ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעצטענ'ס איז דא א שטארקע אויפוואכונג ביי אונזער ציבור פון ספיריטשעליטי, און דייקא פון דעי חלק המון עם וואס איז גענויגט צו ראצינעליזים, די מער אזוי גערופענע "אויפגעקלערטע"

פון Meditation, Breathwork, Psychedelics, Healing, Connection, Retreats וכו'

אבער עס איז דא געוויסע דרגות ווי דער עולם לערנט אריין דערין:

געוויסע גייען צו צודעם מיט א מער פראקטישע מהלך, ס'איז סך הכל א וועג צו פארבעסערן די וועל ביענג, דעטס אל

אנדערע קוקן עס אהן ווי א הילינג אינער טדשיילד וכו'

און נאכדעם איז דא וואס נעמען עס אהן אז דאס איז די עכטע "אמת" פון די וועלט און עס ווערט זייער רעליגיע (מ'איז ווייטער א יוד אבער א הייסע Guru חסיד)

און דערנאך איז דא די וואס מאכן א פול סורקעל און זאגן אז "דאס" איז די אמת'ער ארגינעלע יודישקייט און מ'איז משלב Eastern, western culture מיט טראדישען און שוין

בין איך נייגעריג צן הערן פון די חברי הקהילה זייער טעיק אן איט

ע"ע
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך סקעפטיקער »

איך בין פון די פראקטישע סארט, פארשטייט זיך נאר וואס/אויב/פארוועם עס איז פראקטיש
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שפילער »

וואס מיינט ספיריטשול אויב איינער קען מיר מסביר זיין ?
האט עס מיט א גאט? וואס איך מיין צו פרעגן פאר א אטיאסט רעדט אפילו דעי אלע ספיריטשול זאכן?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך סקעפטיקער »

דער רעליגיעזער וועט אפטייטשן אז דאס האט מיט גאט, און דער אטעיסט וועט זאגן אז דאס איז סך הכל יומען סייקאלאדזשי און קעמיקעלס אין די מוח (@ברוך שפינוזה איך האף איך טריגער דיך נישט)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שמן למאור »

פאר סאם ריזען רעדן נישט די אלע זאכן צו מיר. ס'מיר גוט אזוי.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז דא וואס נוצן עס פאר א Avoidance
https://en.wikipedia.org/wiki/Spiritual_bypass
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך שפילער »

שמן למאור האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:18 pm פאר סאם ריזען רעדן נישט די אלע זאכן צו מיר. ס'מיר גוט אזוי.
פריי דיר האסט מסתם געהאט א גיטע ערציואנג פיל מיט קאמפעשאן און לאוו
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
ודברת בם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 9:09 am
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך ודברת בם »

אדער איז ער אזוי טויט נפשיתדיג אז ער וויל שוין נישט מער
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך וואלווי »

סקעפטיקער האט געשריבן: דער רעליגיעזער וועט אפטייטשן אז דאס האט מיט גאט, און דער אטעיסט וועט זאגן אז דאס איז סך הכל יומען סייקאלאדזשי און קעמיקעלס אין די מוח (@ברוך שפינוזה איך האף איך טריגער דיך נישט)

ספיריטואל מיינט סך הכל immaterial, דהיינו, נישט גופניות'דיג. געפילן איז ספיריטואל. יעצט דער גאט זוכער האט נאר איין פלאץ צו פלאצירן גאט, וועט ער דאס פלאצירן אין ספיריטואל. דער עטיאיסט איז אויך מודה צום הישג פון ספיריטואל, נאר דאס איז גאטלאז.

רעליגיע, געטליכקייט, און ספיריטואליטי זענען דריי באזונדערע נקודות וואס זענען אווערלעפינג.
______________

Spirit

the nonphysical part of a person which is the seat of emotions and character; the soul

--------

Spiritual

relating to or affecting the human spirit or soul as opposed to material or physical things.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך אלפא »

איך זע טאקע אז דאס איז די אפציעלע דעפינאציע.

למעשה פילט זיך עס עפעס מער, אז עמאשאנס זענען מער די רעפלעקטיוו פון די געפילן/זיך, משא"כ ספירוטואליטי קומט שוין מער נאך די הנחה אז עפעס 'העכער/סופערנאטוראל' ליגט טאקע דארט.
מאטעריאליסטן לייקענען נישט קיין עמאשאנס אבער זענען יא סקעפטיש איבער ספיריטואליטעט...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך וואלווי »

פאעזיע האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:23 pm ס'איז דא וואס נוצן עס פאר א Avoidance
https://en.wikipedia.org/wiki/Spiritual_bypass

לכאורה פארקערט.

עוואוידענס מיינט מ'נוצט ספירוטאל כדי נישט צו דארפן טוהן פראקטיש. ווען א דערפרעסטער מענטש ל"ע דארף א סייקאלדזשיסט און מ'גייט נישט ווייל ס'איז א חסרון אין בטחון וכדומה, דאס הייסט ספירוטאל אוואוידענס, ווייל ער ניצט א נושא וואס שטייט און די ביכער/ספרים/פאדקעסטס באופן כללי, אן דארפן זיך פעיסן מיט אן אינדיווידואלע אחריות, אנשטאט זיך אויף הייבן גיין פאר הילף, און עס אנהאלטן נאך אויך, דהיינו פראקטישערהייט.

אבער דארט ווי די פראקטישע שריט איז נעמען סייקאדעליקס כדי צו ברענגען ספיריטואלע אווערנעס, וואס ברענגט צו מער פראקטישע שריט כדי בעסער צו ווערען, הייסט דאס טוהן פראקטיש אין פנים אריין, און ס'איז ארבעט בפועל.

ביסט גערעכט אז ס'דא וואס וועלען דאס אביוזן פונקט ווי מ'אביוזד סיי וואס, און וועלען האלטן אין איין נעמען סייקאדעליקס אן בכלל אינטערגרעיטן די אווערנעס אין טאג טעגליכן לעבן. אבער דאס איז א מיעוטא שבמיעוטא. על פי' רוב וועקט מען זיך פיין אויף פון דעם, און מ'וואלט זיך געפרייעט פוילערהייט אויב ס'וואלט געווען אן אוואוידענס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך וואלווי »

אלפא האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 6:48 pm
למעשה פילט זיך עס עפעס מער, אז עמאשאנס זענען מער די רעפלעקטיוו פון די געפילן/זיך, משא"כ ספירוטואליטי קומט שוין מער נאך די הנחה אז עפעס 'העכער/סופערנאטוראל' ליגט טאקע דארט.
מאטיריאליסטן לייקענען נישט קיין עמאשאנס אבער זענען יא סקעפטיש איבער ספיריטואליטעט...
יאפ, ס'איז אונזער שפראך געוואוינהייט, אבער ס'איז נאר אווערלעפינג. למשל, מאטיריאליסטן קענען זיין סקעפטיש וועגען ספיריטואליטי אבער אטעאיסטן קענען מודה זיין אין ספיריטואליטי אבער לייקענען אינגאנצן אין גאט.

ווען איינער האט געפילן וועגען א פראקטישע זאך, איז עס ספיריטואל מחשבה וועגען גשמיות, ווען איינער טראכט פון נשמה איז עס א ספיריטואל מחשבה וועגען רוחניות.

(רעליגיע איז סתם אן ארגאניזאציע פון ספיריטואל געטליכקייט, האט בעצם נישט קיין שייכות אהער)
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך וואלווי »

שמן למאור האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:18 pm פאר סאם ריזען רעדן נישט די אלע זאכן צו מיר. ס'מיר גוט אזוי.
האסט אבער געטראפן גענוג סיבה זיך צו אנרופען אז "ס'גוט אזוי". האב נישט מורא און עפען דיך אויף, מיט וואס קען מען דיר גרינגער מאכן דעם "ס'גוט אזוי"...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

קוקט מיר אויס אז דער בחור׳ל וועט אפשר האבן א גוטע לאך פון הערן פונ׳ם הומאריסט - דער מחבר פון די שמועסן מיט גאט
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך דערהויבענע איד »

יאפ, ס'איז היינט א וועלט פון אכשר דרא, אלע מינע כנסיות לשם שמים, ווי מ'טרעפט גאט, יעדער איינער זיין גאט, מ'ווערט איינס מיט גאט, און מ'איז אליין געטליך.



דא אבער אויף אונזער באליבטען קאוועשטיבלינו, איז נישט איבריג פאפולער די אלע צוזאמקונפטן, און ווי שוין ערווענט דורך @שמן, זעט נישט אויס אז אונזער עולם דרייט זיך דארטן.


די סיבה דערפאר איז, צוליב וואס אונזער שטיבל איז געבויט אויף ראציענאל, מענטשן וואס זענען אינטעקטועל, און זענען מחשיב לאגיק אלס דער שפיץ פון דער וועלט, אין דעיע גאט גלייבט ער און אין קיין אנדערער נישט, דאס איז וואס ער איז אינטערעסירט, און אפילו אבסעסט.

כדי צו אנטייל נעמען אין די אלע איבערלעבענישן, דארף מען אוועקווארפן די איגאוי, לאגיק, און ראצינאלעטעט.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

דערהויבענע איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:21 pm
כדי צו אנטייל נעמען אין די אלע איבערלעבענישן, דארף מען אוועקווארפן די איגאוי, לאגיק, און ראצינאלעטעט.

לאו דוקא. ס׳קענעס גאר ענהענסן...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
[NAMELESS]

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך [NAMELESS] »

דערהויבענע איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:21 pm יאפ, ס'איז היינט א וועלט פון אכשר דרא, אלע מינע כנסיות לשם שמים, ווי מ'טרעפט גאט, יעדער איינער זיין גאט, מ'ווערט איינס מיט גאט, און מ'איז אליין געטליך.



דא אבער אויף אונזער באליבטען קאוועשטיבלינו, איז נישט איבריג פאפולער די אלע צוזאמקונפטן, און ווי שוין ערווענט דורך @שמן, זעט נישט אויס אז אונזער עולם דרייט זיך דארטן.


די סיבה דערפאר איז, צוליב וואס אונזער שטיבל איז געבויט אויף ראציענאל, מענטשן וואס זענען אינטעקטועל, און זענען מחשיב לאגיק אלס דער שפיץ פון דער וועלט, אין דעיע גאט גלייבט ער און אין קיין אנדערער נישט, דאס איז וואס ער איז אינטערעסירט, און אפילו אבסעסט.

כדי צו אנטייל נעמען אין די אלע איבערלעבענישן, דארף מען אוועקווארפן די איגאוי, לאגיק, און ראצינאלעטעט.
סאו ספריטשיעליטי האט נישט קיין מקום ביי דעי אינטעלעק?

איך מיין אז דאס איז א טעות וואס אסאך אינטעלעקס האבן, ס׳קומנט ווייל זייער גאנצע איידענטיטי איז שטארק געקניפט מיטן זייער כח המחשבה (מיט רעכט) אבער עס איז באמת א שאד ווייל מ׳קען זיך הייבן א מדרגה און אנערקענען אז די אינטעלעק איז נאר א געלונגענע Tool וואס מ׳האט און עס איז נישט דער ״איך״
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אוודאי האט עס א מקום, ער מוז אבער מסכים זיין זיך צו אונטערגעבן צו א פלאץ וואס איז העכער פון שכל. די איידענטעטי פון וואס דו רעדסט מוז ער אוועקקוקן, און אפשר אוועק ווארפן.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך דערהויבענע איד »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 5:08 pm
דערהויבענע איד האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:21 pm
כדי צו אנטייל נעמען אין די אלע איבערלעבענישן, דארף מען אוועקווארפן די איגאוי, לאגיק, און ראצינאלעטעט.

לאו דוקא. ס׳קענעס גאר ענהענסן...
לפי ידעתי קען עס נאר שטערן אויב דער וואס מאכט א גאנצן טאג סענס פון זאכן צו זיין פארנומען דעמאלט'ס מיט לאגיק. אבער דו האסט שוין מן הסתם מער געטו דערין, איז רעד איך נישט אריין.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

בעצם האלט איך פונקט ווי דיר. כ'אב עס נאר געשריבן כדי צו בארואיגן די לאגישע ;) :P אז זיי וועלן אויך קענען מאכן 'סענס' פון יענעם דיימענשאן. ויש אמת גם בזה לכאורה ולפענ"ד, ווייל אפילו אין דעם דיימענשאן איז אויך אייביג דא ווען מ'ריטשט א פוינט וואס אין ידו מגעת שם...
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re:

שליחה דורך דערהויבענע איד »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 8:58 pm בעצם האלט איך פונקט ווי דיר. כ'אב עס נאר געשריבן כדי צו בארואיגן די לאגישע ;) :P אז זיי וועלן אויך קענען מאכן 'סענס' פון יענעם דיימענשאן. ויש אמת גם בזה לכאורה ולפענ"ד, ווייל אפילו אין דעם דיימענשאן איז אויך אייביג דא ווען מ'ריטשט א פוינט וואס אין ידו מגעת שם...
אויף די צווייטע פאוינט ביסטו גערעכט, אבער די ערשטע ביסטו א סתם א מישענערי :)
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך cictim »

הנה ימים באים נאם ה' והשלחתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי ה'
רעוואלוציע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 2:43 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז

שליחה דורך רעוואלוציע »

איך בין א נייער דא.. איך שפרונג נאך ארום צווישן אשכולות טרייענדיג צו ליינען און אויספיגערן ווי עס איז מיר אינטערסאנט....

די קעפל פון די אשכול האט מיר זייער געכאפט, ווייל איך פיל אז עס פעלט אסאך קלארקייט אין דעם ענין...
אבער למעשה פיל איך ווי מ'איז זייער שנעל אַוועקגעפאָרן פונעם נקודה אויף וואס די עפענער האט דאס געפענט...

צו זיין אמת'דיג, איך האב נישט פארשטאנען אלעס וואס איז געשריבן געווארן דא אינעם אשכול,
און איך גלייב אז עס דא נאך ווי מיר, וואס טוען נישט שטארק אין psychology און האבן נישט פארשטאנען אלס וואס איז געשריבן געווארן דא...

אויב איך מעג, וועל איך פרובירן צוריקצודרייען די אשכול צום ארגינעלן נושא, און אויב איינער וועט קענען זאל ער ביטע אריינקומען, און מסביר פאר די יודן וואס פארשטייען נישט, און ליגן נישט אין די נושאים...

איך האב געטרייט צי מאכן מיין ריסוירטש אין breathwork, psychedelics, hiawaska, meditation, healing
און נישט געקענט באמת ארויסהאבן קלאר, צי פאר א נארמאלע מענטש אן קיין עכטע מענטעל פראבלעמען,
זשאסט וויל פילן עפעס מער..
קאנעקטען מיט עפעס טיפער..
טרעפן א מינינג אין פשוטע זאכן..
צי די זאכן מאכן ערגער?? בעסער?? טוט גארנישט??

צי עס איז בכלל אויסגעהאלטן?? ס'איז א ריסק אויף מיין בעליפס??

ביטע אויב איינער ווייסט מער און האט וואס צוצולייגן זאל זיך אנרופן ווארעם...
פארשפארט