פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב (אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
ווען איך רעד צומאל צו מער א תמימות'דיגע/פרומער מענטש, און ס'קומט ארויף א נושא ווא איך קען אריינווארפן א נקודה'לע וואס וועט אים עפענען א טראפקעלע (לדוגמא: ווען מיין ברודער זאגט מיר אז זיין ווייב טוט X אינדערהיים לשם אטראקציע, קען איך צולייגן א גרעסערע אויפרייס וואס מ'פירט זיך ביי מיר. אדער ווען איינער זאגט מיר א קשיא אין אמונה וואס ער האט אנדעקט קען איך עס פארברייטערן אביסל מיט מראה מקומות וכדו'.), זאל איך עס טון? אדער זאל איך מורא האבן אז עס קען בעקפייערן (סיי אין סיין בליק און סיי אויב ער קען עס אויספראקן ווייטער...)?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
פארבארגט איר אייערע טעלעפאן פאר אנדערע - ובפרט בחורים (ווען ס'איז בכדי שיעשו..), אדער האט איר מורא ער וועט נישטערן צווישן די מעסעדזשעס/בילדער וואס איר ווילט האלטן פריוואט? (- משום מעשיות שהיה...)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
אן איטערסאנטע טאפיק פאר א אשכול, שכוח פארן עפענען.אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב (אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
צום ענין, כ׳פארשטיי אז די מעלות פון א שותף איז מיטן האבן א פארקערטע נאטור, אזוי קען מען אויפטוען אסאך מער, אין איינער קען motivation די אנדערע, דאס איז אויך די געדאנק פון עזר ״כנגדו״
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
בעסער אראפשרייבן די מחשבות אלס שאלה'לעך (#פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך), אדער ווארטן ביז זיי סארטירן זיך אויס, לאזן זיך וואקסן דעם בארד, און לייגן זיך א לענגס און א ברייטס - אלס אנאליז?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
כל הקהל מזומן לבא!
די אשכול איז נישט אויסשליסליך פאר מיינע נודזשערייען. ווער עס האט טשיקאווע אדער נוצבארע ספיקא'לעך צו מיטטיילן מיטן עולם איז הערצליך מכובד!

- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
אקעי.
זאל איך שרייבן דא אויפן פארום וועגן מיין פערזענליכע לעבן, אדער זאל איך מיך צוריקהאלטן אלס חשש אז מענטשן וועלן אויסגעפינען מיין אידענטיטעיט אין די פיוטשער, אדער אז דאס שרייבן אליין קען אפשר אויפדעקן מיין אידענטיטעיט?

- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
ס׳זיכער דא א טשענס וואס מ׳קעניש פאראויס זעין אז ס׳וועט סאם האוי נתגלה ווערן. צו דו דארפסט זיך וועגן דעם צוריקהאלטן? דאס ווענטסעך שוין וואס דו באהאלסט - און ווי לאנג דו זאגסט נישט פון ווי זאליך וויסן?
עהה... נאר א ווערטל. און איך מיין נישט דיר - איך רעד בכלליות, ווייל כ׳וואלט זייער געקענט באשטיין צו לעבן אין מער א אפענע וועלט (/שטיבל) ווי מענטשן שעמען זיך נישט אזוי שטארק און ציטערן נישט אזוי פון זייער מהות/היסטערי.
אפענקייט ברענגט אחדות, קאנעקשאן וכו׳
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
עס קען זיין א גרויסע זכות יא צו זאגן און אפשר דערביי עפענען זיין מח א טראפ צו וועלן זיכן מעראלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:03 pm ווען איך רעד צומאל צו מער א תמימות'דיגע/פרומער מענטש, און ס'קומט ארויף א נושא ווא איך קען אריינווארפן א נקודה'לע וואס וועט אים עפענען א טראפקעלע (לדוגמא: ווען מיין ברודער זאגט מיר אז זיין ווייב טוט X אינדערהיים לשם אטראקציע, קען איך צולייגן א גרעסערע אויפרייס וואס מ'פירט זיך ביי מיר. אדער ווען איינער זאגט מיר א קשיא אין אמונה וואס ער האט אנדעקט קען איך עס פארברייטערן אביסל מיט מראה מקומות וכדו'.), זאל איך עס טון? אדער זאל איך מורא האבן אז עס קען בעקפייערן (סיי אין סיין בליק און סיי אויב ער קען עס אויספראקן ווייטער...)?
און אויב זיכט ער נאר ווייסט נישט אז עס איז דא א וועלט איז עס זיכער א גוטע זאך
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
די אשכול איז נאר צו פרעגן ?
אדער אויך צי ענטפערן
(נישט אז איך האב עפעס צו ענטפערן)
אדער אויך צי ענטפערן
(נישט אז איך האב עפעס צו ענטפערן)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
זיכער זאלסטו שרייבן מיין יענטע חלק דארף אויך עפעס.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
פאר א חברותא צו לערנען איז זיכער כדי צו נעמען א פארקערטן.אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב (אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
מיט א ווייב, עס’טו סייווי נישט אנקומען צו ווייט.
אין ביזנעס, נעם נישט קיין שותף.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
עס ווענד זיך צו די ווייב האט שאיפות אין לעבען אדער נישט. אויב האט זי זיי וועלעכע שאיפות דאן איז בעסער א פארקערטע נאטור ווייל מען לערענט זיך איינער פון צווייטען. אבער אויב האט מען נישט שאיפות און מען וויל נאר Just let me live דעמאלטס איז בעסער אויב מען האט די זעלבע נאטור.אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב (אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
זיכער שרייב. נאר טויש אפאר דיטעילס וואס איז נישט נוגע למעשה אבער מאכט שווערער דיך צו איידענטעפעצירן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
שווער צו זאגן א כלל אין דעם. עס ווענד זיך אין די מענטש און אין די נושא.אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:03 pm ווען איך רעד צומאל צו מער א תמימות'דיגע/פרומער מענטש, און ס'קומט ארויף א נושא ווא איך קען אריינווארפן א נקודה'לע וואס וועט אים עפענען א טראפקעלע (לדוגמא: ווען מיין ברודער זאגט מיר אז זיין ווייב טוט X אינדערהיים לשם אטראקציע, קען איך צולייגן א גרעסערע אויפרייס וואס מ'פירט זיך ביי מיר. אדער ווען איינער זאגט מיר א קשיא אין אמונה וואס ער האט אנדעקט קען איך עס פארברייטערן אביסל מיט מראה מקומות וכדו'.), זאל איך עס טון? אדער זאל איך מורא האבן אז עס קען בעקפייערן (סיי אין סיין בליק און סיי אויב ער קען עס אויספראקן ווייטער...)?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 99
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
- האט שוין געלייקט: 229 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
איך פארבארג אבער איך נעם זיך אויס פארדעם אז זיי דארפן בלייבן שטיין נעבען מיר
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
איך האב טאקע לעצטענס געהאט אזא מעשה מיט א בחור וואס האט געבארגט מיין אומגעפילטערטע פליפ פאון, און פרעג בעסער נישט וואס איך האב געזעהן נאכדעם אין די סירטש היסטארי..
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 307
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
- האט שוין געלייקט: 507 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
די שאלה איז בעיקר נוגע ביי א חברותא אדער א שותףאלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב (אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
ווייל ביי א ווייב, איז נישט עכט אזוי שייך צו וויסן פארדעם, אין אונזער וועג פון שידוכים
(און אסאך ביי דער יארגאנג ווייסן נאך אליינס נישט וואס זיי זענען)
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
איך האב שוין אסאך געשריבן איבער מיין פערזענליכן לעבן און איך קיינמאל נישט צוריקגעהערט אז איינער זאל האבן אנטדעקט מיין אידענטיטעט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען וועט לאו דווקא דיר פארשטיין... און איך גלייב אז מען זינקט שנעלער צוזאמען ווי איידער ארבייטען צוזאמען. און צומאל וועט איינער וואס איז אן אנדערע נאטור יא האבן די ריכטיגע כלים דיר צו פארשטיין... און וויבאלט ער איז נישט דיין נאטור האט ער די מעגליכקייט צו זעהן אביעקטיוו און ארויסהעלפן.אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב (אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
די בעסטע איז צו טרעפן איינער וואס איז אן אנדערע נאטור אבער איז איינער וואס וועט דיר פארשטיין, נאר איך ווייס נישט וויפיל אזעלכע מענטשן עס זענען דא...
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
געפיהלן קען מען גיין עד הסוף, ווייל ווי אזוי וועט מען וויסן וואס דו פיהלסט?
אבער די דעטאלן איז כדי צו טוישן.
לדוגמא: לעצטע וואך (-מיט א צוויי יאהר צוריק) האבעך געטראפן אן אלטע חבר (-מיין ברידער), וכו'.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
עמרם: א "חקירה" ביי דעפינישן איז אז א מענטש האט, אדער האט געהאט א ספק איבער עפעס אן עניין. אפילו ער האט שוין דעם ענפער. אבער די ספיקות און חקירות קענען אמאל זיין אינטרעסאנט פאר די וועלט צו וויסן...!
למשל. איך האב א חקירה אויב די לעפל אדער די צוקער מאכט זיס די טיי אדער קאווע.
את"ל (אם תימצי לומר. פאר אזעלכע מענטשן גאונים ווי דער אסטראלאג, שליט"א) אז די צוקער. דו האסט שוין פרובירט אמאל אריינצולייגן צוקער אין די טיי אדער קאווע אן אויסמישן. ס'בלייבט ביטער. ביז דו נעמסט א לעפל און דו מישט אויס. קומט דאך אויס אז די לעפל איז דער וואס מאכט זיס די משקה.
ואת"ל אז די לעפל מאכט זיס. דאן פרוביר נעמען א לעפל און מישן. דו קענסט מישן א גאנצן טאג און ס'וועט נישט זיס ווערן.
ס'דא נאך אינטרעסאנטע חקירות. ספעציעל ביי די ליטווישע אידן. מ'זאגט נאך פון ר' שמעון שקאפ (א באוואוסטער ליטווישער ראש ישיבה). ער האט געהאט א חקירה...אויב א סוס איז א סוס מכח עצמו אדער מכח אביו..!
דאס האט פראקטישע ניצן אויך. וויל מ'באגעגנט א סאך מאל א מענטש און מ'ווינדערט זיך אויב זיין נאטור איז מכח עצמו אדער מכח אביו
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
זאל איך פרעגן, צו דער עולם ליינט אשכולות לויטן אייקאן אין די אקטיווע אשכולות און לויט ווי ציענד די קעפל איז, אדער ענדערש על סדר האשכולות לפי די נושאים?! אדער איז עס ממילא אן אירעלעוואנטע פראגע - ווייל ווער נאר ס'גייט עס ליינען איז ממילא אנגעקומען אהער דורכ'ן 'אקטיווע אשכולות'?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!