בלאט 1 פון 1

שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:44 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
איך בין שוקירט געווארן צו זעהן איינער פון די ניקים אויף די חזיר-וועלט לייגט ארויף א נאצישן אוועטאר ואין פוצה פה ומצפצף!!

די אלע מוחים למיניהם, וואס ווייסן פונקטליך וואס מ'טאר יא און וואס מ'טאר נישט, וואס איז גורם שנאת ישראל, און וואס מיינט מסייע לידי עוברי עבירה, זענען אלע שטיל ווי פיש. און דערווייל פלאטערט א נאצישע פאן בריש גלי, אן קיין איין ווארט פון מחאה

זענען מיר א טאטאל משוגע'נע סאסייאיטי???

או-קעי עס איז נישט דער פאן מיט א רויטער אונטערגרונד און א האק-נ-קרייץ דערויף. עס איז "בלויז" א פאן פון פאלעסטינע, וועלכע האבן נישט לאנג צוריק אויסגעקוילעט "בלויז" 1200 אידן, און האלטן אין איין רצח'נען און מארדעווען אידן.

איז דאס נארמאל???

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:46 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
זיין נארישע אונטערשריפט ליינט זיך ווי פאלגענד:

אונטערשריפט
אם אתה לא כל כך כשרוני להבין מעצמך מה אני מתכון כשאני מציג את הדגל הארור הזה אז תבקש מהנהלה להתיר לי לדבר יותר ברור

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:55 pm
דורך סקעפטיקער
איך כאפ נישט פונקטליך צו וועלכע זייט ער ציהלט

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:56 pm
דורך אבימלך
איך האלט נישט אז ס'גייט אנהאלטן צו לאנג
(זיכער נישט, נאכדעם וואס מ'האט עס דא אויסגעפויקט)

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:57 pm
דורך אגריפס המלך
סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:55 pm איך כאפ נישט פונקטליך צו וועלכע זייט ער ציהלט
איך מיין ער צילט צו די זייט פון די ציונים, ער איז אפילו א ערשטע קאזין מיט בן גביר.

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 10:13 pm
דורך שפילער
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:56 pm איך האלט נישט אז ס'גייט אנהאלטן צו לאנג
(זיכער נישט, נאכדעם וואס מ'האט עס דא אויסגעפויקט)
וואס הייסט ? אפיציעל ליינט קייינער נישט קאווע שטיבל...

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 10:28 pm
דורך אבימלך
שפילער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 10:13 pm
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:56 pm איך האלט נישט אז ס'גייט אנהאלטן צו לאנג
(זיכער נישט, נאכדעם וואס מ'האט עס דא אויסגעפויקט)
וואס הייסט ? אפיציעל ליינט קייינער נישט קאווע שטיבל...
האסט דאך גוט געזאגט " אפיציעל '"

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 11:33 pm
דורך אבימלך
שוין נישט דא !

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:46 am
דורך קורקלענד
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 11:33 pm שוין נישט דא !
האב איך שוין געמיינט אז אייוועלט האט עטוואס טאלעראנץ.

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:51 am
דורך קליגער
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 11:33 pm שוין נישט דא !
די ניק איז פארשפארט?

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:27 am
דורך אסטראלאג
זיכער האט ער אויפגעטוהן אז די ציונים ווערן אינגאנצען צוקראצט דערפון. ממש א נחת
זאל טאקע זיין לעילוי נשמת רביה"ק זי"ע.

גראדע טוישט ער יעדע צווייטע טאג מיט א אנדערע אוועטאר און דאס האט ווארשיינליך עקספייערט.
גארנישט מיט ענקערע צובלאזעניש.

Re: שאק - נאצי אוועטאר אויף אייוועלט!!

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:16 am
דורך אבימלך
קליגער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:51 am
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 11:33 pm שוין נישט דא !
די ניק איז פארשפארט?
ניין,
זיי האבן נאר אראפּ גענומען די אוועטאר
(די חתימה איז נאך יא דא)