בלאט 1 פון 1
א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 8:34 pm
דורך שעפטאל
ס'גארנישט קיין ווערטל. כ'האף איינער פארשטייט מיך!
געפענט דעם פרידש אכציג מאל
שוין געהאט א שינת צהרים
שוין גענדיגט א שאכטל ציגרעטלעך.
צעווישן איין ציגארעטל מיטן צווייטען כאפט זיך ארויס אזא קרעכטס "רבוש"ע וואס טוהט מען מיט אזוי פיהל צייט".
שוין באזיכט עמעזאן, געקויפט און געספענד אזוי פיהל געלט אויף זאכן וואס כ'האב שוין און דארף נישט.
שוין געמאכט ביזנעס פאון קאל'ס, פשוט אלס לאנגווייליג'קייט. וואס נאך?
אויש איז דאס א וואקאציע.
א וואקאציע וואס מאכט מיך שפירן דעם זקן ושבע ימים.
א וואקאציע וואס מאכט מיך עקספיריענסן דעם בטלה מביא לידי..
א וואקאציע וואס כ'דארף א וואקאציע פון עם
א וואקאציע וואס דערשרעקט מיך פון דעם ל-נ-צ-ח נ-צ-ח-י-ם
א וואקאציע וואס מאכט מיך עפענען אזא שיגענע אשכול
אונז גיימער אהיים!!!! גענדיגט מיט דעם עונש!!!!
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 8:38 pm
דורך צפת
געווענליך, איינער וואס גייט וואקאציע מער פון איין מאל א יאר, טאר דאס נישט נעמען מער פון פיר טעג.
די בעסטע זאך אין וואקאציע, איז אויפצושטיין פארטאגס, דאס קען מען קיינמאל נישט צוריקצאלן. אויב דו ביסט מיד, קענסטו זיך אייביג צולייגן, ס'איז דאך וואקאציע.
ס'איז דא נאך עצות ווי אזוי צו מאכן די וואקאציע געשמאק און בענעפישל.
דער עולם קען אריינקומען מיט עצות.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 8:42 pm
דורך שעפטאל
ואם כן.
@מנהל אפשר זאל מען ריקן דעם אשכול צו אן אנדערע פארעם.
(כ'האב נישט באמערקט אז מיין קאפ פארדרייעניש'ן איז גאר צרת רבים..)
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 8:48 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך האב איינמאל גענומען א וואך וועקעישן מיט יארן צוריק און די לאנגווייליגקייט האט מיר פשוט טראומאטיזירט, נעווער עגען.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 8:52 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 8:48 pm
איך האב איינמאל גענומען א וואך וועקעישן מיט יארן צוריק און די לאנגווייליגקייט האט מיר פשוט טראומאטיזירט, נעווער עגען.
בארוהיג זיך ברוך טייערער.
כ׳וויל דיר פשוט דערמאנען אז יענע וואקאציע איז געווען נאך איידער דו האסט זיך אויסגעלערנט און אנגעהויבן פראקטעצירן מעדיטאציע.
איצטער אבער, קענסטו פראבירן נאכאמאל, וינעם לך. טראסט מי.
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:09 pm
דורך ברוך שפינוזה
חחח, גראדע ביי מיר איז פארקערט, ווען איך מעדיטיר בלאזט עס אריין אין מיר א פייער אזא וואס לאזט מיך נישט רוען און שטופט מיך צו טוהן און אויפצוטוהן. קען זיין אז ס'די סארט מעדיטאציעס וואס איך טוה, אדער פשוט ס'קאננעקט מיך צו מיין עכטע סעלף און פון נאטור אויס בין איך א טוהער וואס קען נישט רוהען.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:37 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:09 pm
חחח, גראדע ביי מיר איז פארקערט, ווען איך מעדיטיר בלאזט עס אריין אין מיר א פייער אזא וואס לאזט מיך נישט רוען און שטופט מיך צו טוהן און אויפצוטוהן. קען זיין אז ס'די סארט מעדיטאציעס וואס איך טוה, אדער פשוט ס'קאננעקט מיך צו מיין עכטע סעלף און פון נאטור אויס בין איך א טוהער וואס קען נישט רוהען.
מאכט סענס. איך בין פון נאטיר אויס דזשאסט די אפעזיט. אבער גראדע א מעדיטאציע סעשאן מאכט מיר צומאל יא טון, ווייל כ׳ווער קלארער ׳וואס׳ איך וויל טון/אויפטון...
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:00 pm
דורך שעפטאל
ב"ה מ'לאזט זיך צוריק ארויס אין אפאר מינוט!! גענדיגט אביסל פריער.
וואס איך לערן זיך איז, אפי' אויב ס'איז קאלט בלייב נישט אינערווייניג.
בלייב נישט מיטן ב"ב צוזאמען צו לאנג, יעדער מוז ווייטער האבן זיין אייגענע לעבן פאר אפאר שעה אין טאג. (פונקט ווי א גאנץ יאהר).
אויב איז די וואקאציע פאר מער פון 2 טעג, זאל עס זיין א "פארנימענע" וואקאציע, מ'לערנט זיך נייע זאכן, מ'באזיכט נייע פלעצער, מ'מאכט נייע חברים, וכדו'
נאך איידיעס ביטע.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:11 am
דורך [NAMELESS]
מען בלייבט אינדערהיים, מען שיקט די בני בית אויף וואקאציע. דאס איז די בעסטע וואקאציע..
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:43 am
דורך whatever
דאס איז זייער זייער א גוטע אשכול!!!
קיינער וועט זיך קיינמאל נישט דערוואגען דאס צו זאגן ברבים!!! ס'הייסט? וועקעישאן איז אזוי געשמאק... פרעג נאר נישט וואס איך האב געטוען דארט א גאנצע טאג, אבער דער עיקר איך בין קיל, איך בין געפארן אויף וועקעישאן!!!
איז טאקע אן עצה טובה זיך דורך שמועסן, וואס קען מען טוהן אויף וועקעשאן. מ'קומט אן אין האטעל, מ'מאכט פיקטשערס, און וואס יעצט...
איך בין נישט קיין סאך געגאגענגען, נאר בערך דריי מאל, און יעדעס מאל פאר נישט מער ווי דריי טעג, די ערשטע מאל איז טאקע נישט געווען געהעריג אויסגעפלאנט, און איך בין אביסל משוגע געווארן פאר ליידיגגייען, די נעקסטע מאל האב איך שוין אפגעמאכט מען פארט נישט אן קיין אייטינארערי וואס מ'גייט טוהן דארט, אפילו נאר גיין צו א פארק, אבער עס זאל זיין אויסגעפלאנט, און עס איז טאקע מוראדיג געלונגען, אז מ'פלאנט עס אויס געלונגט עס, אפילו מ'טוט נישט אינגאנצען ווי געפלאנט
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:07 am
דורך וואלווי
קרן זוית האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:11 am
מען בלייבט אינדערהיים, מען שיקט די בני בית אויף וואקאציע. דאס איז די בעסטע וואקאציע..
ס'דיר נישט איינגעפאלן פארקערט...?
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:06 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
whatever האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:43 am
דאס איז זייער זייער א גוטע אשכול!!!
קיינער וועט זיך קיינמאל נישט דערוואגען דאס צו זאגן ברבים!!! ס'הייסט? וועקעישאן איז אזוי געשמאק... פרעג נאר נישט וואס איך האב געטוען דארט א גאנצע טאג, אבער דער עיקר איך בין קיל, איך בין געפארן אויף וועקעישאן!!!
ייש״כ פארן עס ארויסזאגן.
כ׳האב אלץ געוויסט אז ׳שעפטאל׳ס׳ אן אשכול דארף מען קענען אפלערנען, און אריינקוקען צווישן די שפאלטן,
נאר צומאל איזעס אזוי טיף (עכ״פ פאר מיר) אז איך געב אויף, וכך הוה דא אין דעם אשכול.
יעצט, הייב איך אן הערן די נקודה און האפענטליך איז טאקע דאס געווען דער עומק המכוון.
און אויף דעם וואלטיך געזאגט אז בעצם קעמען גיין אויף דעם זעלבן וואקאציע אבער געדרייווד פון 2 פארקערטע ריכטונגען:
1) מ׳איז אומצופרידן פונעם טאג טעגליכן לעבן, און מ׳וויל
אנטלויפן דערפון אבער זייענדיג אויף וואקאציע ווערט מען געוואר אז דאס אומצופרידענהייט איז אים נאכגעלאפן אויך דארט.
2) מ׳לעבט א צופרידענעם און פארנימענעם/פראדאקטיוו לעבן מיט ווייניג צייט צו רפילעקטן און אנערקענען די זאכן וואס זענען באמת נאנט צום הארצן, אשע״כ ניצט מען אויס די רואיגע צייט צו באמערקן און זיך קאנעקטן/ענדזשויען די פאזעטיווע עסענס און שורש אויף וואס זיין פראדאקטיוועטי איז געבויעט.
סאוי די שאלה איז, גייענדיג אויף וועקעישן לויפסטו ״אוועק״ פונעם חיי יום יום, אדער לויפסטו ״צו״ די געשמאקע תענוג וואס א וועקעישן ברענגט מיט זיך? ואחר כוונת הלב הן הן הדברים.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:11 am
דורך קליינע צדיק
מ'פארציילט אז הרב אברהם יהושע טווערסקי הידוע DR. TWERSKI
איז אמאל געגאנגען צו די בעדער, און עס איז א גאנצע פראסעס, הייסע קאלטע ווי לאנג אין יעדע איינס וכד'
ער איז געגאנגען איינער אליינס, און עס איז געווען דארט א אויפזעהער וואס הייסט ווי לאנג צו זיין און דעיס און ווי לאנג אין די אנדערע און געבט אלע אנווייזונגען אא"וו
אינמיטן האט ר' יהושע געזאגט פאר יענעם אז ער וויל שוין ענדיגן, האט יענער אים געזאגט אז מ'האלט נאך אינמיטן מ'דארף נאך גיין דארט טון בלייבן דא נאך אפאר מינוט,
ס'איז דורך נאך אביסל און ער האט אים געזאגט איך האלט עס נישט אויס איך קען נישט איך מוז ארויסגיין און ענדיגן דא.
האט ער עס פארציילט יארן שפעטער און מסביר געווען אז זייענדיג דארט אליינס רוהיג האט ער געטראכט, און זיך פליצלונג געטראפן מיט זיך אליינס און ער האט עס נישט געקענט פארנעמען בשום אופן, ער האט זיך געטראפן, מיט אלע פראבלעמען סטראגעלס וכדו'
אסאך מאל ווען מ'גייט וואקאציע אדער סתם טשילען האט מען עס ליב ווייל מ'איז דיסטרעקטעט משא"כ אויב הייבט מען זיך אן טרעפן מיט זיך
דעמאלטס ווערט צרות
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:40 am
דורך אלע צוזאמען
אקעי לדעתי איז פארהאן צוויי מיני וואקאציעס.
איינס איז די זיצן היים וואסער, טשיל רילעקסן אויפן בארג, דאס קען מען נישט טון מער ווי צוויי טעג, און פארהאן מענטשן וואס קענען דאס אויך נישט.
די צוווייטע, איז קאווערן א שטאט צומאל אפילו דריי, מ’גייט פאר א וואך צוויי, מ’אקערט דורך דאס לאנד לארכה ולרוחבה, יעדע שטאט אויפ'ן וועלט האט גאר אינטערסאנטע זאכן און פלעצער, סתם זיצן אין א ביוטפעל ווילא אויף א פריוואטע אינזל קען מען נישט מער ווי 30 שעה.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 3:43 pm
דורך עמקות התם
קליינע צדיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:11 am
מ'פארציילט אז הרב אברהם יהושע טווערסקי הידוע DR. TWERSKI
איז אמאל געגאנגען צו די בעדער, און עס איז א גאנצע פראסעס, הייסע קאלטע ווי לאנג אין יעדע איינס וכד'
ער איז געגאנגען איינער אליינס, און עס איז געווען דארט א אויפזעהער וואס הייסט ווי לאנג צו זיין און דעיס און ווי לאנג אין די אנדערע און געבט אלע אנווייזונגען אא"וו
אינמיטן האט ר' יהושע געזאגט פאר יענעם אז ער וויל שוין ענדיגן, האט יענער אים געזאגט אז מ'האלט נאך אינמיטן מ'דארף נאך גיין דארט טון בלייבן דא נאך אפאר מינוט,
ס'איז דורך נאך אביסל און ער האט אים געזאגט איך האלט עס נישט אויס איך קען נישט איך מוז ארויסגיין און ענדיגן דא.
האט ער עס פארציילט יארן שפעטער און מסביר געווען אז זייענדיג דארט אליינס רוהיג האט ער געטראכט, און זיך פליצלונג געטראפן מיט זיך אליינס און ער האט עס נישט געקענט פארנעמען בשום אופן, ער האט זיך געטראפן, מיט אלע פראבלעמען סטראגעלס וכדו'
אסאך מאל ווען מ'גייט וואקאציע אדער סתם טשילען האט מען עס ליב ווייל מ'איז דיסטרעקטעט משא"כ אויב הייבט מען זיך אן טרעפן מיט זיך
דעמאלטס ווערט צרות
לכאורה מיינסטו דעם מעשה וואס ער שרייבט אין זיין בוק,
אמאל ביי זיך אינדעערהיים געזעצן אין דעם bath אינמיטען האט ער אונגעהויבען צו זיגען, האט ער זעך געפרעגע איין מינוט AJ וואס זינגסטו יעצט?! אה די קענסט נישט זיין מיט דיך! ביי די 40 האט ער אנטדעקט אז ער האט נישט קיין self -esteem דאן האטער אונגעהויבען איינס פון זיין לעבענס מוסיע צו שרייבען אויף דעם נושא, מען קען האבען self- confidence and not having self-esteem!
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:34 pm
דורך שעפטאל
כ'רעד גראדע נישט פון דעם נישט קענען זיין מיט זיך.
פארקערט, דער זיך איז מיין געשמאק'סטע חבר צו פארברענגן מיט, ער איז צופרידן מיט זיך אליין. (כמעט אלע מאל
![🫣](//cdn.jsdelivr.net/gh/twitter/twemoji@latest/assets/svg/1fae3.svg)
).
ס'איז אבער אויכעט דא א אינערליכען געפיהל וואס וויל באשאפן נייע זאכן. כוח היצירה. דאס איז מיין דרייוו פאר קריעטיוועטי. זייענדיג אוועק פאר א וואך אהן גארנישט ארויס ברענגן מתוך הלב אל הפועל האט מיך געגעבן דעם הרגשה פון טויט'קייט. ווי א מענטש אין תפיסה ל"ע.
ווי אויכעט שפירן'דיג אז כ'דארף אויך ספעיס פאר מיך, און די באגלייטערן איז צוזאמען אין די זעלבע צימער פאר אזוי לאנג, זי דארף אויכעט ספעיס. דאס געט די הרגשה פון ווילן אוועק גיין אביסל, אבער כ'האב נישט געהאט ווי..
וואקאציע איז א חלק פון מיין לייף סטייל, כ'בין אויף וואקאציע אפי' ווען כ'ארבעט.. מ'גייט אסאך אוועק פאר טעג און וואכן. אבער מ'לערנט זיך נייע זאכן, מ'פארברענגט מיט מער מענטשן.
דענסמאל איז געוועהן א טויטע וואקאציע, וואס איז נישט געראטן..
ווי ענק האבן געשריבן, מ'דארף א פלאן פאר א לענגערע וואקאציע.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 3:34 am
דורך חלק אלוקי ממעל
I was in Orlando lately it's a scam all the parks there noting interesting waste of time and money (only the shark show was good at sea world)
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:08 am
דורך yatzmachp
עס ווענדט זיך ווי אלט דער מענטש איז. ווי עלטער אלס מער וויל מען צייט פון "גארנישט" טוהן.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:45 am
דורך שאלתיאל
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:09 pm
חחח, גראדע ביי מיר איז פארקערט, ווען איך מעדיטיר בלאזט עס אריין אין מיר א פייער אזא וואס לאזט מיך נישט רוען און שטופט מיך צו טוהן און אויפצוטוהן. קען זיין אז ס'די סארט מעדיטאציעס וואס איך טוה, אדער פשוט ס'קאננעקט מיך צו מיין עכטע סעלף און פון נאטור אויס בין איך א טוהער וואס קען נישט רוהען.
וועלכע סארט מעדיטאציע טוסטו פרעקטיסן?
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:56 pm
דורך צוויי
זיך טרעפן מיט זיך קען זיין די ערגסטע פיין אין די לעבן, אבער אויב מ'טוהט עס אפט און מ'איז געוואוינט צו דעם, און מ'האט עס דורכגעבראכן, קען עס זיין די גרעסטע תענוג אין לעבן.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:08 pm
דורך שעפטאל
צוויי האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 9:56 pm
זיך טרעפן מיט זיך קען זיין די ערגסטע פיין אין די לעבן, אבער אויב מ'טוהט עס אפט און מ'איז געוואוינט צו דעם, און מ'האט עס
דורכגעבראכן, קען עס זיין די גרעסטע תענוג אין לעבן.
לכאורה מיינסטו צו זאגן
עקסעפטן'ס און זיך ליב האבן מיט די שוואכקייטן וואס מ'האט.
Re: א וואך וואקאציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:27 am
דורך שמעקעדיג
וואלווי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:07 am
קרן זוית האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:11 am
מען בלייבט אינדערהיים, מען שיקט די בני בית אויף וואקאציע. דאס איז די בעסטע וואקאציע..
ס'דיר נישט איינגעפאלן פארקערט...?
ער איז דאך @קרן זוית, ער האט ליב זיין אייגן ווינקל...