בלאט 1 פון 2
מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:30 pm
דורך עמרם
אין עיר הצדק קרית יואל גרייט מען זיך צו א ריזן מעמד קהלא קדישא בהשתתפות אלע חברי הקהילה, אפצייכענדונג 50 פון די התיסדות הקהילה
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:30 pm
דורך עמרם
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:36 pm
דורך [NAMELESS]
עמרם האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:30 pm
אין עיר הצדק קרית יואל גרייט מען זיך צו א ריזן מעמד
קהלא קדישא בהשתתפות אלע חברי הקהילה, אפצייכענדונג 50 פון די התיסדות הקהילה
כ'האב געמיינט אז ס'איז שוין געוועהן אזא מעמד, ניין?
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:42 pm
דורך עמרם
הנה ימים באים נאום קרית יואל
סיעתא דשמיא ונהורא מעליא לכל קהלא קדישא הדין רברביא עם זעריא
מעמד גדול קהלא קדישא
התאספות אלפי חברי עיר הקודש
מעמד הכרת טובה לכל שותפי קהלא קדישא הדין בעת הגיענו אל 50 שנות פריחת עיר הגדול והקדוש קהל יטב לב ד'סאטמאר קרית יואל
קהלא קדישא, אן ערשטמאליגער מעמד אדיר וגדול.
נאך פופציג יאר בויען און וואקסן, א מעמד הכרת הטוב לאלפי חברי הקהילה.
(כל זה פון די פריעדיגע צעטל)
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:43 pm
דורך עמרם
ששון ושמחה האט געשריבן: ↑
עמרם האט געשריבן: ↑
אין עיר הצדק קרית יואל גרייט מען זיך צו א ריזן מעמד
קהלא קדישא בהשתתפות אלע חברי הקהלה, אפצייכענדונג 50 פון די התייסדות הקהילה
כ'האב געמיינט אז ס'איז שוין געוועהן אזא מעמד, ניין?
ס'איז געווען א מעמד פאר די
מוסדות
יעצט רעדט מען פון די עצם
קהילה
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:43 am
דורך שמעון וואלף
וואס מיינט הכרת הטוב, פון וועם צו וועם?
די קהילה מאכט פאר די חברי הקהילה? ווער איז די קהילה אויב נישט די חברי הקהילה?
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:19 am
דורך א פארשטייער
רעד מען דא פון א רעזען געלט פאר די קהילה?
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:10 pm
דורך עמרם
ק''פ
לְכָל קְהָלָא קַדִּישָׁא הָדֵין – אֲשֶׁר בָּחַר בָּנוּ מִכָּל עָם
50 יאר! 5,000 חברי קהילה! ברענגט קרית יואל צו אפרעכטן מעמד אדיר ונשגב "קהלא קדישא"
טויזנטער חברי ק"ק קרית יואל וועלן אינאיינעם ערהאלטן זייער פארדינטע הכרת הטוב פארן צושטאנד ברענגען דעם בליענדן אומגלויבליכקייט, דעם וואקסענדן כח התורה והטהרה והחסד אינעם עיר הקודש והמקודש, עד כי גדול מאוד בליעה"ר
מעמד גדול באשטימט אויף א' תרומה, בראשות מרא דאתרא כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אין היכל ביהמ"ד הגדול וסניפי'
תיכף נאכ'ן צוריקקער פון רבי'ן שליט"א ממעון הנופש וועט דער ציבור בקהל קדושים רוגשים זיצן אינאיינעם און מקבל זיין פני מנהיג העיר ועדת צאנו מיט א פריידיגע אפצייכענונג פון 50 יאר קריה נאמנה קרית יואל, דער ארגינעלער שטאט פאר ארגינעלע אידישקייט מקושר צו אירע ארגינעלע מייסדים, אֵת כָּל הָעֵדָה הִקְהִילוּ להוקיר ולהתחזק
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:08 pm
דורך berlbalaguleh
מדי דברי: איך האב אמאל באקומען א "בילל" פון קהל יט"ל ד'סאטמאר ראדני אויפ'ן פאלגנדן סכום
$00.00...
מיט אן אויפפאדערונג צו באצאלן מיין התחייבות.
אויך איז געווען בייגעלייגט א בקשה..."איהר זאלט געבן לכה"פ אזויפיהל ווי פאריאהר...! לאל.
אפשר באלאנגט עס אין "מילתא דבדיחותא" אפטיילונג.
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 5:46 pm
דורך חב''ד הויזן
עמרם האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:10 pm
טויזנטער חברי ק"ק קרית יואל וועלן אינאיינעם ערהאלטן זייער פארדינטע הכרת הטוב פארן צושטאנד ברענגען דעם בליענדן אומגלויבליכקייט,
Awhat? נאר איך האב נישט קיין אנונג וואס איז פשט פון דעם מעמד? דאס הערט זיך שרעקליך מאדנע.
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
אינטערעסאנט ביז גאר. אידן איבער די גארער וועלט קלאגן און וויינען אז מען איז פארווארפען בארץ לא להם, יאר יערליך שרייען אידן מיט בענקעניש לשנה הבאה בירושלים, איז דא א קליינע אידישע כת וואס גייט פראווענען מיט שמחה אז עס איז געלונגען אהער צושטעלן א אידישע שטאט באדמת נכר.
מען טוט אויפטוישן אדמת קודש מיט טומאת העמים. מ'טאר זיך נישט פרייען און אויפהייבן די קאפ אין ירושלים... אבער פייערן א חג אויף א זעלבשטענדיג דערגרייכונג אין א שטאט בתוך הגלות, איז א לכתחלה..!!
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:42 am
דורך yatzmachp
הכרת הטוב קומט זיך נאר פאר די משוגעים וואס זענען געווען גרייט ארויס צו מופן די ערשטע צען פופצן יאר אין ארץ לא זרועה. שפעטער פון דעם וואס קומט זיך א הכרת הטוב? יעצט ווען מען רעדט פון די ערשטע תושבים דארף מען אנערקענען אז נישט אלע באלאנגען צו איין קהילה. חוץ פון דעם ווען מען רעדט פון די קהילות אליין, אזוי ווי מען האט שוין געפרעגט, ווער דארף געבן א הכרת הטוב פאר וועם? לכאורה דארפן די ראשי הקהילה געבן א הכרת הטוב פאר די מענטשן אז מען לאזט זיי זיין אין position of power אומערוועלט פאר אזוי פיל יארן אן א רעוואלוציע.
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 3:03 pm
דורך עמרם
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:20 am
דורך berlbalaguleh
yatzmachp האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:42 am
הכרת הטוב קומט זיך נאר פאר די משוגעים וואס זענען געווען גרייט ארויס צו מופן די ערשטע צען פופצן יאר אין ארץ לא זרועה. שפעטער פון דעם וואס קומט זיך א הכרת הטוב? יעצט ווען מען רעדט פון די ערשטע תושבים דארף מען אנערקענען אז נישט אלע באלאנגען צו איין קהילה. חוץ פון דעם ווען מען רעדט פון די קהילות אליין, אזוי ווי מען האט שוין געפרעגט, ווער דארף געבן א הכרת הטוב פאר וועם? לכאורה דארפן די ראשי הקהילה געבן א הכרת הטוב פאר די מענטשן אז מען לאזט זיי זיין אין position of power אומערוועלט פאר אזוי פיל יארן אן א רעוואלוציע.
די אריגינאלע תושבים פון קר"י זענען מערסטנס בני יואל. דאס איז דאך דער מקור פון די גאנצע מחלוקת. אז זיי האבן נישט מקבל מרות געווען (מ'רעדט שוין נישט פון די חוצפה און ווידערשעפעניגן) פון ברך משה און כש"כ פון זיין זון מהר"א שליט"א.
דער חידוש איז נאר אז מ'לאזט זיי וואוינען רואיג און במנוחה. ווילאנג זיי רודערן נישט ארום. משא"כ אין אנדערע חסידישע יישובים וואלט מען זיך (האט מען זיך) באנימען גאנץ אנדערש מיט די מורדים. ווי למשל וויזניץ און בעלזא דארט האבן די מורדים נישט געקענט פארבלייבן וואוינען.
ערשט איצט נאך די גאנצע מחלוקת זעהן מען ווער ס'איז געווען גערעכט. און ווער ס'האט זיך (נאר) געשלאגן צו באשיצן זייערע אייגענע רעכטן.
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 5:57 pm
דורך א פארשטייער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 1:20 am

דערצייל פליז פאר דעי צובר וואס פארשטייען נישט וואס איר שרייבט עס קוק אויס געשרובען בקוצר און ברמיזה .
וועמען'ס רעכטען?
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:28 pm
דורך berlbalaguleh
ווער ס'האט נישט אינגאנצן קיין פארזשאווערטן זיכרון געדענקט גאנץ גוט די אלע "מעשים טובים" וואס די בני יואל, אדער "די רעבעצינ'ס מענטשן", בראשם פון הרה"ח ר' יאסל וואלדמאן שליט"א האבן אפגעטון ווען דער ברך משה איז געקומען קיין קרית יואל.
אויסצורעכענען אלע זייערע "פעולות נשגבות" וועט נעמען זייער לאנג. איכ'ל נאר אויסרעכענען עטליכע הויפט פעולות.
זיי האבן אראפגעבראכן א טאוול מיט זיין נאמען אלס מרא דאתרא פון זיין פלאטץ ביי מזרח.
זיי האבן נאכגעשריגן דעם ב"מ אויף די גאס כאילו ער וואלט (ח"ו) געווען א שיכור.
נאכדעים וואס ער האט ממנה געווען זיין זון מהר"א שליט"א אלס מרא דאתרא האבן זיי געשריגן אין ביהמ"ד מיט גרויס חוצפה און בזיונות אקעגן אב ובנו. אויסער די טעראריסטישע שטיקלעך וואס זיי האבן אונטערגעשטעלט. זיי האבן איהם געוואלט פארטרייבן פון קרית יואל. פארשטייצעך אז מהר"א שליט"א'ס מענטשן האבן זיך נישט געלאזט. און זיי האבן צוריקגעשלאגן מיט די זעלבע מאס. דאמאלס זענען זיי געווארן "וויקטימס". זיי האבן (כמעט) א יעדן טאג גערופן די סטעיט פאליס . נאר מ'האט געקענט זעהן ווי די פאליס שמייכלען זיך אונטער. זיי האבן גאנץ גוט געוויסט ווער די אונטערצינדערס זענען.
און נאך אלע מעשיות,. ווען זיי האבן א ביסל איינגערוט האט מען זיי געלאזט וואוינען במנוחה.
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 9:22 pm
דורך עמרם
אז ר' בערל האט דערמאנט, וויל איך פארשטיין,
פארוואס האט אויסגעפעלט צירוק צו געבן, אויף א מעכטיגע פארנעם , און ווייזן ווער סשטערקער, וואס אין מיינע אויגן האט דעס געבויט די בני יואל,
פארוואס האט אויסגעפעלט אפציברענען ילד שעשועים ביזן אפגרינט, אדער אויסלערנען די בחורים צי ווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע''ה, ?
ר' אהרן האט געהאט די מוסדות, און מיט די אלע טעראר וואס מ'האט צירוק געוויזען האט מען אויף געבויט די בני יואל
ווען זיי ענטפערן נישט צירוק צי די סיקריקין, וואלטן זיי זיך נישט געקענט בויען, סא וואס האט עס אויסגעפעלט ?
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:38 am
דורך שמעון וואלף
עמרם האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 9:22 pm
אז ר' בערל האט דערמאנט, וויל איך פארשטיין,
פארוואס האט אויסגעפעלט צירוק צו געבן, אויף א מעכטיגע פארנעם , און ווייזן ווער סשטערקער, וואס אין מיינע אויגן האט דעס געבויט די בני יואל,
פארוואס האט אויסגעפעלט אפציברענען ילד שעשועים ביזן אפגרינט, אדער אויסלערנען די בחורים צי ווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע''ה, ?
ר' אהרן האט געהאט די מוסדות, און מיט די אלע טעראר וואס מ'האט צירוק געוויזען האט מען אויף געבויט די בני יואל
ווען זיי ענטפערן נישט צירוק צי די סיקריקין, וואלטן זיי זיך נישט געקענט בויען, סא וואס האט עס אויסגעפעלט ?
כ'פארשטיי נישט די שאלה. בערל האט דאך געשריבן אז דאס איז געווען סעלף דעפענס. די גאנצע ריזיגע מעכטיגע קאמפעני איז געווען באדראט פון אפאר קרעציגע קינדער (קרעדיט: הברך משה) און דאס וואס מ'האט געטון איז געווען ממש פקוח נפש.
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 3:17 am
דורך yatzmachp
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 7:28 pm
ווער ס'האט נישט אינגאנצן קיין פארזשאווערטן זיכרון געדענקט גאנץ גוט די אלע "מעשים טובים" וואס די בני יואל, אדער "די רעבעצינ'ס מענטשן", בראשם פון הרה"ח ר' יואסל וואלדמאן שליט"א האבן אפגעטון ווען דער ברך משה איז געקומען קיין קרית יואל.
אויסצורעכענען אלע זייער "פעולות נשגבות" וועט נעמען זייער לאנג. איכ'ל נאר אויסרעכענען עטליכע הויפט פעולות.
זיי האבן אראפגאבראכן א טאוול מיט זיין נאמען אלס מרא דאתרא פון זיין פלאטץ ביי מזרח.
זיי האבן נאכגעשריגן דעם ב"מ אויף די גאס כאילו ער וואלט (ח"ו) געווען א שיכור.
נאכדעים וואס ער האט ממנה געווען זיין זון מהר"א שליט"א אלס מרא דאתרא האבן זיי געשריגן אין ביהמ"ד מיט גרויס חוצפה און בזיונות אקעגן אב ובנו. אויסער די טעראריסטישע שטיקלעך וואס זיי האבן אונטערגעשטעלט. זיי האבן איהם געוואלט פארטרייבן פון קרית יואל. פארשטייצעך אז מהר"א שליט"א'ס מענטשן האבן זיך נישט געלאזט. און זיי האבן צוריקגעשלאגן מיט די זעלבע מאס. דאמאלס זענען זיי געווארן "וויקטימס". זיי האבן (כמעט) א יעדן טאג גערופן די סטעיט פאליס . נאר מ'האט געקענט זעהן ווי די פאליס שמייכלען זיך אונטער. זיי האבן גאנץ גוט געוויסט ווער די אונטערצינדערס זענען.
און נאך אלע מעשיות,. ווען זיי האבן א ביסל איינגערוט האט מען זיי געלאזט וואוינען במנוחה.
בערל, זייער שיין איבערגעשריבן היסטאריע. א שאד זיך צו טענהן. איך געב דיר גראד נאך. איך זאג נאר פארן אינגערן דור שאל אביך ויגדך. ביידע זייטן זענען זיך ווערט געווען דאס געלט אבער צו זאגן אז אלעס איז געווען סעלף דעפענס איז א דזשאוק. עס איז א טרויעריגער קאפיטל אין סאטמאר וואס קיינער גייט נישט ארויס גוט דערפון. נישט אז סאטמאר האט נישט געהאט קיין אנדערע טרויעריגע קאפיטלען. לאמיר נישט פארגעסן ווי פיל רבנים די סאטמארע האבן נאכגעשריגן "כאילו ער וואלט (ח"ו) געווען א שיכור"
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:01 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:38 am
עמרם האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 9:22 pm
אז ר' בערל האט דערמאנט, וויל איך פארשטיין,
פארוואס האט אויסגעפעלט צירוק צו געבן, אויף א מעכטיגע פארנעם , און ווייזן ווער סשטערקער, וואס אין מיינע אויגן האט דעס געבויט די בני יואל,
פארוואס האט אויסגעפעלט אפציברענען ילד שעשועים ביזן אפגרינט, אדער אויסלערנען די בחורים צי ווארפן שטיינער אויף די רעבעצין ע''ה, ?
ר' אהרן האט געהאט די מוסדות, און מיט די אלע טעראר וואס מ'האט צירוק געוויזען האט מען אויף געבויט די בני יואל
ווען זיי ענטפערן נישט צירוק צי די סיקריקין, וואלטן זיי זיך נישט געקענט בויען, סא וואס האט עס אויסגעפעלט ?
כ'פארשטיי נישט די שאלה. בערל האט דאך געשריבן אז דאס איז געווען סעלף דעפענס. די גאנצע ריזיגע מעכטיגע קאמפעני איז געווען באדראט פון אפאר קרעציגע קינדער (קרעדיט: הברך משה) און דאס וואס מ'האט געטון איז געווען ממש פקוח נפש.
עמרם און שמעון וואלף: ווען מ'רעדט פון א יחיד קענמען זיך דינגען צי ער וואלט יא, אדער נישט געדארפט צוריקקלאפן. נאר דער ברך משה איז דאך געווען דער ממלא מקום פון דעם מייסד הקריה. הרה"ק מ'סאטמאר, זי"ע. און אויך דער מרא דאתרא. קר"י איז דאך נישט אן אינדעפענדענט שטעטל אזוי ווי, למשל מאנסי אדער ניו יארק וואו ס'איז נישט דא קין מייסד אדער בעה"ב. קרית יואל איז אויסדרוקליך א סאטמאר'ע שטעטל. און ווער ס'וואוינט דארט מוז אננעמען די הנהגה פון די שטאט. צו שרייען בזיונות פאר'ן מרא דאתרא און אדמו"ר און נאכשרייען אין די גאסן (וואס די רעבעצינ'ס חשוב'ע חסידים האבן געטון) מיט'ן ציל איהם צו פארטרייבן פון דארט. מיט די (פאלשע) טענה אז זיי זענען געווען דארט פריער.
די רעבעצין. בגן עדן תהא מנוחתה איז דאך געווען א צדיקת און א בעלת גמ"ח אויפ'ן העכסטן פארנעם. נאר זי האט געהאט פערזענליכע (אלטע) חשבונות מיט'ן ברך משה. ואכמ"ל.
מהר"א שליט"א און זיינע מענטשן האבן נאר צוריקגעענטפערט מלחמה בשערה כדי צו באשיצן זייער רעכטפולע פאזיציע. און ס'איז דא אן אלטער כלל אז ווען מ'שלאגט זיך, קושט מען זיך נישט.
אלעס וואס די "בני יואל" ובראשם ר' יאסל וואלדמאן שליט"א האבן געדארפט צו טון איז אויפהערן זיך מתחצף און מבזה זיין דעם מרא דאתרא. וואלט שוין געווארן שלום. נאר זיי האבן נישט אויפגעהערט מיט זייערע מעשים.
א יעדער ווייסט גאנץ גוט וויאזוי מ'וואלט זיך באנימען מיט "מורדים" ביי אנדערע גרויסע חסידות'ן ווי וויזשניץ אדער בעלז.
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 8:59 am
דורך עמרם
הייסט אז אלעס איז נאר געווען זיך צי באשיצן ?
ווען זיי טוען נישט צירוק וואלט בני יואל באקומען די בית מדרש מיט די מוסדות ?
איך מיין פארקערט, נאך וואס מ'האט אנגעהויבן צירוק טוען, האבן די בני יואל זיך געקענט אנהייבן בויען ...
אבער ווען זיי וואלטן געשוויגן, וואלט קיין בנין יואל זיך קיינמאל נישט אויפגעבויט,
(די אמת איז אז ווען ס'געשענט ווען היינט וואלטן זיי אויך נישט צירוק געגעבן אזוי, נאכדעם וואס ס'איז א אפענע וועלט ווי יעדער האלט מיט, און מ'וואלט פארשטאנען אז ס'פאסט נישט, כנלע''ד)
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2024 8:37 pm
דורך berlbalaguleh
עמרם: מיין עניית דעת איז מחולק מיט דיין עניית דעת. ווייל א מרידה אז מ'שטעלט עס נישט אפ גלייך אין אנהייב ווערט עס נאר גרעסער און ס'פארשפרייט זיך מער. ווייל די "מורדים" זענען געקומען מיט (לכאורה) א שטארקע טענה. אז זיי האבן זיך באזעצט אין שטעטל (א טייל פון זיי) פריער פון ברך משה און מהר"א. אזוי ווי הר' יד"ה און ר' יאסל וואלדמאן. ממילא האבן זיי א רעכט צו ווידערשפעניגן אין דעם מרא דאתרא און יורש פונ'ם מייסד הקריה.
דא האנדלט זיך נישט פון דעם כבוד פון א יחיד וואס ער קען זיין א מעביר על מידותיו. די מענטשן האבן פשוט געוואלט צוברעכן די קהילה. מכח פאליטישע אדער אנדערע פערזענליכע טעמים.
די גרעסטע ראיה איז אז אויף די מינוט וואס זיי האבן אויפגעהערט צו קעמפן אקעגן מהר"א שליט"א (טאקע א ביסל שפעט. אבער דאך) האט זיך אויפגעהערט די גאנצע מחלוקת. און מ'לאזט זיי לעבן במנוחה.
איך בין אמאל געווען א שבת אין קרית יואל. כ'האב געדאוונט אין ביהמ"ד עצי תמרים. דארט איז געווען א זון פון איינעם פן די הויפט קעמפערס אקעגן דעם ב"מ און מהר"א שליט"א. (נאך בעידן רותחא). (אסטראלאג. ס'נישט פאר דיר צו פארשטיין. קענסט פרעגן ביי מהרי"ד ווייס שליט"ע). דער עולם האט זיך באצויגן צו איהם מיט דעם גרעסטן כבוד.
Re: מעמד קהלא קדישא - 50 יאר קהילת סאטמאר ק''י (מהר''א)
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 1:29 am
דורך יצחק אייזיק
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 7:28 pm
ווער ס'האט נישט אינגאנצן קיין פארזשאווערטן זיכרון געדענקט גאנץ גוט די אלע "מעשים טובים" וואס די בני יואל, אדער "די רעבעצינ'ס מענטשן", בראשם פון הרה"ח ר' יאסל וואלדמאן שליט"א האבן אפגעטון ווען דער ברך משה איז געקומען קיין קרית יואל.
אויסצורעכענען אלע זייערע "פעולות נשגבות" וועט נעמען זייער לאנג. איכ'ל נאר אויסרעכענען עטליכע הויפט פעולות.
זיי האבן אראפגעבראכן א טאוול מיט זיין נאמען אלס מרא דאתרא פון זיין פלאטץ ביי מזרח.
זיי האבן נאכגעשריגן דעם ב"מ אויף די גאס כאילו ער וואלט (ח"ו) געווען א שיכור.
נאכדעים וואס ער האט ממנה געווען זיין זון מהר"א שליט"א אלס מרא דאתרא האבן זיי געשריגן אין ביהמ"ד מיט גרויס חוצפה און בזיונות אקעגן אב ובנו. אויסער די טעראריסטישע שטיקלעך וואס זיי האבן אונטערגעשטעלט. זיי האבן איהם געוואלט פארטרייבן פון קרית יואל. פארשטייצעך אז מהר"א שליט"א'ס מענטשן האבן זיך נישט געלאזט. און זיי האבן צוריקגעשלאגן מיט די זעלבע מאס. דאמאלס זענען זיי געווארן "וויקטימס". זיי האבן (כמעט) א יעדן טאג גערופן די סטעיט פאליס . נאר מ'האט געקענט זעהן ווי די פאליס שמייכלען זיך אונטער. זיי האבן גאנץ גוט געוויסט ווער די אונטערצינדערס זענען.
און נאך אלע מעשיות,. ווען זיי האבן א ביסל איינגערוט האט מען זיי געלאזט וואוינען במנוחה.
ר' בערל איך מיין ס'איז נישט אזוי פשוט. אמת די בני יואל זענען אן עם קשי עורף (אין א געוויסן זין, סאטמאר בכלל) אבער פארגעס נישט די מצב דעמאלטס. ווען די ברך משה איז געווארן רבי איז עס געווען א בחינה ביי רוב, אדער עכ"פ א ריזיגע חלק ציבור, פשוט ווייל ס'מוז ווייטער גיין און עפעס אנדערש איז נישטא. פאר א סיבה האט עס געדויערט א גאנצע יאר. נאך א קארגע פאר יאר האט ער אריינגעשטעלט זיין זון וואס איז נאך געווען גאנץ יונג אלס ראש ישיבה און רב. יעצט, חוץ די אלע טענות וואס דו אליינס ברענגסט אין א שפעטערדיגע תגובה, אז זיי האבן געפילט, ביושר צו שלא ביושר, אז האחד בא לגור וישפוט שפוט איז נאך צוגעקומען צו דעם אז זיין ווייב רעד עיברית. דאס איז אין די רבי'ס שטאט וואו דא איז שפיץ סאטמאר און די רעביצין רעד עיברית. דאס איז פאר א סאטמערער זייער שווער צו אראפשלינגען. איך פארענטפער נישט זייערע מעשים (ווי אויך די צד שכנגד) איך ברענג נאר ארויס די אנדערע זייט פון די מטבע