בלאט 1 פון 1

פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 10:58 am
דורך אבימלך
איך האב נישט געוואלט עפענען א נייע אשכול, נאר פרעגן א קלייניקייט, אבער וויבאלד די אשכול איז פארשפארט, האב איך נישט קיין ברירה אין איך עפען די אשכול, אפשר וועט מיט די הילף פון די חברים קלאר ווערן די נושא

מיין שאלה בעצם איז געווען אזוי, אסאך מאל זעהט מען ווי איינער האט אפגעשריבן א לאנגע תגובה, אמאל איז עס א פרישע אשכול, ווי די פותח האשכול פאנגט אהן מיט א גאר לאנגע תגובה, אדער בעסער געזאגט א געשמאקע ארטיקל,
אבער איך האב נישט אייביג קיין צייט אדער נערווען עס דארך צי ליינען, נאר אזוי פיל באמערק איך יא, אז ער האט אריין געלייגט היפש אסאך כוחות, ס'איז נישט גרינג (עכ''פ פאר רוב מענטשן) אפצישרייבן א לענגס אין א ברייט אויף סיי וואספארא נושא
די שאלה איז צו ס'פאסט אז איך זאל אים געבן א לייק, אפי' איך האב נאכנישט געליינט, און נאכנישט הנאה געהאט, ווייל איך זעה אז ער האט אריין געלייגט כוחות ?

אז מ'האט שוין דעם אשכול, איז אפשר כדאי אויסצושמועסן סתם אזוי, פאר וועמען קומט זיך א לייק, ווען דארף מען לייקען אפי' מ'האט נישט הנאה געהאט ?
וואס איז ווען מ'פארשטייט נישט בכלל וואס יענער האט געשריבן, אבער ס'דערקענט זיך אז ס'איז צום זאך ?

ועוד ועוד ....

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:03 am
דורך אלפא
קודם נא-דיר א לייק..

וואס האסטו נאך געפרעגט?

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 8:17 am
דורך דיכטער
לדעתי איז דער לייק געמאכט פאר דריי הויפט אורזאכן.
איינס ווען איך האב פשוט הנאה געהאט פון דער תוכן, ס'איז א גוט ווארט, ס'איז אינטערעסאנט וכ"ו
דער צווייטער איז ווען איך וויל ארויסברענגען אז איך שטום צו מיט וואס דער שרייבער זאגט. דאס איז בעיקר נוגע ווען ער לאזט הערן א מיינונג אויף עפעס אדער ענליכס.
דער דריטער איז לדעתי דער וויכטיגסטער און דאס איז צו צייגן עפרישיעשאן, צו ווייזן אז איך שעץ דער כח און מוח וואס איז אריין אין דעם געשרייבעכץ.

אז מ'רעדט שוין פון לייקן וויל איך דא ארויסברענגען דער שיינע מידה פון אונזערע ארי שבחבורה, המכונה @מי אני (ווייל יעדער וואס לייענט זיינע ווערטער פרעגט זיך מי אני?) וועלכע וועט אייביג לייקן יעדער וואס נעמט נאר דער מו צו צושרייבן עפעס א תגובה אין זיינע אשכולות, אפילו עס דערקענט זיך קלאר אז ער האט נישט פארשטאנען די טיפע תוכן. איך מיין אלס מידה כנגד מידה זאלן מיר איהם טיילן לייקס אפילו ווען אונז פארשטייען נישט וואס ער שרייבט...

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:41 am
דורך אלע צוזאמען
@אבימלך וואס האסטו מורא, דיין פינגער וועט שמוציג ווערן פון דריקן די לייק קנעפל? געב מיט א ברייטקייט, אז יענער האט גענומען די מי אפצושרייבן אפאר ווערטער וואס איז נארמאל מיט שכל און פארשטאנד, און ער גייט נישט אינגאנצן קעגן דיין וועליאו, געב אים א לייק פארגין אים עס.
אוןמוועגן געבן א לייק פאר’ן ליינען, איך קען געבן, אויב כ’זעה פון די ערשטע פאר שורות אז ס’קומט א שטיקל אפהאנדלונג און מ’גייט דארפן אפאר מינוט רואיגקייט צו ליינען דעם ארטיקל, געב איך די לייק אויף להבא.

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:30 am
דורך חב''ד הויזן
אז יענער שרייבט צום זאך קומט זיך אים א לייק. אז דו פארשטייסט וואס ער שרייבט קומט זיך דיר א לייק.

דאס אז דו האסט נאכנישט אנגעיאגט צו ליינען איז נישט מעלה ומוריד לגבי א לייק אויב האט ער אריינגעלייגט כוחות דערין. די שרייבער האט עס געשריבן און זיך אנגעשטרענגט פאר דיר אז דו זאלסט הנאה האבן, דאס אז דו האסט עס נישט געליינט מינימייזד נישט זיין עפפארד.

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 4:14 pm
דורך שעפטאל
דיכטער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 8:17 am

אז מ'רעדט שוין פון לייקן וויל איך דא ארויסברענגען דער שיינע מידה פון אונזערע ארי שבחבורה, המכונה @מי אני (ווייל יעדער וואס לייענט זיינע ווערטער פרעגט זיך מי אני?) וועלכע וועט אייביג לייקן יעדער וואס נעמט נאר דער מו צו צושרייבן עפעס א תגובה אין זיינע אשכולות, אפילו עס דערקענט זיך קלאר אז ער האט נישט פארשטאנען די טיפע תוכן. איך מיין אלס מידה כנגד מידה זאלן מיר איהם טיילן לייקס אפילו ווען אונז פארשטייען נישט וואס ער שרייבט...
אזוי גערעכט!!!
געווענדליך ווען כ'נעם די צייט צו ליינן בינעך מקיל מיט לייק'ס. ווייל ס'מער נישט 2012 ווי דער שרייבער קומט אהער נאר מיט ערענסקייט מודיע זיין פאר כלל ישראל א גרויס פיקחית. מ'סאשעלייזט, מ'קאננעקט מיט נאך ברידער'ס. (- דור וואטסאפ). מ'לייקט אמאל די כאראקטער מער ווי דעם תגובה.

אבער ווען ס'קומט צו @מי אני וואס רעדט נאך חכמה, האבעך מורא צו לייקן, כאילו מ'גייט מיך פארהערן און כאפן אז כ'האב נישט אלעס פארשטאנען. (אזוי אויך ביי דיך @דיכטער ביי א סייענטיפישע ארטיקל, צו א ווידיאו פון @אלפא איבער א דעבאטע. @סקעפטיקער וכו')
אבער ס'קומט זיך ענק לייק'ס דשאסט פארן זיין מיט אונז!!!

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 12:37 am
דורך berlbalaguleh
סעמיט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 3:59 pm איך וועל ענדערש בטעות געבן א לייק פאר איינעם וואס ס'קומט אים נישט, ווי בטעות נישט געבן פאר איינעם וואס ס'קומט יא.
און טאמער במושכל שני או שלישי האלטסטו אז ס'קומט זיך איהם נישט קיין לייק קענסטו עס אייביג צוריקנעמען.

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 12:41 am
דורך berlbalaguleh
שעפטאל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 4:14 pm
דיכטער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 8:17 am

אז מ'רעדט שוין פון לייקן וויל איך דא ארויסברענגען דער שיינע מידה פון אונזערע ארי שבחבורה, המכונה @מי אני (ווייל יעדער וואס לייענט זיינע ווערטער פרעגט זיך מי אני?) וועלכע וועט אייביג לייקן יעדער וואס נעמט נאר דער מו צו צושרייבן עפעס א תגובה אין זיינע אשכולות, אפילו עס דערקענט זיך קלאר אז ער האט נישט פארשטאנען די טיפע תוכן. איך מיין אלס מידה כנגד מידה זאלן מיר איהם טיילן לייקס אפילו ווען אונז פארשטייען נישט וואס ער שרייבט...
אזוי גערעכט!!!
געווענדליך ווען כ'נעם די צייט צו ליינן בינעך מקיל מיט לייק'ס. ווייל ס'מער נישט 2012 ווי דער שרייבער קומט אהער נאר מיט ערענסקייט מודיע זיין פאר כלל ישראל א גרויס פיקחית. מ'סאשעלייזט, מ'קאננעקט מיט נאך ברידער'ס. (- דור וואטסאפ). מ'לייקט אמאל די כאראקטער מער ווי דעם תגובה.

אבער ווען ס'קומט צו @מי אני וואס רעדט נאך חכמה, האבעך מורא צו לייקן, כאילו מ'גייט מיך פארהערן און כאפן אז כ'האב נישט אלעס פארשטאנען. (אזוי אויך ביי דיך @דיכטער ביי א סייענטיפישע ארטיקל, צו א ווידיאו פון @אלפא איבער א דעבאטע. @סקעפטיקער וכו')
אבער ס'קומט זיך ענק לייק'ס דשאסט פארן זיין מיט אונז!!!
איז דערפאר, רבותיי שרייב איך אין א פשוט'ע, בעל עגלה'שע שפראך אז מיין אייניקל (וועם איך האב אדאפטירט, ואכמ"ל.) הרב שעפטאל זאל נישט מורא האבן צו לייקן און מגיב זיין...!

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:47 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אלע צוזאמען האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:41 am @אבימלך וואס האסטו מורא, דיין פינגער וועט שמוציג ווערן פון דריקן די לייק קנעפל? געב מיט א ברייטקייט, אז יענער האט גענומען די מי אפצושרייבן אפאר ווערטער וואס איז נארמאל מיט שכל און פארשטאנד, און ער גייט נישט אינגאנצן קעגן דיין וועליאו, געב אים א לייק פארגין אים עס.
אוןמוועגן געבן א לייק פאר’ן ליינען, איך קען געבן, אויב כ’זעה פון די ערשטע פאר שורות אז ס’קומט א שטיקל אפהאנדלונג און מ’גייט דארפן אפאר מינוט רואיגקייט צו ליינען דעם ארטיקל, געב איך די לייק אויף להבא.

כ׳האב נישט מורא אז מיין פינגער וועט שמוציג ווערן ;) ואעפ״כ בינעך קארגלעך מיטן לייקן און כ׳פיר זיך מער ווייניגער ווי ׳דיכטער׳ זאגט ווייל כ׳וויל פרעזערוון די לייקס צו ניצן אלץ אן הסכמה אדער ווייזן אז כ׳האב ספעציעל הנאה געהאט. ס׳קומט ווייל איך אידענטיפיי זיך אין איך לייג גרויס דגוש און וועליו אויף מיינונגען, השקפות, שיטות וכדו׳ [ביטע באמערק אז כ׳אב נישט געזאגט קיין ווארט צו איך האלט עס פאר א מעלה צו א חסרון... ;) ] סאוי כ׳ניץ און כ׳לייג אוועק די לייק קנעפל צו קענען אט דאס עקספרעסן.

ובפרט אויף א פלאטפארמע ווי כ׳קעניש דער ׳מענטש׳ וואס באהאלט זיך אינטערן ניק, בלייבט מיין פאוקעס זייער שטארק איבער דעם ניקס מיינונגען. אבער ווען איך טרעף א מענטש פערזענליך און כ׳זעי דעם ׳מענטש׳, דעמאלטס בין איך ווייעך ווי פיטער און כ׳קאנעקט מיטן מענטש, יהי׳ מה שהוא ואיך שהוא...

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 10:31 pm
דורך לאכעדיג
לייק קאמפיין!

חברי הקאווע שטיבל ארבעטן איבערמידליך שווער צו ברענגען היימישע אונטערהאלטונגען פאר כלל ישראל.

אייער לייק געבט גאר שטארקע שטיצע מיר זאלן קענען ווייטער אנגיין.

ווארפט אריין א לייק. ס'קאסט נישט קיין געלט און איר האט מחיה געווען א איד און דערביי אים געגעבן א שטופ ווייטער אנצוגיין און מהנה זיין די טייערע ליינער.

וכאן המקום להודות פאר די אלע וואס לייקן מיינע תגובת,
די חברים דא אין די הייליגע קאווע שטיבל קומען אריין גאר ווארעם,
עס געבט מיר חיזוק און מוט ווייטער אנצוגיין.

אשרינו.

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:50 pm
דורך תרמב
איך האב נאך א סיבה פארוואס איך לייק, חוץ די אלע סיבות וואס יעדער האט דערמאנט, איך נוץ עס אלס א בוקמארק, איך בין אויף א מיסיע צו אפלייענען גאנץ קאווע שטיבל, און ס'איז א שאד איבערצוקייען, אז איך זע אז אשכול האט לייקס פון מיר ווייס איך אז דאס האב איך שוין געלייענט, אז ס'איז גאר אינטערסאנט וועל איך עס איבערלייענען ווייל חזרה שאדט נישט... אבער דאן האב איך א פראבלעם ווייל איך פרוביר צו לייקן נאכאמאל און מ'קען נישט צוויי מאל.

חוץ המעשה געב איך לייקס פאר זאכן וואס איך בין מסכים צו און זאכן וואס איך זע אז יענער האט אריינגעלייגט שווערע ארבעט אפילו איך בין נישט מסכים, סאו קיינער זאל עס נישט אנעמען פאר א הסכמה...

אגב איך האב באמערקט א שטיקל חילוק אויף מיינע לייקס פון עטליכע יאר צוריק, אין געוויסע דעבאטעס וואלט איך געלייקט די פארקערטע זייט פון די דעבאטע, אבער איך נעם שוין נישט צוריק די לייקס, אפשר וועל איך טוישן נאכאמאל מיט די צייט...

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:56 pm
דורך זאקן
תרמב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:50 pm איך האב נאך א סיבה פארוואס איך לייק, חוץ די אלע סיבות וואס יעדער האט דערמאנט, איך נוץ עס אלס א בוקמארק, איך בין אויף א מיסיע צו אפלייענען גאנץ קאווע שטיבל, און ס'איז א שאד איבערצוקייען, אז איך זע אז אשכול האט לייקס פון מיר ווייס איך אז דאס האב איך שוין געלייענט, אז ס'איז גאר אינטערסאנט וועל איך עס איבערלייענען ווייל חזרה שאדט נישט... אבער דאן האב איך א פראבלעם ווייל איך פרוביר צו לייקן נאכאמאל און מ'קען נישט צוויי מאל.

חוץ המעשה געב איך לייקס פאר זאכן וואס איך בין מסכים צו און זאכן וואס איך זע אז יענער האט אריינגעלייגט שווערע ארבעט אפילו איך בין נישט מסכים, סאו קיינער זאל עס נישט אנעמען פאר א הסכמה...

אגב איך האב באמערקט א שטיקל חילוק אויף מיינע לייקס פון עטליכע יאר צוריק, אין געוויסע דעבאטעס וואלט איך געלייקט די פארקערטע זייט פון די דעבאטע, אבער איך נעם שוין נישט צוריק די לייקס, אפשר וועל איך טוישן נאכאמאל מיט די צייט...
איך האב דיר געגעבן א לייק, אפשר אזוי וועסטו צוריק אנהייבן שרייבן אפטער.

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 1:23 am
דורך שעפטאל
אז מ'רעדט שוין פון לייק'ס..

כ'באקום אמאל א אישי פון ניקים וואס ס'איז די ערשטע מאל כ'זעה אזא ניק נאמען.
כ'קוק דעם ניק'ס פראפייל ער איז שוין דא זייט 2016 אדער אסאך פריער.

ער צייכענט צו עפעס וואס כ'האב געשריבן, און פרעגט פאר הילף.

ער האט געשריבן אמאל אביסל. געלייקט האט ער נאך ווייניגער. געווענדליך ציווישען 20 און 50 לייק'ס.

ברידער, דו ליינסט, האסט הנאה, קענסט נישט מגיב זיין בכלל, ניטאמאל א לייק?!!

דו ווייסט ווי סאך הערליכע אשכולות, רעיונות, חידושים, אונז פארלירן צוליב ווייניג לייק'ס. (ווי סאך נאפאליען'ס זענען באגראבן אין די דערפער).

כ'ווייס פון ניקים וואס פלעגן צו געבן א געוואלד צום שטיבל און האבן אויפגעהערט צוליב דעם איינע סיבה "כ'פיהל נישט אפריעשיעטעד, די עולם לייקט שוואך. מ'איז נישט מגיב".

אויב ווילסטו ווייטער הנאה האבן, נעם דעם גרויסן מיה און פלאג, דריק אראפ דעם שווערן לייק קנעפל ביז ס'וועט פיינעלי ארויפגיין א לייק. זאל יענער וויסן אז ער געט נישט זיין דף היומי שיעור פאר דריי אירע..

[ביז כ'האב געכאפט, היינט ניצן זיי שוין אנדערע ניקים אויף צו שרייבן און האפענטליך אויך צו לייקן. מ'קומט ספעציעל אריין מיטן אלטן פאר'שטויב'טן ניק צו אישי'ן עפעס פריוואט.]
--

ועל הטוב יזכר @תרמב. אין מיין ערשטע תקופה דא (אפאר חדשים צוריק..) האב איך ערענסט געטראכט פון אפלאזן דעם שטיבל. כ'האב געפיהלט ווי דעם נער ציווישען חכמים, חוץ פון אביסל ליצנות האבעך נישט וואס צו צוגעבן. והנה תרמב האט אדורך אן אשכול וואס ווייניג האבן אנגעקוקט, ער האט געלייקט כמעט יעדע תגובה. כ'האב ניטאמאל געוויסט ווי אזוי מ'ליינט דעם נאמען תִרמַב תַרמַב, אבער כ'האב געוויסט אז איינער ליינט און אפרישיעט!

ווען נישט די לייקס וואלט שוין שעפטי פון לאנג געזיכט אטענשן ערגעץ אנדערש!

לכבוד מיין 800'סטע תגובה געב איך ענק אלע א הארציגן שכח, לייק, און 😘 פאר ענקערע לייקס, פידבעק, (און חיזוק) אויף מיין שנעל'ן לאנג'ן וועג!!!

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:09 am
דורך berlbalaguleh
שמעו נא רבותי (דיינים מומחים). איך וואלט זייער שטארק געוואלט אז מ'זאל איינפיהרן (די הנהלה) אז---נאך א געוויסע צייט אפשניט. למשל 3 חדשים--- זאל מען קענען "לייקן" די אייגענע תגובה.

איך האב שוין א סאך מאל אדורכגעמישט אן אשכול און באמערקט א תגובה וואס איז מיר זייער שטארק געפאללן. איך האב געוואלט געבן א לייק. נאר כ'האב געזעהן אז איך אליין האב געשריבן דעם מאמר.

Re: פאר וועמען קומט זיך א לייק ?

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:45 am
דורך תרמב
שעפטאל אז דו באגריסט מיר אזוי שיין, וויל איך דיר טאקע צוריק זאגן...

אזא חידוש ווי דיר האב איך נאך נישט באגעגנט קיינמאל, געוויסע טאלאנטן וואס שרייבערס האבן קען מען אלס טרעפן אנדערע שרייבערס וואס האבן ענדליך, אבער שעפטאל סטייל האב איך נאך נישט געטראפן, דו האסט געברענגט קאליר צום טיש, און איך אפרישיעט עס, איך גלייך צו עפענען דיינע אשכולות, קיעפ איט אפ!

און ביי דע וועי מ'פראונאונסד עס אלס טארמאב מיט פתח'ס אזוי ווי מ'זאגט רמב''ן נישט רמבם...

אבער קענסט עס רופן וויאזוי דו ווילסט... געוויסע רופן עס טארמעמבייס, אזוי ווי מ'זאגט די יאר שנת תרמ"ב