בלאט 1 פון 1

טיטלען מפתח

נשלח: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 9:28 pm
דורך טמיר
מוה"ר / הר"ר
  • א מענטש וואס באזיצט א שטריימל
הרב
  • א מנהל רוחני אין א חינוך מוסד
    א מגי"ש פאר בעלי בתים און ארבעט נישט
    טאטע איז הרה"צ און ארבעט נישט
    טאטע איז הגה"צ אדער כ"ק אדמו"ר, און ארבעט יא
הרה"ג
  • א מגי"ש אדער ר"י
    האט א ביהמ"ד
    קוקט כתמים
    טאטע איז הגה"צ און ארבעט נישט
הרה"צ
  • האט אן אייגענע מנין און שחרית'ט נאך עלעווע
    טאטע איז הגה"ק און ארבעט יא
    טאטע איז כ"ק אדמו"ר און ארבעט נישט
    טאטע איז הגה"צ און ארבעט נישט און שחרית'ט נאך עלעווע
הגה"צ
  • האט אייגענע שול מיט ווייבער שול
    טאטע איז כ"ק אדמו"ר, און קוקט כתמים אדער מגי"ש
    טאטע איז הגה"ק און ארבעט נישט
    טאטע איז רשכבה"ג סיי ארבעט יא סיי נישט
כ"ק אדמו"ר
  • טיילט שיריים
כ"ק אדמו"ר הגה"ק
  • טיילט שיריים און איז 80 יאר
    טיילט שיריים און איז 50 יאר און האט 10 שטאק+ פארענטשעס
כ"ק אדמו"ר הגה"ק רשכבה"ג
  • טיילט שיריים און האט 5000+ פאלויערס און איך בין זיין פאלויער
הרה"ק
  • כ"ק אדמו"ר און לעבט שוין נישט

וזאת למודעי, אז על אף ס'איז אריינגעגאנגען יארן שטודירן די סוגיא, דאך שגיאות מי יבין וכו', ממילא ווער ס'האט א קארעקשען אדער סתם הערה, ביטע נישט תמנע זיין טוב מבעליו
והשם הטוב יכפר

Re: טיטלען מפתח

נשלח: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 9:42 pm
דורך שפילער
הרה"ק איז פאר לאחר מאה ועשרים אפילו היינט

Re: טיטלען מפתח

נשלח: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 9:47 pm
דורך טמיר
שפילער האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2024 9:42 pm הרה"ק איז פאר לאחר מאה ועשרים אפילו היינט
פאראכטן. ייש"כ

Re: טיטלען מפתח

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:29 pm
דורך טאמבל סאס
גאונות! ס'דארף זיין אזוינס אויך אויף ענדע צדיקים, דהיינו די שליטאס, זלס און זצוקלהקלהקלס.

Re: טיטלען מפתח

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:37 pm
דורך עמרם
זייער שיין !!

וואס איז מיט הרה''ח ?
הנה''ח ?
און נאך אסאך וואס דו ברענגסט נישט

אידן קענען זיך באליידיגן אז מ'דערמאנט זיי נישט.....

Re: טיטלען מפתח

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
די טיטל "הרב" געבט מען אויך פאר אמעריקאנער חרד'ישע עסקנים, מיט נאנטע באציאונגען מיט די מעיאר אדער גאווענער'ס אפיס, אזוי אויך פאר ארץ ישראל'דיגע חרדישע חברי כנסת..

Re: טיטלען מפתח

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 3:39 pm
דורך יואליש
מ'זאגט נאך פון מורי ורבי אבינו רועינו הקוה"ט צי"ע רשכבה"ג ומושיען של ישראל מ'סאקמאר זי"ע אז מ'שרייבט הצדיק אויף איימיצער וואס איז נישט א גאון. מ'שרייבט הגאון אויף איימיצער וואס איז נישט קיין צדיק. און מ'שרייבט הגאון הצדיק אויב איימיצער איז קיין איינס פון די צוויי.

Re: טיטלען מפתח

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 7:21 am
דורך פאלאצ'ינטא
היינט קען מען שוין רופען [כמעט] אלע רעבנים...

הרב הגאון נאר געשריבען אביסעל אנדערש... הַגוּן אין ענגליש Harav Ha"Goon

דער טייטש פון Goon אין ענגליש איז ...

a hired hoodlum or thug. Slang. a stupid, foolish, or awkward person.

Re: טיטלען מפתח

נשלח: מיטוואך פעברואר 07, 2024 9:30 am
דורך [NAMELESS]
הקוה״ט

ער האט אפאר הונדערט שוואנצאנים וואס גלייבן אז ער איז גאט אליינס

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 8:59 am
דורך ברוך שפינוזה

Re: טיטלען מפתח

נשלח: פרייטאג פעברואר 16, 2024 2:28 pm
דורך היום
האב איך אמאל געהערט בשם הרב הגאון (הקדוש? פוסק הדור? פיל אין דע בלינק) אלישיב, אז הרב אין לשה״ק (עברית?) איז אזוי ווי מר. אויף ענגליש,
עס מיינט נאר צו קלאר מאכן אז יענער איז א זכר….

Re: טיטלען מפתח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2024 7:00 am
דורך פאלאצ'ינטא
האסט אויך פארגעסען רשכב"הג

איינער וואסט האט שלעגערס וועליכע שלאגען פאר איהם

מ"מ אדער ממלא מקום

איינער וועליכע שלאגט זיך מיט'ן ברודער

Re: טיטלען מפתח

נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:39 am
דורך אשרי העם
זיער קלאר!!
יש״כ
א לייק איז נישט גענוג