א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 562
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1417 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1240 מאל

א פיליזאפישע געלעכטער אויף פילעזאפן.

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

דאס פאלגענדע געדאנק איז מיר איינגעפאלן ביים אויסהערן דר. נח הררי, אבער עס גייט ארויף אויף די אלגעמיינע לינקע אויפגעקלערטע געמיינדע. כ'וועל עס מאכן בקיצור.

פון איין זייט איז מען פארנימען מיט בייעלאגישע און היסטארישע עוואלוציע, נייטראלע סעלעקציע. זיי זענען פארנימען צו מסביר זיין אז אלס דרייט זיך ארום דאס "סערווייוון" און רעפראדוקציע. זייער שיין, מאכט סענס אויך צו מיר, אין אלגעמיין.

(מ'קען גאנץ רוהיג זאגן אז לויט די אויבן דערמאנטע, איז דאס באדייט פון געזינט און נישט געזינט, געבינדן מיטן פראבעבילעטי צו "סערווייוון" און רעפראדוקצירן. דאס הייסט אז אלע מעגליכקייטן וואס א מענטש פארמאגט וועלכע העלפן אים אויפשטעלן דורות, למשל אלס וואס מאכט אים אטראקטואיוו צום פארקערטע ג'ענדער וכדו' וכדו', זענען געזינט. און אלס וואס פארמינערט פון אויפשטעלן דורות אויף ווייטער איז נישט געזינט.)

הרב אויפגעקלערטע הררי וואס שטאלצירט איר מיטן גלייכן דאס אייגענע גענדער. פון אן עוועלאציאנע פערספעקטיוו ווערט איר געזען ווי א טויטע... עס זעהט אויס ווי נאטור שפייט אייך אויס, נאטור שאקלט זיך אפ פון אייך, און איז נישט מסכים איר זאלט איינזייען נאך רעפליקעס פון אייך. זעהט אויס ווי איינס פון די וועגן וויאזוי נאטור שאקלט זיך אפ פון אומגעזונטע חלקים איז דורכן זיי פאדרייען די הארמאנען אדער וואטעווער עס מאכט א מענטש ג.

נאך מער, מענטשהייט האט דאך איבערגעקלוגט סעלעקציע אין אלגעמיין. רוב מענטשן שטארבן נישט אין מלחמות, רוב מענטשן קענען נעמען מעדיקאציע אויב מען האט פיזישע אדער גייסטישע פראבלעמען. נישטא קיין סעלעקציע כמעט. זעהט זיך אויס אז דאס לעצטע וואפן מיט וואס נאטור קנאקט ארויס פארדארבענע, איז דורכן זיי מאכן ליבן די אייגענע מין...

מ'קען עס מן הסתם פארענטפערן פון אסאך וועגן, די נושא פון עוועלוציע איז טיף און פארוויקלט. כ'בין זיכער אז ס'איז דא אסאך געשריבן אויף דעם און איך בין נישט דער ערשטער דאס צו פרעגן.

(איך רעד נישט וויאזוי מען זאל זיך באגיין מיט אזאנע מענטשן געזעצליך און מאראליש. קומט נישט אריין דא)
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר