פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
רעאגיר
אבימלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 10:24 pm
האט שוין געלייקט: 176 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

שליחה דורך אבימלך »

איך האב נישט געוואלט עפענען א נייע אשכול, נאר פרעגן א קלייניקייט, אבער וויבאלד די אשכול איז פארשפארט, האב איך נישט קיין ברירה אין איך עפען די אשכול, אפשר וועט מיט די הילף פון די חברים קלאר ווערן די נושא

מיין שאלה בעצם איז געווען אזוי, אסאך מאל זעהט מען ווי איינער האט אפגעשריבן א לאנגע תגובה, אמאל איז עס א פרישע אשכול, ווי די פותח האשכול פאנגט אהן מיט א גאר לאנגע תגובה, אדער בעסער געזאגט א געשמאקע ארטיקל,
אבער איך האב נישט אייביג קיין צייט אדער נערווען עס דארך צי ליינען, נאר אזוי פיל באמערק איך יא, אז ער האט אריין געלייגט היפש אסאך כוחות, ס'איז נישט גרינג (עכ''פ פאר רוב מענטשן) אפצישרייבן א לענגס אין א ברייט אויף סיי וואספארא נושא
די שאלה איז צו ס'פאסט אז איך זאל אים געבן א לייק, אפי' איך האב נאכנישט געליינט, און נאכנישט הנאה געהאט, ווייל איך זעה אז ער האט אריין געלייגט כוחות ?

אז מ'האט שוין דעם אשכול, איז אפשר כדאי אויסצושמועסן סתם אזוי, פאר וועמען קומט זיך א לייק, ווען דארף מען לייקען אפי' מ'האט נישט הנאה געהאט ?
וואס איז ווען מ'פארשטייט נישט בכלל וואס יענער האט געשריבן, אבער ס'דערקענט זיך אז ס'איז צום זאך ?

ועוד ועוד ....

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר