בלאט 1 פון 5

אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 8:35 pm
דורך עמרם
די פאלגענדע נייעס זעהט אויס צי זיין אונטערסאנט,
עכ''פ אוודערווייל ווען מ'ווייסט נאך נישט פון וואס פונקטליך מען רעדט

ק''פ
אין א דראמאטישע שריט האט מרן האדמו"ר מוויזניץ שליט"א פאררופן א היסטארישע אסיפה כללית פאר כלל חסידי וויזניץ סיי די היימישע עולם און סיי דער אלגעמיינע ציבור פון די פרעמד ווי די רבי שליט"א וועט איבערגעבן דעם דבר ה' ברמה וחובת השעה איבער א וויכטיגע ענין וואס איז עומד על הפרק:

צוליב ניטל האט די רבי נישט געזאגט קיין תורה ביי שלש סעודות די רבי האט מיט קורצע דיבורים באטאנט אז ער האט א פריוואטע פראבלעם וואס איז נוגע דעם גאנצן ציבור און אז ער וויל זיך דורכשמועסן מיט די עולם, דערביי האט די רבי אפעלירט צו יעדעם אשר שם וויזניץ יכונו מאנסי'ער חסידים סערט'ע חסידים דזיקוב'ע חסידים קאסוב'ע חסידים און אזוי אויך די אלגעמיינעם ציבור צו דאס איז גור, סאטמאר, בעלזא יעדער וואס קען זאל זיך משתתף זיין אין דעם כינוס.

די רבי האט נישט געזאגט פון וואס ער וועט רעדן און די מטרה פון דעם כינוס איז דערווייל נישט קלאר,
די גרויסע כינוס וועט פארקומען דעם קומענדיגע דינסטאג אויפדערנאכט אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ ווי די רבי וועט אדרעסירן דעם ספעציעלע אסיפה.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 8:36 pm
דורך עמרם
IMG-20240106-WA0013.jpg

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:28 pm
דורך ים של שלום
וועלעכע וויזניץ איז דאס?

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:29 pm
דורך בעל דרשן
ים של שלום האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:28 pm וועלעכע וויזניץ איז דאס?
רבי ישראל פון בני ברק

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:30 pm
דורך עמרם
ים של שלום האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:28 pm וועלעכע וויזניץ איז דאס?
וויזניץ שיכון - ר' ישראל

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:36 pm
דורך [NAMELESS]
מסתמא וועגן חובות פון מוסדות ויזניץ, אדער פגעי הטעכנאלאגיע.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:54 pm
דורך קליינע צדיק
אפשר וועגן שלום אין כלל ישראל

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:05 pm
דורך נאך א שמויגער
קליינע צדיק האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:54 pm אפשר וועגן שלום אין כלל ישראל
יא יא. א ביטערע געלעכטער!

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:33 pm
דורך kolal1
דעמאלס דארף ער רופן זיין קאזין פון לונדון,
ער שרייבט אסאך בריוון וועגן רביס מחלוקת

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:35 pm
דורך נאך א שמויגער
kolal1 האט געשריבן: דעמאלס דארף ער רופן זיין קאזין פון לונדון,
ער שרייבט אסאך בריוון וועגן רביס מחלוקת

ער קען נישט. ער מוז באליבאטעווען אויף אלעס.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
העלאו: ס'האט דיך איינער געצווינגען? דו מוזסט נישט האלטן פון איהם. ער'ט נישט שיקן זיין פאליציי צו דיר אהיים. אזוי ווי א געוויסער רעבי. אין א געוויסע קאונטי אין ניו יארק סטעיט. וועלכער לאזט נישט וואוינען אין תחום שבת פון זיין שטעטל נאר ווער ס'איז א כשר'ער חסיד (בהמה) פון איהם...!

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:48 pm
דורך קליינע צדיק
און אפי' אין שטעטל אויב איינער ווערט אפגרעידעט פון א בהמה צו עפעס בעסער איז צרות
(סארי פארן אוועקפארן פון די אשכול נושא)

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:56 pm
דורך kolal1
נאך א שמויגער האט געשריבן: ער קען נישט. ער מוז באליבאטעווען אויף אלעס.

זיין היסטארי ווייזט אנדערש ווי דו זאגסט, סארי.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 11:33 pm
דורך אמאהלגעקעננט
נאך א שמויגער האט געשריבן:
kolal1 האט געשריבן: דעמאלס דארף ער רופן זיין קאזין פון לונדון,
ער שרייבט אסאך בריוון וועגן רביס מחלוקת

ער קען נישט. ער מוז באליבאטעווען אויף אלעס.

פארפאלן, מ'האלט פון אים. עכ"פ ער מײנט ערליך.
דו זעסט אױס זײער מיאוס.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:01 am
דורך צפת
יא יא, גוט גוט, האקט אריין שטיקער אין אים... דער מתנגד וואס ער איז...

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 6:45 am
דורך [NAMELESS]
וועלען מיר מוזען ווארטען צו וואוסען וואס ער וויל....

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 1:28 pm
דורך לאכעדיג
פון אונטער די קוליסן הערט מען אז מען גרייט זיך פאר א מגבית אין בני ברק צו בויען א נייע מקוה טהרה ווי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט אנפירן מיטן פראיעקט.

ימים ידברו.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
א שטעטישע מקוה? א מענער מקוה?

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 3:01 pm
דורך לאכעדיג
א מקוה "טהרה" פאר גאנץ בני ברק

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:56 pm
דורך kolal1
דארף מען קומען אויך פון אנדערע שטעט

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 9:51 pm
דורך בעל דרשן
לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 1:28 pm פון אונטער די קוליסן הערט מען אז מען גרייט זיך פאר א מגבית אין בני ברק צו בויען א נייע מקוה טהרה ווי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט אנפירן מיטן פראיעקט.

ימים ידברו.
נאך נישט דא קיין מקוה דארט ?

לכאורה עפעס אנדערש

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 9:52 pm
דורך שמעון וואלף
איך ווייס נישט וואס די ציל פון די אסיפה איז, אבער טאמער שטעלט זיך אויס אז דאס איז געווען סתם געדרייט א קאפ, דהיינו, די מעסעזש וואס ער וויל איבערגיבן וואלט געקענט פונקט אזוי פארשפרייט ווערן מיט א בריוו פאר תושבי ב"ב, וועט ער זיך טרעפן אויף איין ליסטע מיטן ברידער. אקעי, נישט ממש אבער אין דעטאלן דירעקשאן.
די וויזניץ'ע רבי איז באקאנט אלץ אן ערליכער ובעל מדות נפלא. איך האף אז ער וועט מיך נישט דיסעפאינטן.

Re: אדמו''ר מ'וויזניץ פארופט אן אסיפה פאר אלע חסידישע אידן פון ב''ב

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 9:55 pm
דורך עמרם
@שמעון וואלף די פלאנסט צי גיין ?