א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

דאס פאלגענדע געדאנק איז מיר איינגעפאלן ביים אויסהערן דר. נח הררי, אבער עס גייט ארויף אויף די אלגעמיינע לינקע אויפגעקלערטע געמיינדע. כ'וועל עס מאכן בקיצור.

פון איין זייט איז מען פארנימען מיט בייעלאגישע און היסטארישע עוואלוציע, נייטראלע סעלעקציע. זיי זענען פארנימען צו מסביר זיין אז אלס דרייט זיך ארום דאס "סערווייוון" און רעפראדוקציע. זייער שיין, מאכט סענס אויך צו מיר, אין אלגעמיין.

(מ'קען גאנץ רוהיג זאגן אז לויט די אויבן דערמאנטע, איז דאס באדייט פון געזינט און נישט געזינט, געבינדן מיטן פראבעבילעטי צו "סערווייוון" און רעפראדוקצירן. דאס הייסט אז אלע מעגליכקייטן וואס א מענטש פארמאגט וועלכע העלפן אים אויפשטעלן דורות, למשל אלס וואס מאכט אים אטראקטואיוו צום פארקערטע ג'ענדער וכדו' וכדו', זענען געזינט. און אלס וואס פארמינערט פון אויפשטעלן דורות אויף ווייטער איז נישט געזינט.)

הרב אויפגעקלערטע הררי וואס שטאלצירט איר מיטן גלייכן דאס אייגענע גענדער. פון אן עוועלאציאנע פערספעקטיוו ווערט איר געזען ווי א טויטע... עס זעהט אויס ווי נאטור שפייט אייך אויס, נאטור שאקלט זיך אפ פון אייך, און איז נישט מסכים איר זאלט איינזייען נאך רעפליקעס פון אייך. זעהט אויס ווי איינס פון די וועגן וויאזוי נאטור שאקלט זיך אפ פון אומגעזונטע חלקים איז דורכן זיי פאדרייען די הארמאנען אדער וואטעווער עס מאכט א מענטש ג.

נאך מער, מענטשהייט האט דאך איבערגעקלוגט סעלעקציע אין אלגעמיין. רוב מענטשן שטארבן נישט אין מלחמות, רוב מענטשן קענען נעמען מעדיקאציע אויב מען האט פיזישע אדער גייסטישע פראבלעמען. נישטא קיין סעלעקציע כמעט. זעהט זיך אויס אז דאס לעצטע וואפן מיט וואס נאטור קנאקט ארויס פארדארבענע, איז דורכן זיי מאכן ליבן די אייגענע מין...

מ'קען עס מן הסתם פארענטפערן פון אסאך וועגן, די נושא פון עוועלוציע איז טיף און פארוויקלט. כ'בין זיכער אז ס'איז דא אסאך געשריבן אויף דעם און איך בין נישט דער ערשטער דאס צו פרעגן.

(איך רעד נישט וויאזוי מען זאל זיך באגיין מיט אזאנע מענטשן געזעצליך און מאראליש. קומט נישט אריין דא)
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

שליחה דורך אלפא »

100%, אלס א נייהיליסט פילט ער נישט אז ער איז עפעס מחויב צום בריאה אויפן ערשטן פלאץ, אדער אז 'בלייבן' אין נאטור גייט עפעס מיינען. ער איז נישט באזארגט איבער דעם אז קלוגע מענטשן וועלן ווערן עקסטינקט, סיי ווייל ס'וועלן אייביג זיין גענוג קלוגע וועלכע זענען יא 'סטרעיט' (אדער קומט דא אויך אריין מיין טעזע אז קלוגע מענטשן קענען זיך אויך מקריב זיין פארן גרעסערן בילד - אויב וויל מען..), און סיי ווייל חכמה קען מען זיך צולערנען. אפגערעדט ווען AI איז אין די בילד וואו ס'קענען גאר זיין אסאך וועלכע ווילן בכוונה 'אפפיצן' באצייטנס...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
[NAMELESS]

Re: א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

שליחה דורך [NAMELESS] »

עוועלוציע פארענפערט נישט אלע מיסטעריעס פון די יוניווערס (הגם דאס טעריע איז אויף דערווייל די בעסטע פון אלע פריעדיגע). הררי אליינס שרייבט אז יומין קאנשענסנעס איז נאכאלץ א מיסטעריע. ועוד

באותו ענין, ווען איך האב געליינט הררי און געזען אז ער מאלט אפ די וועלט און א זייער נעגעטיווי בליק, (ער דערמאנט די טענה אז ס׳קען זיין ס׳איז דא א באשעפער אבער זייער א סעלפיש וכו׳) און שפעטער האביך אויסגעפונען אז הררי איז ג האט עס מיר דערמאנט פון מיינע שווערע יוגענט (וואס גראדע האט עס גארנישט געהאט מיט יודישקייט אבער די tool פונעם עביוז איז געווען יודישקייט) און פארשטייטסעך איך האב עס אנגעהאנגען אויף יודישקייט-סיסטעם-באשעפער און עס האט גענומען צייט (און ס׳נאכאלץ א סטראגעל)ֶ צו אפטיילן ווען זאכן אין אונזערע סיסטעם באדערן מיר ווייל איך האלט טאקע ס׳איז נישט גערעכט אדער ווען עס איז א בלויזע בייעס פון טראמא.

הררי איז זייער א קלוגע מענטש אבער ער האט אן אנדערלייענג פערזענעליכע בייעס נישט צו עקסעפטן די וועלט איז א גוטע-ריכטיגע פלאץ בשרשו אין מיי האמבעל אפיניען, און ער ניצט זיין אינטעלעק צו עס אויפווייזן ע״ע דאס (נישט אז עפעס איז ראנג מיט ג, ס׳איז נאר אז איך קען זייער פארשטיין אז אזעלכע פילן אנגעווייגטאגט אויף די יונעווארס מיט רעכט)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

שליחה דורך אלפא »

גראדע זע איך אים אלס זייער צופרידענע מענטש, נישט נעגאטיוו.
זיינע פעסעמיסטישע אפשאצונגען קומט לדעתי פון אן אפטימיסטישע שטעלונג און האפענונג אז מיר האבן יא די מעגליכקייט צו פארבעסערן די מצב. (אן עכטע פעסעמיסט האט נישט פארוואס צו רעדן בכלל - עס איז דאך ממילא שווארץ אן קיין וועג ארויס..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

שליחה דורך מאטי »

הררי האלט אז געפילן זענען בעצם מעכאניש, און קען ווערן רעדוצירט צו נומערן. תאוות המשגל איז בסופו של דבר א סאפיסטיקירטע אלגעריטם וואס עקזיסטענץ האט זיך אויסגעבויט אין עוואלוציע צו איבערלעבן. די הנחה איז, אויב אזוי, אז מ'וועט קענען לייכט איבערפלאנצן אזא אדער ענליכע מעכאניזם אין א לאבאראטאריע. עכ"פ לויט הררי
פארשפארט