אמונה פשוטה האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 26, 2024 3:08 am
און יעצט אביסל וועגן מהלך הדברים:
ס'דא שטאט ווא סהייט "אלעד" (נאנט צו בני ברק), וואס דארטן קאכט'זיך יעדן בחירות פון דאס ניי
פארוואס דווקא דארט? קיינער וויס נישט אבער פאקט איז פאקט.
אין אלעד ס'דא ארום האלב ספרדישע (ש"ס), ארום 20% פרוש, 15% ליטווישע, 10% מיזרחישע, און נאך ויזניץ מט פלג ירושלמי וכו'.
נארמאל אין אזא מצב, אפארטיי וואס האט ארום האלב פון די שטאט, נעמט די שטאט, מיינט צו זאגן אז די מעיאר איז זיינע.
אבער אף על פי כן ס'האט נישט געלונגען פאר ש"ס, און פרוש האט מצליח נאך א מאך און נאך מאל צו נעמען די שטאט. פארוואס? אדער ווייל ש"ס האבן נישט געשיקט געראטענע קאנדידאטן, אדער וייל דער עולם האט ליב פרוש, אדער - ווי ש"ס טענ'ען - וויל די אשכניזע קענען נישט בשום פנים ואופן ויילן פאר ספרדישע, ווען ראסיזם.
ויזוי איז פרוש געווינען? גענומען גאנץ דגל מיט אגודה, מיט גענומען מיזרחישע, און צו דעם געגאנעט טיילן פון ש"ס - די תימנ'ע און נאך.
יעצט. פריערדיגע וואלן האט אריה דרעי האט מחליט געווען אז מ'דארף ענדיגן די בזיון אין מאל פאר אלע מאל. וועגן דעם ער האט געחאתמט מיט דגל (בפרט מיט די חצר פון הרב קנייבסקי זצ"ל), אז ער געט פאר זיי יענע וואלן, און זיי ועלן עם שטיצן קומענדיגע וואלן (מיינט ייעצטיגע וואלן).
צום סוף איז בג"ץ האט געפאסלט די קאנדידאט פון דגל, און פרוש האט נאך א מאל גענומען די וואלן.
יעצט, אין יעצטיגע וואלן, האט אריה דרעי געווארט אז דגל זאלן עם שטיצן. און די פאליטישע פירערס פון דגל האבן געוואלט עס אויספירן,
אבער, הרב קנייבסקי וואס האט געשטיצט יענעם באשלוס אין נסתלק, און אויך הרב אדלשטיין זצ"ל, און די יעצטיגע פירער פון ליטוישע איז הגאון ר' דב לנדוי שליט"א, און ער האט שטארקע שייכות צו די שטאט אלעד, ער האט דארט א סאך תלמידים, און ער באגלייט פון דער נאנט פארשידענע רוחניותדיגע און הלכה'דגיע פראבעלעמן פון די שטאט, און ער האלט אז בשום אופן טאר מען נישט אראפנעמען שרוליק פרוש היינטיגע מאיער, און ברענעגן אנדערער פון ש"ס, און ווי ער געשריבן אין א בריוו, דאס איז תורהדיגע זאך וואס שטייט א סאך העכער פון וואס פאר א פאלטישע אמפאך וואס קען נאר זיין.
ער האט זיך געקשנט אויף דעם, איז דגל האבן געמוזט פאלגען, טאקע מיט זויערע פיינעמער - אבער דאך געפאלגט.
שטייטזיך דרעי איז געפלאצט פון בייז - אזוי צו מאכן נאך וואס כהאב שוין באצאלט פון פוראויס?!,
און געשווירן אז נישט נאר אז ער וועט נעמען אלעד, נאר ער וועט נקמה נעמען אין גאנצע לאנד.
ערשט האט ער געגייען צו אלע קהילות אין אלעד, דהיינו די מזרחישע, און צו געזאגט הרים וגבעות וואס ער קען געבן אלס זיין פוזיציע פון "שר הפנים" - "אינערליכע מיניסטער", וואס טראגט די אחריות פון אלע שטאטגראטן. מיטגענומען מזרחישע, מסתם אויך ויזניץ (די ארטיגע ויזניצע קהילה איז קיינמאל נישט אזוי גוט געווען מיט שרוליק פרוש), שטייטזיך פלגירושלמי, און ער גייט עס נעמען, בפשטות.
נאך דעם האט ער געגייען צו גור, געשלאסן מיט זיי אז מגייט צוזאמען, און בעיקר אין בית שמש, וואס זי איז מסתמא די חשובסטע שטאט פאר די פרומע עולם, וויל דארט בוייעט נאאנאנד נאך און נאך פרומע געגענטער (אלעד איז א סאך אסאך קלענער).
תכלית, מ'קען זאגן אז דגל זענען נישט בסדר וויל זיי האבן נישט מקיים געווען וואס האבן זיי צוגעשריבן, מקען זיי דווקא רעספעקטירן אז זיי האבן געפאלגט דעת תורה טראץ וואס האבן גאנץ גוט געוויסט און פון פאליטישע קוק אידאס זייער נישט געלוגענע שריט.
תכל'ס ווי סקוקט אויס יעצט, איז גער מיט ש"ס זענען אין גוטע פאזיציע, סיי אין בית שמש און סיי אין אלעד. און מסתם אויך אין רכסים, צפת, און נאך, ואכמ"ל.
שוין. אנשטאט קאכן די שמוציגע טאפ פון די וואלן, איז בעסער צו גייען צו די (להבדיל) טעפ פון שבת קודש, און קאכן די זופ מיט האליפצ'עס און אלע גוטע זאכן. שבת שלום ומבורך.