בלאט 1 פון 1
וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:13 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
איך וויל - דערווייל - נישט אנגעבן קיינע נעמען. אלזא איז אן א נאמען...
איך האב א באקאנטער, א קרוב, א ידיד, וועלכער באלאנגט צו א געוויסע סעקטע/ חאסידעס/קולט - יו נעים איט.
וואס דארף איך טוהן?
בין איך מחויב איהם ארויסצושלעפן פון דארט אז איך קען? איך בין רואה את הנולד אז דער סוף גייט נישט טויגן דארט, ער וועט מסתם איין טאג פליען און אדער זיינע קינדער וועלן זיך צוקריגן מיט איהם, די סיטואציע דארט וועט ווערן צופראסקעט ביג טיים.
דארף איך עפעס טוהן?
וואס קען מען טוהן?
זאל איך אריינלייגן מחשבות רעות אין זיין קעפעלע?
איז דאס נישט אכזריות, איינער וואס גלייבט אין זיין געטשיק, אז איך זאל איהם אויפקלערן?
בפרט אז עס קען זיין אז ער וועט זיך שוין נישט אזוי גוט געפינען דארט, אבער זיינע ברודער אדער קינדער בלייבן יא סטאק דארט, קומט אויס אז איך האב איהם געהרג'ט!
אפשר גאר איז דאס רחמנות?
זענען פאראן אנדערע מעטאדן?
אויב יענער דארף צוקומען צו מיר, מעג איך - און איז עס ווירקזאם - צו זאגן אז אויב דו גייסט זיך אביסל אפקילן פון "דארט" גיי איך דיר נאכגעבן דיין ביטע און פארלאנג?
איז א חסידות מיט א צודרייטע רבי באמת א קולט?
איך ווייס אז ער איז א מושחת און א קאנטראלער ועוד והוא העיקר א משוגענער. אבער איז דאס באמת א קולט?
איך מיין אז למעשה זאגט מען נאר אזוי. נעם די ערגסטע חסידות איז עס נאך אלץ נישט א קולט ממש.
חוץ ל.ט. (ניין ט שטייט נישט פאר טבילה

) מיין איך איז קיין איין חסידות נישט עכט א קולט, כאטש זיי קומען גאנץ נאנט.
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 5:16 pm
דורך חב''ד הויזן
סאו דו האסט מורא אז ער וועט סוכ''ס פליען און זיך צוקריגן מיט זיינע קינדער, ווילסטו אז ס'זאל געשען שוין יעצט?
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:31 am
דורך לאכעדיג
שב ואל תעשה עדיף
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 1:57 am
דורך ברוך שפינוזה
צ/ק
מ'דארף גארנישט טוהן און מ'קען גארנישט טוהן, צומאל איז דא א מענטש וואס עקשנ'ט זיך אויף זיין וועג און מ'דארף איהם לאזן דורכגיין די journey ביז ער קומט צום שכל. איזהו חכם הלומד מכל אדם, והטיפש ילך בהטיפשות שלו עד שיבלו שפתותיו מלומר די ואז ישוב בתשובה שלימה.
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 2:53 am
דורך נאך א שמויגער
צ/ק
דארפסט נישט זיין אזוי "גוט". תהיה ותן להיות, תחיה ותן לחיות.
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 6:00 am
דורך מן הסתם
יתכן אז ווי פריער יענער וועט אפלאזן דעם קולט אלץ ווייניגער וועט זיין די דעמעדזש און פיין און מיטמאכעניש וואס ערווארטעט נעבעך יענעם, און די סורווייוועל רעיט איז סאך בעסער פאר יענעם, יתכן אז מ'דארף צושטויסן די קארטן פון וועלכע קולט נאר מעגליך, א בחינה פון והי' המחנה הנשאר לפליטה..
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:11 am
דורך קינדל
ביים ליטוואק (אמאל), איז יעדע חסידות (געווען) א קולט.
אבער ווען זיי פארמאכן זיך די אויגן און זאגן: יחי, איז דאס א תורה שלימה.
איך לייקן נישט אז ליידער איז דאס צווישן אונז חסידים עטליכע עכוע קולטס ל"ע, אבער מען דארף זייער אכטונג געבן וועם מען סטעמפל אפ.
איבער וואס צו טאן, אויב איז דער מאן אדער ווייב וועלכע איז נעבעך פארכאפט, נושא בעול אויף זיין משפחה מיט פרנסה, חינוך, ושלום בית, און זייערע חיובים פאר מאן-ווייב-קינדער-עלטערן וכו' איז דאך גוט.
און אויב נישט דארף מען זיי קודם דארט העלפן והכל על מקומו יבוא בשלום
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 9:25 am
דורך [NAMELESS]
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:13 pm
אבער איז דאס באמת א קאלט?
איך מיין אז למעשה זאגט מען נאר אזוי. נעם די ערגסטע חסידות איז עס נאך אלץ נישט א קאלט ממש.
חוץ ל.ט. (ניין ט שטייט נישט פאר טבילה

) מיין איך איז קיין איין חסידות נישט עכט א קאלט, כאטש זיי קומען גאנץ נאנט.
דאס איז לכאורה ריכטיג, ווי אנדערע שרייבן שוין ווי לאנג ער איז נושא בעול מיט פרנסה און שלום בית און די הנהגה דארט איז מער ווייניגער כמנהג העולם (חתונה מאכן ביי די 15 16 איז נישט צופיל אנדערש ווי ביי די 18) איז עס נישט קיין קולט און לאז געמאכט יתכן ער האט מער א צופרידענע לעבן ווי דיר.
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:15 am
דורך חדשים
טריי צו דעפיינען פארוואס עס טריגערט דיר אז דיינע פאמיליע מיטגלידער זענען אין א קולט, און ארבייט אויף דיר אליינס...
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 2:33 pm
דורך kikar
אויב מיינסטו איינער וואס איז ביי ר' מוטל זילבער קולט איז בוודאי א מצוה זאלסט איהם ראטעווען ווי פריער, צופיהל מעשיות געהערט שאי אפשר לפורטם וואס טוט זיך אפ ביי איהם.
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 2:35 pm
דורך [NAMELESS]
וואסארא מעשיות נוראות האסטו געהערט וועגען רבי מאטיל'ס חסידות?
דערצייל ביטע
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:42 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
קלוגע יודל האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 2:18 pm
Psychological Evaluation and Diagnosis on Mendele Hager
הערכה רפואי על ראש המשוגעים בבני ברקPsychological Evaluation and Diagnosis on Mendele Hager-הערכה רפואי על ראש המשוגעים בבני ברק.pdf
זעה די צווייטע חלק
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:01 pm
דורך יעקב מעקסוועל
איך וויל שרייבן עטליכע נקודות, נאר קודם א נקודה. עס מאכט נישט קיין סאך אויס אויב עפעס איז יא אדער נישט א קולט, די דעפינישען פון די ווארט קולט קען מען לאזן פאר ווען מען וויל האבן אן אקעדעמישע שמועס, די שאלה איז וואס מען קען טון מיט נאנטע וואס זענען אין א קהילה וואס איז נישט דווקא גוט פאר זיי.
האלט זיך נאנט מיט זיי. זיך דערווייטערן פון א חבר אדער משפחה מיטגליד ווייל זיי באלאנגען צו א געוויסע גרופע, מאכט זיי נאר מער איזולירט, און שוואכער די מעגליכקייט זיי צו העלפן.
אטאקיר נישט זיי אדער די גרופע בפניו. דאס איז אמת ביי אלע חילוקי דעות, מען קען נישט אריבערברענגען א צווייטן דורך באשילדיגן און אטאקירן. מען זאל אייביג צוהערן מיט רעספעקט, נישט ארויפצוואונגען אויף זיי אונזערע מיינונגען. וואס מען קען יא טון, איז פרעגן קשיות און שאלות וואס מאכן אים אליין טראכטן.
רעד פון זאכן וואס דו רעספעקטירסט יא. למשל אויב יענער איז אין א היינטיגע פראקציע וואס דו קענסט נישט רעספעקטירן, קענסטו נאכאלס ארויסברענגען ווי שיין שבת איז געווען ביים ביים פריערדיגן רבי'ן, וכדומה.
אזוי לאמיר האפן זיי זאלן פילן ווי זיי האבן נאך קרובים צו וועם צוריקצוקומען ווען עס כאפט זיי א קלארע מינוט.
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:45 am
דורך אברהם שנית מן השמים
די עיקר פראבלעם מיט די אלע חברה איז אז זיי זענען נעבעך אזוי פארגלייבט אז זיי הייבן אן משוגע מאכן אלע זייערע נאנטע און טרייען צוצושלעפן נאך מענטשן צו די אור צו די אמת ….
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 13, 2024 10:46 am
דורך אברהם שנית מן השמים
און וואס טוהט מען מיט קינדער וואס זייערע עלטערן פירן זיך אויף ווי א קולט מיט משוגעת'ן בשם "מנהג", "מסורה"....
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2024 5:27 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
.
Re: וואס דארפן/קענען מיר טוהן ארויסצוראטעווען מענטשן פון א חסידות-קולט?
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2024 5:56 pm
דורך יאסל ראקאווער
kikar האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 2:33 pm
אויב מיינסטו איינער וואס איז ביי ר' מוטל זילבער קולט איז בוודאי א מצוה זאלסט איהם ראטעווען ווי פריער, צופיהל מעשיות געהערט שאי אפשר לפורטם וואס טוט זיך אפ ביי איהם.
דער איד איז פון די איינציגע בעלי מחשבה היינט. וואס איז קאלטיש דארט?