בלאט 1 פון 55

אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:45 am
דורך היכי דמי
פלעטבוש גירל וואס איז א פאפולערע אקטיוויסט צווישן זיי פאר עזרת נשים און נאך האט זיך די לעצטערע יארן אריינגעלייגט צו קאמפיינען קעגן מענער וואס האלטן צוריק פון גיבן א גט. די לעצטע פאר וואכן קאמפיינט זי קעגן א היימישע איד פון מאנרא, צווישן אנדערע האט זי ארומגעשיקט ראבא קאלס און נאך. זי האט געפאוסט העסליכע זאכן קעגן די פאמיליע וואס האט צוגעברענגט אז אינסטעגרעם זאל סוספענדירן איר אקאונט וואס האט איבער 65,000 פאלויערס.

https://www.instagram.com/flatbushgirl/?hl=en
WhatsApp Image 2024-01-29 at 10.37.58_cf693c3d.jpg

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:00 am
דורך זאקן
איך האב מיטגעהאלטן אפאר פון איר קאמפיינס אקעגן מענער וואס געבן נישט א גט פאר יארן, אנפאנג האב איך זייער הנאה געהאט ווייל ס׳איז א גרויסע רשעות וואס די מענער טוהן, למעשה האבן זיי אנגעהויבן צו צאפען די בלוט פון משפחה מיטגלידער (עלטערן און געשוויסטער וכדו׳) ווייל אפשר אזוי וועט די פרוי באקומען שנעלער א גט, איך האלט זיי האבן איבערגעצויגן די שטריק, רוב מענטשן וואס קענען האלטן א פרוי האסטיטש פאר צען יאר האבן זייערע עלטערן און די בעק טאש, און וואס וויל מען פין עלטערן וואס ליידן שוין גענוג פון זייערע קינדער???

וואס זי טוט איז שוין גארנישט בעסער פון א מאן וואס האלט צוריק א גט.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:04 am
דורך צומישט און צוחישט
די טעקסט מעסעדזשעס און ראבא קאלס וואס זענען ארומגעגאנגן פרייטאג אין מאנרא איז איר ארבעט?..

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:14 am
דורך שפילער
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:04 am די טעקסט מעסעדזשעס און ראבא קאלס וואס זענען ארומגעגאנגן פרייטאג אין מאנרא איז איר ארבעט?..
וועם דען?...

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:45 am
דורך היכי דמי
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:04 am די טעקסט מעסעדזשעס און ראבא קאלס וואס זענען ארומגעגאנגן פרייטאג אין מאנרא איז איר ארבעט?..
יא.
זי האט געבעטן דאונעישענס דערפאר אויף איר אינסטעגרעם

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:45 pm
דורך סקעפטיקער

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:53 pm
דורך סקעפטיקער
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:00 am איך האב מיטגעהאלטן אפאר פון איר קאמפיינס אקעגן מענער וואס געבן נישט א גט פאר יארן, אנפאנג האב איך זייער הנאה געהאט ווייל ס׳איז א גרויסע רשעות וואס די מענער טוהן, למעשה האבן זיי אנגעהויבן צו צאפען די בלוט פון משפחה מיטגלידער (עלטערן און געשוויסטער וכדו׳) ווייל אפשר אזוי וועט די פרוי באקומען שנעלער א גט, איך האלט זיי האבן איבערגעצויגן די שטריק, רוב מענטשן וואס קענען האלטן א פרוי האסטיטש פאר צען יאר האבן זייערע עלטערן און די בעק טאש, און וואס וויל מען פין עלטערן וואס ליידן שוין גענוג פון זייערע קינדער???

וואס זי טוט איז שוין גארנישט בעסער פון א מאן וואס האלט צוריק א גט.
און אויב די משפחה מיטגלידער זענען די וואס מאכן זיכער אדער העלפן צו אז ער זאל נישט געבן א גט? (איך זאג נישט קיין מיינונג אויף קיין שום ספעציפישע קעיס, איך רעד בכלליות)

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:02 pm
דורך צומישט און צוחישט
זי ווערט באצאלט און געשטיצט דורך די צד האשה, אדער ס'איז איר אייגענע אונטערנעמונג לשם מצווה?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:10 pm
דורך זאקן
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:02 pm זי ווערט באצאלט און געשטיצט דורך די צד האשה, אדער ס'איז איר אייגענע אונטערנעמונג לשם מצווה?
ס׳איז איר אייגענע עבירה, זי ווערט נישט באצאלט.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:19 pm
דורך צומישט און צוחישט
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:10 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:02 pm זי ווערט באצאלט און געשטיצט דורך די צד האשה, אדער ס'איז איר אייגענע אונטערנעמונג לשם מצווה?
ס׳איז איר אייגענע עבירה, זי ווערט נישט באצאלט.
פארוואס עבירה?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:24 pm
דורך געזונטערהייט
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:19 pm

כ'גלייב קוים אז זי לייגט זיך אריין פולי אין די קעיס צו וויסן ווער ס'איז עכט די באגאבונד..
און זי טעראריזירט ארום אלע משפחה און חברים ארום די מאן אבי געזונט
נוסח חסידות/שוואנצונעס..

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:53 pm
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:00 am איך האב מיטגעהאלטן אפאר פון איר קאמפיינס אקעגן מענער וואס געבן נישט א גט פאר יארן, אנפאנג האב איך זייער הנאה געהאט ווייל ס׳איז א גרויסע רשעות וואס די מענער טוהן, למעשה האבן זיי אנגעהויבן צו צאפען די בלוט פון משפחה מיטגלידער (עלטערן און געשוויסטער וכדו׳) ווייל אפשר אזוי וועט די פרוי באקומען שנעלער א גט, איך האלט זיי האבן איבערגעצויגן די שטריק, רוב מענטשן וואס קענען האלטן א פרוי האסטיטש פאר צען יאר האבן זייערע עלטערן און די בעק טאש, און וואס וויל מען פין עלטערן וואס ליידן שוין גענוג פון זייערע קינדער???

וואס זי טוט איז שוין גארנישט בעסער פון א מאן וואס האלט צוריק א גט.
און אויב די משפחה מיטגלידער זענען די וואס מאכן זיכער אדער העלפן צו אז ער זאל נישט געבן א גט? (איך זאג נישט קיין מיינונג אויף קיין שום ספעציפישע קעיס, איך רעד בכלליות)
אויב די משפחה מיטגלידער זענען די וואס מאכן זיכער אז זי באקומט נישט א גט ביסטו אפשר גערעכט, איך האב שוין געזעהן ווי זיי גייען צו עלטערן׳ס הייזער פראטעסטן וועגן די עלטערן לאזן די קינדער צוריק אריין און שטוב און לויט זיי מיינט עס געהאלפן, זיי קענען גייען פראטעסטן און פראנט פון א ביזנעס ווייל איינער פון די נאטע משפחה מיטגלידער ארבעט דארט וכדו׳, איך מיין דאס איז נישט מענטשליך און אויכט ראנג.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:26 pm
דורך טאקע
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:45 pm
הארצראסענדיג

וואס איז טאקע ד פשט, פארוואס ווילן זיי נישט געבן ?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:28 pm
דורך צומישט און צוחישט
געזונטערהייט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:24 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:19 pm
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:10 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:02 pm זי ווערט באצאלט און געשטיצט דורך די צד האשה, אדער ס'איז איר אייגענע אונטערנעמונג לשם מצווה?
ס׳איז איר אייגענע עבירה, זי ווערט נישט באצאלט.
פארוואס עבירה?
כ'גלייב קוים אז זי לייגט זיך אריין פולי אין די קעיס צו וויסן ווער ס'איז עכט די באגאבונד..
און זי טעראריזירט ארום אלע משפחה און חברים ארום די מאן אבי געזונט
נוסח חסידות/שוואנצונעס..
קען זיין. אבער דא גראדע דאכט זיך מיר אז זי איז גערעכט..

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:32 pm
דורך אבימלך
איינמאל איינער פון די צוויי ווילן שוין נישט לעבן מיטן צווייטן, און זענען צעטיילט, פארוואס זאל מען נישט געבן א גט ? חוץ פון רשעות?

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:36 pm
דורך געזונטערהייט
אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:32 pm איינמאל איינער פון די צוויי ווילן שוין נישט לעבן מיטן צווייטן, און זענען צעטיילט, פארוואס זאל מען נישט געבן א גט ? חוץ פון רשעות?
אמת!
אבער גיין פראטעסטירן קעגן חברים פון ברודערס פון די מאן וכדומה איז נישט ווייניגער רשעות

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:39 pm
דורך געזונטערהייט
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:28 pm
געזונטערהייט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:24 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:19 pm
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:10 pm

ס׳איז איר אייגענע עבירה, זי ווערט נישט באצאלט.
פארוואס עבירה?
כ'גלייב קוים אז זי לייגט זיך אריין פולי אין די קעיס צו וויסן ווער ס'איז עכט די באגאבונד..
און זי טעראריזירט ארום אלע משפחה און חברים ארום די מאן אבי געזונט
נוסח חסידות/שוואנצונעס..
קען זיין. אבער דא גראדע דאכט זיך מיר אז זי איז גערעכט..
קאן זיין
כ'קען נישט די קעיס
כ'רעד אווער אלל

(אגב, זי קען נאר זיין גערעכט אויב האט זי זיך פולי אריינגעלייגט אין די קעיס נוסח יושר'דיגע עסקן. אויב נישט איז זי נישט בעסער ווי אונזער גאנצע סיסטעם)

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:43 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
"עגונות" צוליב עיכוב גט איז באמת א פראבלעם.

און עס איז *נישט* אדרעסירט ביי אונזערע תורה'דיגע פירערס. עכ"פ נישט גענוג אדרעסירט.

איך וואלט געוואלט הערן רבי'ס ברעטשן ביי שלשידעס קעגן מענער מעגנים.

איך וויל זעהן א צעטל געחתמט ביי אלע בתי דין צוזאמען קעגן מענער מעגנים.

איך וויל אז מוסדות החינוך זאלן זיך צוזאמנעמען, נישט נאר קעגן אייפאנס מיט שמאלע הויזן נאר אויך קעגן מענער מעגנים.

דאס איז א תורה'דיגער פראבלעם, און די אנשי התורה דארפן עס פיקסן.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:47 pm
דורך צומישט און צוחישט
געזונטערהייט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:36 pm
אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:32 pm איינמאל איינער פון די צוויי ווילן שוין נישט לעבן מיטן צווייטן, און זענען צעטיילט, פארוואס זאל מען נישט געבן א גט ? חוץ פון רשעות?
אמת!
אבער גיין פראטעסטירן קעגן חברים פון ברודערס פון די מאן וכדומה איז נישט ווייניגער רשעות
די פראבלעם איז אז היינט קען מען שוין נישט גיין מיט די מהלך וואס מ'פלעגט טוהן אין די כ' יארן אז מ'האט פארכאפט דעם מסרב אין א קאר און יחזקל שמש האט אריינגעשמיסן אין אים עד שיאמר רוצה אני..
ממילא איז נאר דא די מהלך פון טרייען לייגן פרעשור אויף אלע ארומיגע, צו ס'גערעכט ווייסיך נישט, אבער מ'קען פארשטיין די צער פון די עגונה וואס זאל באוועגן צו נעמען די מיטלען.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:49 pm
דורך חב''ד הויזן
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:24 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:53 pm
זאקן האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:00 am איך האב מיטגעהאלטן אפאר פון איר קאמפיינס אקעגן מענער וואס געבן נישט א גט פאר יארן, אנפאנג האב איך זייער הנאה געהאט ווייל ס׳איז א גרויסע רשעות וואס די מענער טוהן, למעשה האבן זיי אנגעהויבן צו צאפען די בלוט פון משפחה מיטגלידער (עלטערן און געשוויסטער וכדו׳) ווייל אפשר אזוי וועט די פרוי באקומען שנעלער א גט, איך האלט זיי האבן איבערגעצויגן די שטריק, רוב מענטשן וואס קענען האלטן א פרוי האסטיטש פאר צען יאר האבן זייערע עלטערן און די בעק טאש, און וואס וויל מען פין עלטערן וואס ליידן שוין גענוג פון זייערע קינדער???

וואס זי טוט איז שוין גארנישט בעסער פון א מאן וואס האלט צוריק א גט.
און אויב די משפחה מיטגלידער זענען די וואס מאכן זיכער אדער העלפן צו אז ער זאל נישט געבן א גט? (איך זאג נישט קיין מיינונג אויף קיין שום ספעציפישע קעיס, איך רעד בכלליות)
אויב די משפחה מיטגלידער זענען די וואס מאכן זיכער ביסטו אפשר גערעכט, איך האב שוין געזעהן ווי זיי גייען צו עלטערן׳ס הייזער פראטעסטן וועגן די עלטערן לאזן די קינדער צוריק אריין און שטוב און לויט זיי מיינט עס געהאלפן
אוודאי מיינט עס געהאלפן. ארייננעמען די מאן אין שטוב בשעת ער צאפט דאס בלוט פון זיין ווייב איז קלאר געהאלפן דורכפירן א קריים.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:49 pm
דורך צומישט און צוחישט
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:43 pm "עגונות" צוליב עיכוב גט איז באמת א פראבלעם.

און עס איז *נישט* אדרעסירט ביי אונזערע תורה'דיגע פירערס. עכ"פ נישט גענוג אדרעסירט.

איך וואלט געוואלט הערן רבי'ס ברעטשן ביי שלשידעס קעגן מענער מעגנים.

איך וויל זעהן א צעטל געחתמט ביי אלע בתי דין צוזאמען קעגן מענער מעגנים.

איך וויל אז מוסדות החינוך זאלן זיך צוזאמנעמען, נישט נאר קעגן אייפאנס מיט שמאלע הויזן נאר אויך קעגן מענער מעגנים.

דאס איז א תורה'דיגער פראבלעם, און די אנשי התורה דארפן עס פיקסן.
כ'ווייס נישט צו דו ווייסט אבער די בעסטע סיבה א מענטש זאל היינט פאלגן א דין תורה איז ווייל אויב קומט ארויס אויף אים א כתב סירוב וועלן רוב מוסדות נישט אננעמען די קינדער.

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:52 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
צומישט און צוחישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:49 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:43 pm "עגונות" צוליב עיכוב גט איז באמת א פראבלעם.

און עס איז *נישט* אדרעסירט ביי אונזערע תורה'דיגע פירערס. עכ"פ נישט גענוג אדרעסירט.

איך וואלט געוואלט הערן רבי'ס ברעטשן ביי שלשידעס קעגן מענער מעגנים.

איך וויל זעהן א צעטל געחתמט ביי אלע בתי דין צוזאמען קעגן מענער מעגנים.

איך וויל אז מוסדות החינוך זאלן זיך צוזאמנעמען, נישט נאר קעגן אייפאנס מיט שמאלע הויזן נאר אויך קעגן מענער מעגנים.

דאס איז א תורה'דיגער פראבלעם, און די אנשי התורה דארפן עס פיקסן.
כ'ווייס נישט צו דו ווייסט אבער די בעסטע סיבה א מענטש זאל היינט פאלגן א דין תורה איז ווייל אויב קומט ארויס אויף אים א כתב סירוב וועלן רוב מוסדות נישט אננעמען די קינדער.
איך בין נישט זיכער צו דאס איז דער פאל ווען יענער האט א פאר $$ אדער איז א גרויסע שישקע אין "די מוסדות".
אבער דער פרסום און כח פון אזא אונטערגעשריבענע דעקלעראציע גיבט צו אסאך פאווער צו די עגונה'ס זייט!

איך וויל אויך אז אלע בתי מדרשות זאלן זיך צוזאמנעמען און נישט אריינלאזן אזא איינעם דאווענען אין זייער שול!

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:54 pm
דורך חב''ד הויזן
געזונטערהייט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:36 pm
אבימלך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:32 pm איינמאל איינער פון די צוויי ווילן שוין נישט לעבן מיטן צווייטן, און זענען צעטיילט, פארוואס זאל מען נישט געבן א גט ? חוץ פון רשעות?
אמת!
אבער גיין פראטעסטירן קעגן חברים פון ברודערס פון די מאן וכדומה איז נישט ווייניגער רשעות
אזוי? ס'איז ממש די זעלבע רשעות? וועלכע וואלטסטו אויסגעוועלט?

דו כאפסט נישט אז מ' רעדט נישט דא פון מקרב זיין א מערדער וואס איז א מיאוסע זאך, מ'רעדט דא פון מקרב זיין א רשע בשעת ער פייניגט זיין ווייב. ווען ער איז ווען אויסגעשפיגן פון סאסייעטי ביז ער געבט א גט וואלט עס שוין לאנג געווען דערנאך.