Oscars 2024

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

Oscars 2024

שליחה דורך עמק הבכא »

נעכטן זענען ארויסגעשטעלט געווארן די אסקער נאמינאציעס פאר די בעסטע פילמען פון 2023. די געווינערס וועלן געמאלדן ווערן דעם צענטן אין מערץ ביים אפיציעלן פאראדע וואס וועט ווערן געהאוסט היי יאר דורך דזשימי קימעל.

איך שטעל ארויף נאר די וויכטיגע:
Best Picture
American Fiction (Ben LeClair, Nikos Karamigios, Cord Jefferson and Jermaine Johnson, Producers)
Anatomy of a Fall (Marie-Ange Luciani and David Thion, Producers)
Barbie (David Heyman, Margot Robbie, Tom Ackerley and Robbie Brenner, Producers)
The Holdovers (Mark Johnson, Producer)
Killers of the Flower Moon (Dan Friedkin, Bradley Thomas, Martin Scorsese and Daniel Lupi, Producers)
Maestro (Bradley Cooper, Steven Spielberg, Fred Berner, Amy Durning and Kristie Macosko Krieger, Producers)
Oppenheimer (Emma Thomas, Charles Roven and Christopher Nolan, Producers)
Past Lives (David Hinojosa, Christine Vachon and Pamela Koffler, Producers)
Poor Things (Ed Guiney, Andrew Lowe, Yorgos Lanthimos and Emma Stone, Producers)
The Zone of Interest (James Wilson, Producer)


Best Directing
Justine Triet (Anatomy of a Fall)
Martin Scorsese (Killers of the Flower Moon)
Christopher Nolan (Oppenheimer)
Yorgos Lanthimos (Poor Things)
Jonathan Glazer (The Zone of Interest)

Best Actor in a Leading Role
Bradley Cooper (Maestro)
Colman Domingo (Rustin)
Paul Giamatti (The Holdovers)
Cillian Murphy (Oppenheimer)
Jeffrey Wright (American Fiction)

Best Actress in a Leading Role
Annette Bening (Nyad)
Lily Gladstone (Killers of the Flower Moon)
Sandra Hüller (Anatomy of a Fall)
Carey Mulligan (Maestro)
Emma Stone (Poor Things)

Best Actor in a Supporting Role
Sterling K. Brown (American Fiction)
Robert De Niro (Killers of the Flower Moon)
Robert Downey Jr. (Oppenheimer)
Ryan Gosling (Barbie)
Mark Ruffalo (Poor Things)

Best Actress in a Supporting Role
Emily Blunt (Oppenheimer)
Danielle Brooks (The Color Purple)
America Ferrera (Barbie)
Jodie Foster (Nyad)
Da’Vine Joy Randolph (The Holdovers)

Best Writing (Adapted Screenplay)
American Fiction (Written for the screen by Cord Jefferson)
Barbie (Written by Greta Gerwig & Noah Baumbach)
Oppenheimer (Written for the screen by Christopher Nolan)
Poor Things (Screenplay by Tony McNamara)
The Zone of Interest (Written by Jonathan Glazer)

Best Writing (Original Screenplay)
Anatomy of a Fall (Screenplay by Justine Triet and Arthur Harari)
The Holdovers (Written by David Hemingson)
Maestro (Written by Bradley Cooper & Josh Singer)
May December (Screenplay by Samy Burch; Story by Samy Burch & Alex Mechanik)
Past Lives (Written by Celine Song)


די פארלירערס פון דעם שפיל זענען: גרעטא גארוויג וועלכע איז נישט נאמינירט געווארן אינעם בעסטע דירעקטאר קאלום פאר בארבי (איך וואלט איר געגעבן דעם גאלדען רעספבערי אווארד דערפאר - לדעתי איז זי גוט אנצופירן דעי-קעמפ פלעיס). מארגאו ראבי, טראץ וואס איר פסל איז געווען פון די בעסט פארקויפטע קראצמעך געשאנקען היי יאר איז זי נישט נאמינירט פאר בעסטע עקטרעס, דאליס לחוד ועקטינג לחוד. און נאכדעם לעאנארדא דעקעפריא (דער פון עפשטיין'ס בעקעריי...) וועלכער איז געווען ערווארטעט פאר א בעסטע אקטיאר נאמינאציע פאר זיין ראלע אין Killers of the Flower Moon.

נאטירליך דארף ווען אפענהיימער געווינען אלע גרויסע קאטעגאריעס דאס יאר, די פילם איז ממש ווי אויסגעשניטן צו געווינען די אסקערס, ס'איז אן אמת'ע היסטארישע געשיכטע מיט אמת'ע כאראקטערס, פיזישע טראנספארמאציע וואס די אקאדעמיע איז באוואוסט צו האבן א שוואכקייט דערפאר, עס איז א וועל דאן מאווי פון אלע זייטן, און אפילו פונקט גענוג באורינג נאכצוקומען זייערע סטאנדארטן... און ס'זעט נישט אויס צו האבן עפעס ערנסטע קאנקורענטן. נאר איך טראכט אז אזוי ווי פאריאר איז אלעס געגאנגען פאר איינעם (Everything Everywhere All at Once וואס איך כאפ גראדע נישט די גדלות דערפון), וועלן זיי מסתם שענער צוטיילן דאס מאל.

די פילם Poor Things האט באקומען אזויפיל ווי 11 נאמינאציעס, ווייניגער ווי אפענהיימער'ס 13. איך זע אז ס'דארף צו זיין א פעמיניסטישע פאנטאזיע מאווי, איך קען מיך שוין פארשטעלן.

בין איך נייגעריג צי דער עולם דא האט געזען א טייל פון די אלע נאמינירטע פילמס, עס טוט זיך לעצטנס אן ערבוביא פון נייע נעמען און משוגעת'ן און ס'איז שווער צו וויסן וועלכע ס'גוט.
והוא יחמול עליך חמלה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: Oscars 2024

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמק הבכא: דעם פילם "אפענהיימער" האב איך געזעהן. די אנדערע נישט.

נאר דער פילם איז גאנץ גוט. נאר אינגאנצן נישט אזוי שטארק און מעכטיג. אז "די גאנצע וועלט רעדט פון איהם"...!

ווען איך זעה אזעלכע שילדערונגען ברענגט עס מיר אויף טרויעריגע מחשבות. פארוואס איז דער מציאות אז ביי א גרויסן טייל (אפשר רוב) פון די נישט רעליגיעזע אידן אין אמעריקע זענען זיי געווען סימפאטיש אדער אפילו אקטיוו אין די קאמוניסטישע אידעאלאגיע און פארטיי.

מ'רעדט דא פון אזעלכע סוקסעספולע מענטשן ווי אפנהיימער. אדער דזשוליוס און עטל ראזנבערג. וועלכע האבן פארקויפט די אמעריקאנער מיליטערישע סודות פאר די מלכות הרשעה סאוויעט רוסלאנד. אונטער דעם דיקטאטאר, מאסן רוצח און צורר ישראל יאזעף סטאלין, ימ"ש.

כאטש ביי דעם קאפל ראזנבערג זענען דא ספיקות אויב זיי האבן טאקע איבערגעגעבן די סודות פון די אטאמישע באמבע פאר די רוסן. זיי האבן לכל הדיעות נישט באקומען קיין יושר'דיגן טרייעל. און מ'האט זיי פארמשפט' צום טויט.

נאר זיי זענען שולדיג אינגאנצן אין עפעס אנדערש. אלס געטרייע, לאנגיעריגע קאמוניסטן האבן זיי געקענט די גאנצע "נעטווארק'". און זיי האבן געוויסט ווער ס'האט איבערגעגעבן די אטאמישע סודות. און זיי האבן פראטעקטעד די שולדיגע.
פארשפארט