמאל מען דארף דילן דערמיט שעלט מען ווי א ליבעראל ביי א ריעליטי טשעק.
יעצט תורה׳דיג (כ׳ווייס נישט צי די מציאות איז טאקע אזוי) איז א שניי ווערט ווי פינעף רעיגן׳ס, (דאכט זיך תענית. תלגא לטורי כחמשה מטרי לארעא) אויב אזוי איז טאקע דא וואס זיך צי פרייען, אז ס׳וועט וואקסן אסאך עסן.
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:45 pm
דורך שפילער
אן עדאלט וואס פרייט זיך פאר שניי איז פלעין סעלפיש , וויפל מענטשן גייען זיך דארפן פלאגן ארויסצושלעפן זייעער קאר און די שמיץ וואס שניי ברענגט
וּלְשִׂמְחָ֖ה מַה־זֹּ֥ה עֹשָֽׂה
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:28 am
דורך Yesh
ר' מנשה רייזמאן האט אמאל מסביר געווען, אז ווען עס שנייט ווערט ליכטיג אביסל פריער, איז זמן משיכיר אביסל פריער, קען מען לייגן ציצית פריער, הערשט א שמחה אויף די גאנצע וועלט, און די מענטשהייט ווערט נשפע.
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:35 pm
דורך מונטסורי
נאך א סיבה בדרך אפשר, לויט וויסענשאפטלער מאכט שניי שטילער דאס ארום דורך ״איינזאַפּען״ גערודער אין זיך (ספעציעל בשעת עס פאלט), דאס ברענגט א געוויסע רואיגקייט אויף די וועלט וואס מאנכע גלייכען.
נאדיר אפאר לינקס אויף די נושא:
https://www.psychologytoday.com/us/blog ... d-serenity
https://www.cpr.org/2020/02/04/yes-it-r ... the-storm/
https://techiescientist.com/does-snow-absorb-sound/
https://www.acentech.com/resources/the-quiet-snow/
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:58 pm
דורך ברוך שפינוזה
מונטסורי האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:35 pm
נאך א סיבה בדרך אפשר, לויט וויסענשאפטלער מאכט שניי שטילער דאס ארום דורך ״איינזאַפּען״ גערודער אין זיך (ספעציעל בשעת עס פאלט), דאס ברענגט א געוויסע רואיגקייט אויף די וועלט וואס מאנכע גלייכען.
און ווייניגער קארס פארן ארום אויף די גאסן
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:04 pm
דורך בעל אחריות
די פאני זאך איז אז אפילו ליינען דעם אשכול וועגן שניי האט מיך געמאכט רואיגער.
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:30 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
מענין לענין, זיי זאגן אז א קאזין'ס חתונה איז אזויווי שניי... נאר די קינדער פרייען זיך.
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:48 am
דורך די קעפעלע
THE POSITIVE EFFECTS OF SNOW
Snow has some terrific positive effects that are unique to the cold white stuff and the experiences they provide.
The sound of silence.
Chances are, you’ve experienced the overwhelming quiet when you step out into a freshly snow-covered landscape. It’s not your imagination. In fact, research by the University of Kentucky studied the acoustic properties of snow and found it absorbs up to 60% of sound—so the feeling of serenity and calm that comes from snowy environments is real—driven by so much quiet. But just as they tamp down background noises, snowy days can also amplify nature sounds like the crack of a tree in the nearby woods or birdsong. This too is relaxing. According to a study by University of Sussex, when people hear sounds of nature they experience more activity in the parts of their brain responsible for rest and relaxation. And these are most pronounced for
people who are most stressed out.
The stimulation of activity.
In addition to its calm influences, snow is also associated with happiness because of the activity it drives. It is true that exercise drives happiness, but snow sports, in particular, have positive effects. A study by Yonsei University found when people snowboarded or skied, they reported greater
pleasure, engagement and satisfaction.
The vitality of the outdoors.
Seeking a snowy environment can also help you feel more alive. According to research coming from the University of Rochester, when people spent more time in nature they felt greater vitality and improved resilience and physical health. Even 20 minutes per day in nature helped them to feel more energized and more positive.
The diversity of destinations.
Finding snowy venues may also contribute to your happiness and mental health because if offers diversity of experience. New York University
researchers found when people had a greater variety of activities and experiences they were in better moods and felt happier.
Overall,
nature is correlated with happiness and positivity. Researchers at the National University of Singapore analyzed 31,500 photos across 185 countries, which were uploaded to social media, and those reflecting nature significantly correlated with joy. So it’s smart to find natural environments where you can get out there—and enjoy the snow.
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:22 pm
דורך ודברת בם
אויב אונז וואלט מיר ווען געוואינט אויף North Pole וואלטן אונז ליב געהאט א רעגן. ס'איז א טשעינדזש און ס'איז the most wonderful time of the year..
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:37 pm
דורך ווייסעכניש
בעל אחריות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:04 pm
די פאני זאך איז אז אפילו ליינען דעם אשכול וועגן שניי האט מיך געמאכט רואיגער.
אפשר אין פלארידא וואלט מיך עס געמאכט רואוהיגער, נישט ווען איך דארף זיך ספראווענען אויף א טעגליכן פארנעם
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:46 pm
דורך האניג
איך האב זיך אויך געוואונדערט.
נאך מער, איך האב בעצם פיינט ווען ס'שנייט. איך דארף זיך שלעפן צו די ארבעט, זיין פארנומען ארויסצושלעפן די קאר וכו' אבער דאך פריי איך זיך ווען ס'שנייט...
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 2:31 pm
דורך האלטער
איך מיין אז די קאלאר ווייס איז פשוט משמח א מענטש. זען די גאנצע שטח פארדעקט מיט ווייס ברענגט א געוויסע שמחה און רואיגקייט. דאס איז טאקע נאר ווען מען קוקט פון פענסטער. ווען מען איז אינדרויסן איז שוין דא א חילוק צווישן קינדער און ערוואקסענע, ווי איין מגיב האט שוין פריער ארויסגעברענגט.
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:19 pm
דורך שוואכער
האלטער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 05, 2024 2:31 pm
איך מיין אז די קאלאר ווייס איז פשוט משמח א מענטש.
קען זיין. אינטרעסאנט אבער אז ווען דעי קאליר איז אויבן - וואלקענעס, אנשטאט אויף דער ערד - שניי, ווערט עס איבערגעדרייט צו פארכמארעט און פארוואלקנט (תרתי משמע)..
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 4:27 am
דורך האלטער
די פארכמארעטע וואלקענעס זענען בעיקר די מער שווארצע אדער גרויע. אבער אמת מיר קענען זיך נישט פארשטעלין די הימל זאל זיין אינגאנצן ווייס...
Re: פארוואס האבן מענטשן ליב שניי ?
נשלח: פרייטאג יוני 07, 2024 7:21 am
דורך צפת
שניי איז אזוי ווי דער שוויגער:
- פאלט אריין אויף א בליץ באזוך, אבער זי לאזט א מעסס אויף א לאנגע תקופה.
- קיינער דארף איר נישט האבן און בלויז די קינדער פרייען זיך צו איר.