נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 331
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 764 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

נפלאותיך אשיחה – זכרונות הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער ביי הרה”ק מסאטמאר זי”ע

שליחה דורך כספי »

לעצטנס האב איך אדורך געליינט חלקים פונעם בוך נפלאותיך אשיחה פון הרה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט”א תורה שרייבער פון הרה”ק מסאטמאר זי”ע, און כ'פארצייכן דא כמה אינטרעסאנטע אנעקדאטן וואס איז מיר געווען אינטרעסאנט לטובת הציבור

• בלאט 183 איז דא א בילד פון סאטמאר רב עולה לתורה און מ'זעט אויף די מאנטל פון די ס”ת א מגן דוד, די בילד זעט נישט אויס פון פאר די מלחמה, איך בין נייגעריג צו די היינטיגע ממשיכי דרכו און תלמידים פון רבי'ן ז”ל וואלטן עולה געווען אין אזא תורה...

• בלאט 185 ביי די הערה 8 שרייבט ער איבער בחור דוד הערש בראך ז”ל וואס איז געווען זייער א חשוב'ער בחור, אלס בחור איז ער געווען אין א”י אויפן וועג צוריק פון מקומות הקדושים אין צפת איז ער ל”ע אומגעקומען. ער איז געפארן מיט א באס און אינמיטן וועג איז אויפגעשטיגן א פרוי און זי האט זיך געזעצט נעבן עם, האט ער זיך אויפגעשטעלט און זיך געטוישט מיט זיין קאזין, באלד דערנאך האט א אראבער ימש”ו פון די בארג אראפגעשאסן אויף די באס און פונקט אויף די פלאץ וואו ער האט זיך געזעצט האט עם געטראפן א קויל רח”ל און ער איז געהרג'ט געווארן.

איינער ווייסט אפשר די נומבער פון דער אטעיסטישער ר' מיילעך בידערמאן?
די מעשה האט מיר דערמאנט וואס ר' מיילעך האט פארציילט נאך א שוידערליכע עקסידענט וואס האט פאסירט אפאר יאר צוריק אין א”י (דאכט זיך מיט די באס 242 צווישן ירושלים און ב"ב) וואס האט געקאסט אפאר נפשות, די עקסידענט איז עפעס געווען אז די באס האט אריינגעשמעטערט אין א טראק און איין גאנצע זייט פון די באס זענען כמעט אלע אוועק אדער שטארק פארוואונדעט געווארן, האט ר' מיילעך פארציילט אז ס'איז געווען א בחור וואס איז געזעצן אויף די באס און נעבן עם האט איינער ארויסגענומען א סמארטפאון (קען זיין ער האט געזען דארט ראיות אסורות, אדער סתם א סמארט פאון) און דער בחור האט געטוישט זייטן פון די באס וועגן דעם, און בזכות דעם איז ער געראטעוועט געווארן, שוין, דעמאלטס האט מען גערעדט צו ס'איז יא אמת צו נישט, אפי' ס'איז אמת, איז וואס? קען נישט זיין מעשיות פארקערט, שוין דא האמיר די מעשה

• בלאט 203 שרייבט ער איין יאר איז געווען אז מ'האט נישט געגעסן קיין פיש ביים רבי'ן פסח האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס דער רבי עסט נישט קיין פיש פסח, האט עם דער רבי געזאגט “פשוט, ווייל מ'געבט מיר נישט...”, און אין די הערה דארט נומ. 4 שרייבט ער ס'איז געווען א ענליכע מעשה אז מ'פלעגט מען נישט ווארטן אויפן סאטמאר רב ביי קרי”ש נאר דער רבי פלעגט מיטדאווענען מיטן שליח ציבור דאס איז פארשטייט זיך געווען בהסכמתו פונעם רבי'ן, אמאל האט איינער געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס מ'ווארט נישט אויפן רבי'ן האט דער רבי גענטפערט “מפני שאין ממתינים...”

• בלאט 209 פארציילט ער די באוואוסטע מעשה פון שמח”ת שנת תשי”ב ווען מ'האט אפגעקויפט די נעפ מענשאן זאל אויף 550 בעדפארד (וואו שפעטער האבן געוואוינט דארט דער ברך משה ז”ל און היינט וואוינט דארט אדמו”ר מהרז”ל), אבער אזוי ווי ס'איז נאך געווען געסקעדזשועלט חתונות פארן ווינטער האט עס סאטמאר נאך נישט געקענט געהעריג נוצן האט מען נאר גענוצט דעם דריטן שטאק, מ'איז אזוי געטאנצן ביי די הקפות [אן קיין פארענטשעס...] אז די טשילאר פון די זאל אונטן האט זיך גענומען שטארק שאקלען, דער פארקויפער מר. שייאוויטש איז געקומען צום רבי'ן און זיך געבעטן מ'זאל נישט טאנצן אזוי שטארק, האט עם דער רבי געוואלט בארוהיגן און אנגעהויבן טאנצן מער צו די עק פון זאל ביי די ווענט, אבער ס'האט נישט קיין סאך געהאלפן און די טשילאר האט זיך ווייטער געשאקלט.
איך בין נייגעריג צו מ'וואלט היינט צוגעלאזט עפעס א איד צו א 'הייליגן' רבי'ן שטערן אינמיטן די 'געהויבענע' הקפות וועגן עפעס א טשילאר, כ'רעד שוין נישט אז דער רבי וואלט נישט געגאנגען טאנצן ביים עק זאל, וואו די פיקטשערס קענען נישט אזוי גוט אויסקומען.

• אין בלאט 230 פארציילט ער איבער די באוואוסטע אסיפה פון די אגודה אין די ווינער שול, ווען דער רבי האט זיך צובייזערט אויף הגאון ר' יונתן שטייף זצ”ל ברבים ביי א חוה”מ טיש פסח תשי”ד, שרייבט ער דארט 'עס האט מיר דערציילט אן אייניקל פון הגאון ר' יונתן שטייף ז”ל אז ווען זיין זיידע איז ארויפגעגאנגען מיטן רבי'ן [נאכן טיש] האט זיך דער רבי אנגערופן צום זיידן ר' יונתן מיט א שמייכל “נו האב איך מיך גוט אויפגערעגט?” האט זיין זיידע גענטפערט “ס'איז נאך נישט אזוי ווי דער מנחת אלעזר...”' (פינטלעך במקור)

• בלאט 252 (און אין די הערה 6) שרייבט ער אז נאר צוויי מאל האט ער מיטגעהאלטן ווי דער סאטמאר רב האט ארויסבאגלייט עמיצן ביז צו די קאר, איינמאל ביי הרה”ק ר' מענדעלע סטראפקובער זצ”ל, און איינמאל ווען 'אדמו”ר הרה”צ ר' ברוך ראבינאוויטש ז”ל אבד”ק מונקאטש (אביהם של אדמורי”ם ממונקאטש ודינוב שליט”א)' איז געקומען באזוכן דעם סאטמאר רב בערך אין יאר תשי”ד, און דער סאטמאר רב האט עם אויפגענומען בסבר פנים יפות און מכבד געווען מיט פירות און פארברענגט אינאיינעם א לאנגע צייט.

• אין בלאט 275 ווען ער פארציילט איבער די תורה שרייבן פון הרה"ק מסאטמאר, וואס זיי (ער מיט זיין שותף הרב מאיר ישראל גאלדבערגער ז”ל) האבן קודם אנגעפאנגען אויף די אייגענע האנט וכו', אינמיטן יאר תשט”ו האבן חסידים פון א”י געגעבן פארן סאטמאר רב א גרוס איבער די געדרוקטע תורה, האט דער סאטמאר רב עס אנגעהויבן צו נעמען ערנסט האט מען זיי מחייב געווען (שטייט נישט ווער, לכאו' דער סאטמאר רב אדער די ארומיגע) אז זיי קענען נישט ארויסגעבן קיין ד”ת פאר דער רבי קוקט עס איבער, למעשה איז דאך דער סאטמאר רב געווען גוט פארנומען אזוי אז זיי האבן זיך זייער געמוטשעט צו טרעפן פלאץ אריינצוגיין צו עם, איינמאל אין א זונטאג פארן דאווענען האבן זיי זיך אריינגעכאפט צום רבי'ן מיט די תורות און דער רבי האט עס אנגעהויבן דורכצוקוקן, ווען ער האט גענדיגט האט ער געקוקט אויפן זייגער און געזען אז ס'איז געווארן זייער שפעט, האבן מיר געכאפט א געזונטן 'פסק' און ער האט אונז אנגעזאגט אז מער זאלן מיר נישט קומען פארן דאווענען

איינמאל אינמיטן יאר תשי”ז האבן מיר שוין נישט געהאט קיין אנדערן ברירה און ביי של”ס זענען מיר נישט געגאנגען צו אונזער פלאץ ווי מיר פלעגן שטיין [זיי האבן געהאט א מקום קבוע אונטערן רבי'ןס בענקל וואו זיי זענען געשטאנען צו קענען הערן די של”ס תורה] כדי דער רבי זאל דאס באמערקן, דאס האט טאקע געווירקט און זונטאג צווישן מנחה מעריב האט זיי דער רבי צוגערופן און געפרעגט פארוואס ער האט זיי נישט געזען אויף זייער פלאץ ביי של”ס האבן זיי גענטפערט אז אונז קענען מילא נישט ארויסגעבן די ד”ת וויבאלד מ'קען נישט אריינקומען צום רבי'ן עס איבערקוקן, האט מען דעמאלטס געמאכט א זמן קבוע יעדע מיטוואך נאכט – רוב מאל ביז דרייער פירער פארטאגס – האט עס דער רבי איבערגעקוקט, און דעמאלטס האט מען פארשפארט די טיר וכו'

• אין בלאט 279 שרייבט ער ווען ער רעדט איבער די הגהות פונעם סאטמאר רב אויף די צוגעגרייטע תורות אויך האט זיך אמאל געמאכט אז דער רבי האט נאכגעברענגט א קשיא פון איינער פון גי ספרים און דער רבי האט זיך בשעת מעשה אויסגעדרוקט אז 'קושיא מעיקרא ליתא' און אזוי האבן זיי עס נאכגעשריבן ווען דער רבי האט דאס געזען האט ער געזאגט “אזוי שרייבט מען אויף א גדול בישראל? זיין קשיא הייבט זיך נישט אן? אמת טאקע אז כ'האב אזוי געזאגט, אבער שרייבן שרייבט מען נישט אזוי".

• אויך שרייבט ער דארט איבער א פייערדיגע תורה פונעם רבי'ן פר' עקב קעגן די ציונים און בתוה”ד האט דער רבי געזאגט 'אויסגעריסן זאלן זיי ווערן' און זיי האבן עס נאכגעשריבן, אבער דער רבי האט עס געהייסן ארויסנעמען.

• אין בלאט 280 שרייבט ער ווען ער רעדט איבער די הגהות פונעם סאטמאר רב בזה"ל "נאך א מעשה איז געווען מיט די תורה פון פרשת קורח, וואס דער רבי האט דערמאנט וואס ס'שטייט אין ספרים הק' [אריה”ק] אז לעתיד לבוא וועט קרח זיין כהן גדול, האט דער רבי זיך אנגערופן ביים איבערגיין “ס'שטייט אז ער וועט זיין כהן, אבער וואו שטייט אז ער וועט זיין כהן גדול?” דער רבי האט דעמאלטס אנגעצייכנט אז מיר זאלן עס פארעכטן, מיר האבן עס טאקע פאראכטן און געשריבן אז קרח וועט זיין כהן" און די הערה דארט נומ. 5 שרייבט ער אזוי "דאס איז געווען דאס ערשטע מאל אין יענע תורה וואס ס'איז געשטאנען כהן גדול אנשטאט כהן, און דערפאר האט עס דער רבי דארט מגיה געווען, אבער באמת אויף יענע בלאט שטייט נאכדעם נאך עטליכע מאל דאס ווארט כהן גדול וואס מיר האבן געדארפט מגיה זיין, אבער דער רבי האט אונז נישט געזאגט דערוועגן פארלאזנדיג זיך אז מיר וועלן עס שוין פארעכטן אבער למעשה האבן מיר זיך נישט געכאפט עס צו פארעכטן און ס'איז אזוי געבליבן געדרוקט, אויף אין דברי יואל איז עס אריינגעדרוקט געווארן כהן גדול און נישט כהן"
למעשה היינט ווייסט יא יעדער אז קרח גייט ווערן כהן גדול, און כ'האב שוין אמאל געהערט טאקע בשם דער ר' נפתלי אז די איינציגסטע מקור צו דעם איז די דברי יואל וואס ס'איז א טעות כמבואר לעיל. איך האב אמאל געפרעגט איינעם וואס לערנט די קליינע אותיות יענער האט אבער יא געזאגט אז ס'שטייט אין אריה"ק אז קרח וועט ווערן כה”ג, וצ”ע.

• בלאט 282 שרייבט ער א אינטרעסאנטע זאך איז געשען מוצאי יו”כ תשי”ט ווען דער רבי האט איבערגעקוקט די תורות פון תשי”ז צו זען וואס ער האט שוין געזאגט און ער זאל עס נישט נאכאמל איבער'חזר'ן, און דער רבי האט באמערקט א פאדריסליכע טעות אז עס איז געשטאנען בתוה”ד 'וע”כ השביעו אותו “שישנה” דבר מכל מה שאמרו לו' אנשטאט “שלא” ישנה דבר מכל מה שאמרו לו, ווען דער רבי האט דאס באמערקט האט געהאט דערפון גרויס חלישות הדעת און ער האט זיך שטארק געבייזערט אויף אזא שטארקע טעות, דער ר' נפתלי איז שוין געשטאנען אונטן אין ביהמ”ד ווארטנדיג פאר די סעודה גרייט אפצושרייבן די מוצאי יו”כ תורה ווען ער האט געהערט אז דער רבי איז שטארק ברוגז אויף זיי אבער ער האט נישט געוואוסט פארוואס, אויף צומארגנס האט ער זיך דערוויסט אז דער רבי האט געטראפן דעם שטארקן טעות, אבער ער האט געדענקט אז ער האט גוט געשריבן נאר דער דרוקער האט געמאכט די טעות, האט ער געברענגט צום רבי'ן די כתבים ווייזנדיג אז ס'איז נישט זייער שולד, דער רבי האט זיך טאקע בארוהיגט און מיר האבן מבער געווען יענעם קונטרס און עס מער נישט פארקויפט, עכת”ד
ס'איז א אינטרעסאנטע מעשה, ווייל יעדער חדר-אינגל וואלט גלייך פארשטאנען אז ס'איז א טעות, און וואס איז ער געווארן אזוי אויס מענטש?! כ'האב עפעס א ביאור לענ”ד כ'האב נאר נישט די ריכטיגע ווערטער עס ארויסצוברענגען.

• בלאט 305 פארציילט ער פון זיין שמשות ביים סאטמאר רב אין פלארידע ווינטער תשי”ז שרייבט ער אזוי, ביי של”ס זענען די לעקטערס געווען אנגעצינדן ווייל ער האט נישט געוואוסט אז ער דארף אויסלעשן די לעקטערס נאכן זמן וויבאלד אין ווימסב”ג האט דער שמש אויסגעלאשן די לעקטער, אויך געווענליך פלעגט סאטמער רב נוצן ביים בענטשן של”ס א גלאזערנער כוס צו בענטשן און נאכדעם ביי הבדלה האט מען אויך גענוצט דעם כוס (ער ברענגט דארט אין די הערה אז ער האט געזען אין א ספר אז די טעם פארוואס ס'איז געווען וואס האבן גענוצט א גלאזערנעם בעכער איז וועגן אבילות אויף משה רבינו וואס איז אוועק ביי רעוא דרעוין), אבער דא האט מען פארגעסן מיטצוברענגען דעם גלאזערנעם גלאז האט ער געגעבן די זילבערנער בעכער צו בענטשן. כדי איך זאל נישט פילן שולדיג אין די צוויי זאכן, האט זיך דער רבי אנגערופן ביי הבדלה בדרך צחות, אז יעצט פארשטייט ער פארוואס אינדערהיים נעמט מען א גלאזערנעם כוס און דא א זילבערנעם כוס, ווייל אינדערהיים פארלעשט מען די לעקטער האט מען מורא אז די בעכער וועט פארשווינדן ווערן, אבער דא אז ס'איז געווען ליכטיג ביי של”ס קען מען נוצן דעם זילבערנעם בעכער.
עס איז טאקע נשתכח תורת הבעש"ט, און די גרויסקייט פונעם באשעפער איז פארטוישט געווארן מיט די כשרות פון מצה ווייץ. דאס הייליגקייט פון א אידישע נשמה ליגט פארשטעקט ערגעץ אונטער די פופצן שטאקיגע פארענטשעס, און דאס ליכטיגקייט פון איין מצוה'לע איז פארטונקלט דורכן טינטעד פענסטער פונעם קאדילאק. @הוגה

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר